פולמוס שלום צדיק

מארלי, ביסט א גאון מיט די סיכום. נאך אין אידיש.

Wow

הגאון רבי יצחק לאווי שליט"א ביי זיין וועכענטליכע ליל שישי שיעור אין בארא פארק האט גערעדט אויף די טאפיק נעכטן נאכט.

View: https://youtu.be/n9RLYneOYqg
פארוואס לאזט מען אים נישט קומען צום ווארט אזאנס נישט געהערט שאט אופ
 
ער וואונט אין לעיקוואד און זיינע שיעורים זענען ברייט באקאנט אויף די אינטערנעט. ער איז געווען פון די גרויסע לייבן אויף קאווע שטיבל. היינט שרייבט ער מער און לשון קודש און ער איז אקטיוו אויף זיין וועבסייט וּכְשֵׁם שֶׁאֲנִי

ער גיט א וועכענטליכע שיעור אין בארא פארק אין די ביהמ"ד כתר ישראל. זע די מודעה.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20241118_062255_WhatsApp.jpg
    Screenshot_20241118_062255_WhatsApp.jpg
    944.7 KB · געזען: 13
רבי יששכר כ"ץ גיסט אויס זיין כעס אויף שלום צדיק, אבער ער מיינט באמת די רמב"ם, לול. ער איז ברוגז אויף די רמב"ם אז ער האט אפגעהאקט גאט'ס קאפ (כביכול).
איך טראכט: ניטשע האט סה"כ געמאלדן איבער די טויט פון גאט. דער רמב"ם האט אים עקטיוולי דערלאנגט א טויט קלאפ (מעטאפאריש).
אבער גאט לעבט און לאכט היינט צוטאגס אין די הערצער פון מיליאנען מענטשן און ער וועט מסתמא אויך איבערלעבן די פריש באנייעטע פראוון פון שלום צדיק אים צוריק אריינשטיפן אין קאסטן
 
ניטשה האט אים באפאלן בראש כל חוצות, ער האט געוואלט הרג'נען גאט (אויך מיר א גאט, יוזעלע) אויף די גאס. דער רמב"ם האט סך הכול גערעדט ברמז מיט די טראכטער.

שלום צדיק איז גערעכט און מיין אפיניאן. נישט דא היינט קיין טיפע דענקער וואס גייען נישט בדרכו פון די רמב"ם. (די חידוש איז נאר אז אריסטו און זיינע תלמיד די רב האט געכאפט קדמות העולם פאר מע'האט געהאט טעלעסקאפן.) הגאון יששכר כ"ץ איז א טראכטער און א רבי פאר די גאס. באדערט אים די רמב"ם שטארק.
 
מיר דאכט זיך אז @יששכר כץ אליינס האלט בעצם אויך אז מכח ראציאנאל איז שלום צדיק גערעכט (ער שרייבט אויך אז די סיפורי התורה זענען "א-היסטוריים"), ער האלט נאר נישט אז דאס איז אידישקייט נאר אידישקייט איז דוקא מיסטיש. איך האלט אז מ'קען די ביידע זאכן באמת משלב זיין.
 
ניטשה האט אים באפאלן בראש כל חוצות, ער האט געוואלט הרג'נען גאט (אויך מיר א גאט, יוזעלע) אויף די גאס. דער רמב"ם האט סך הכול גערעדט ברמז מיט די טראכטער.
ער איז ארויס קעגן א ספעציפישע גאט? ער האט געהארגעט די קאנסעפט פון א מעטאפיזישע סופערנאטורליכע גאט. דאס איז וואס דער רמב"ם האט פראבירט צו טון (לפי שלום צדיק)
 
אין מיין אפיניען איז צדיק גערעכט מיט זיין טענה אז יהדות האט נישט קיין אנגענומענע טעאלאגיע און דאקטרינעס. (איך האלט יא אז מען קען אפשר טרעפן אין איר באזיס אדער אריינלערנען יוניוערסעל ספירוטאלע אמיתות).

איך האלט אבער אז פראקטיש גערעדט איז ישככר כץ גערעכט אז חסידות און מיסטיסזם איז א מער סוקסעספול אלטערנאטיווע צו די וואס פארלירן זייער גלויבן אין די טראדישענעל דאקטרינעס פון יהדות סיי מיט זיי אנהאלטן צו די רעליגע און סיי און די בענעפיטס וואס זיי ברענגען פאר די מענטש אין זיין פערזענליכע לעבן און פאר די קהילה. אפילו פון א utilitarian בליק איז עס מער עפעקטיוו און בענעפישעל פון צדיק'ס פילאסאפיע וועג

איז פארשטיי איך נישט צדיק'ס צארן איבער אנדערע השקפות אין אידישקייט ווי קבלה און חסידות בפרט ער רופט זיי 'עבודה זרה'. ווד"פ? דו האלטסט דאך אז איז נישטא קיים 'ריכטיגע' טעאלאגיע איז וויאזוי איז יענער א עובד עבודה זרה? עס איז צום סוף , לדעתך, א פראקטישע מחלוקת וואס איז בעסערע גורם אנצוהאלטן מענטשן צו אידישקייט. עם איי מיסינג סאמטינג?
 
לעצט רעדאגירט:
מיר דאכט זיך אז @יששכר כץ אליינס האלט בעצם אויך אז מכח ראציאנאל איז שלום צדיק גערעכט (ער שרייבט אויך אז די סיפורי התורה זענען "א-היסטוריים"), ער האלט נאר נישט אז דאס איז אידישקייט נאר אידישקייט איז דוקא מיסטיש. איך האלט אז מ'קען די ביידע זאכן באמת משלב זיין.
כלומר?
 
אין מיין אפיניען איז צדיק גערעכט מיט זיין טענה אז יהדות האט נישט קיין אנגענומענע טעאלאגיע און דאקטרינעס. (איך האלט יא אז מען קען אפשר טרעפן אין איר באזיס אדער אריינלערנען יוניוערסעל ספירוטאלע אמיתות).

איך האלט אבער אז פראקטיש גערעדט איז ישככר כץ גערעכט אז חסידות און מיסטיסזם איז א מער סוקסעספול אלטערנאטיווע צו די וואס פארלירן זייער גלויבן אין די טראדישענעל דאקטרינעס פון יהדות סיי מיט זיי אנהאלטן צו די רעליגע און סיי און די בענעפיטס וואס זיי ברענגען פאר די מענטש אין זיין פערזענליכע לעבן און פאר די קהילה. אפילו פון א utilitarian בליק איז עס מער עפעקטיוו און בענעפישעל פון צדיק'ס פילאסאפיע וועג

איז פארשטיי איך נישט צדיק'ס צארן איבער אנדערע השקפות אין אידישקייט ווי קבלה און חסידות בפרט ער רופט זיי 'עבודה זרה'. ווד"פ? דו האלטסט דאך אז איז נישטא קיים 'ריכטיגע' טעאלאגיע איז וויאזוי איז יענער א עובד עבודה זרה? עס איז צום סוף , לדעתך, א פראקטישע מחלוקת וואס איז בעסערע גורם אנצוהאלטן מענטשן צו אידישקייט. עם איי מיסינג סאמטינג?
אנוכי ה׳ אלוקיך, זכור יום אשר עמדת בהר חורב, רמב״ם׳ס אייגענע דרייצן אני מאמין׳ס. דאס זענען נישט דאקטערינעס?
 
לכאורה זענען דא אסאך הצהרות וואס איז געווען אין קאנצענזוס (פון א געוויסע תקופה). די שאלה איז וויאזוי מען איז מגדיר די תוכן? שלום צדיק ווייזט אין א וועג וואס איז משכנע אין מיינע אויגן אז עס איז נישט געווען כמעט קייין איין דאקטרין וואס איז געווען א קאנצענזוס דורכאויס די היסטאריע וויאזוי מען לערנט עס אפ אפילו צווישן טראדישענעל דענקערס.
(דאס איז אן אריינגיין אין די נקודה וואס איז אויב קוקט מען פון א ברייטע היסטארישע בליק איז אידישקייט ככלל אין די אמונה בפרט א זאך וואס האט זיך דעוועלאפט מיט די יארן די אמונה פון די Ancient Israelites איז געווען אנדערש פון די אמונה פון יהדות בית שני און די דאקטרינעס פון די פרושים אנדערש פון די צדוקים וכו')

איך פרעג דיך איז דא עפעס א דאקטרין וואס 1. האט עקזיסטירט פון אנהייב אידישקייט און איז געווען אנגענומען צווישן אלע גדולי ישראל/דענקערס דורכאויס היסטאריע 2. וואס איז געווען איין פשט וויאזוי מען לערנט עס אפ?
 
לכאורה זענען דא אסאך הצהרות וואס איז געווען אין קאנצענזוס (פון א געוויסע תקופה). די שאלה איז וויאזוי מען איז מגדיר די תוכן? שלום צדיק ווייזט אין א וועג וואס איז משכנע אין מיינע אויגן אז עס איז נישט געווען כמעט קייין איין דאקטרין וואס איז געווען א קאנצענזוס דורכאויס די היסטאריע וויאזוי מען לערנט עס אפ אפילו צווישן טראדישענעל דענקערס.
(דאס איז אן אריינגיין אין די נקודה וואס איז אויב קוקט מען פון א ברייטע היסטארישע בליק איז אידישקייט ככלל אין די אמונה בפרט א זאך וואס האט זיך דעוועלאפט מיט די יארן די אמונה פון די Ancient Israelites איז געווען אנדערש פון די אמונה פון יהדות בית שני און די דאקטרינעס פון די פרושים אנדערש פון די צדוקים וכו')

איך פרעג דיך איז דא עפעס א דאקטרין וואס 1. האט עקזיסטירט פון אנהייב אידישקייט 2. וואס איז געווען אנגענומען צווישן אלע גדולי ישראל/דענקערס דורכאויס היסטאריע 3. וואס איז געווען איין פשט וויאזוי מען לערנט עס אפ?
דיפענדס אויב די פרעגסט א היסטארישער שאלה אדער קלאסישער הלכה/השקפה שאלה.

היסטוריש ביסטו הונדערט פערצענט גערעכט. ס׳איז מורא׳דיג לייכט צו דיקונסטרוקטירען די היסטוריה פון אונזערע דאקטרינען.

מצד שני, פון א קלאסישער/הלכה׳דיג פארשטאנד די תירוץ איז פשוט: מיר זענען פיל מיט דאקטערינען.

און, don’t get me wrong, איך בין נישט א פרומאק (to put it mildly) אבער פונדעסטוועגען האלט איך אז ס׳איז וויכטיג אין אזעלכע וויכוחים צו מאכן קלאר אויב רעד מען פון within די סיסטעם אדער outside of it.
 
אנוכי ה׳ אלוקיך, זכור יום אשר עמדת בהר חורב, רמב״ם׳ס אייגענע דרייצן אני מאמין׳ס. דאס זענען נישט דאקטערינעס?
ס'איז נישטא א קאנסענסוס וויאזוי צו טייטשען די ווערטער אין ווי לאנג די זאגסט "איך גלייב אין די ווערטער און איך בין א חלק פון די דאקטערינע" קענסטו עס טייטשען וויאזוי די ווילסט. ומי לך גדול מ'הרמב"ם.

באמת אויב וואלט געווען א חיוב צו גלייבען אז סייענטיסטן זענען נישט גערעכט וואלט מיר דאך אלע נישט געווען קיין אידן. וואס זענען מיר פאגאנעשע אידן? אונז גלייבן מיר און א גאט וואס גייט נישט מיט די אמת?
 
ס'איז נישטא א קאנסענסוס וויאזוי צו טייטשען די ווערטער אין ווי לאנג די זאגסט "איך גלייב אין די ווערטער און איך בין א חלק פון די דאקטערינע" קענסטו עס טייטשען וויאזוי די ווילסט. ומי לך

ס'איז נישטא א קאנסענסוס וויאזוי צו טייטשען די ווערטער אין ווי לאנג די זאגסט "איך גלייב אין די ווערטער און איך בין א חלק פון די דאקטערינע" קענסטו עס טייטשען וויאזוי די ווילסט. ומי לך גדול מ'הרמב"ם.

באמת אויב וואלט געווען א חיוב צו גלייבען אז סייענטיסטן זענען נישט גערעכט וואלט מיר דאך אלע נישט געווען קיין אידן. וואס זענען מיר פאגאנעשע אידן? אונז גלייבן מיר און א גאט וואס גייט נישט מיט די אמת?
די מחלוקות זענען איבער די קליינארטיגע פרטים אבער קיינער איז נישט חולק אויף די בעסיק רעיון: ידיעת השם שהוציאנו ממצרים איז א primary creedal rennet אין אונזער אמונה.
 
איך האב נישט געליינט שלום צדיק'ס בוך, נאר זיין מאמר. אבער פארשטייט זיך ער זאגט נישט אז הקב"ה האט אונז נישט ארויסגענומען פון מצרים.

להבדיל, די זעלבער איז אויך אז פארשטייט זיך די רמב"ם'ס כאטש ער זאגט לא ישיגו משיגי הגוף אויפן כל יכול, מיט דעם אלעם האט ער אונז ארויס גענומען פון מצרים.
שטייט דאך בפירוש אין די תורה אז מ'דארף עס זאגן. יעדער זאגט עס. נישט נאר מ'זאגט עס, מ'זאגט אפילו אז מ'גלייבט וואס מ'זאגט. ווייל אזוי שטייט אין תורה געשריבן!
 
אשר על כן? לא הבנתי
 
די מחלוקות זענען איבער די קליינארטיגע פרטים אבער קיינער איז נישט חולק אויף די בעסיק רעיון: ידיעת השם שהוציאנו ממצרים איז א primary creedal rennet אין אונזער אמונה.
איה״נ. אבער ווי איך ברענג צו פון דר. משה הלברטל, איז איינמאל דער רמב״ם האט אוועקגעשטעלט דעם געדאנק פון ״אמונות הכרחיות״ למען קיום החברה וכו׳, גייען זיינע מער ראדיקאלע מפרשים אויסברייטערן דעם געדאנק אז עס זאל כולל זיין מער פון די סארט קריעדס. (און דאס איז לכאורה בפרט פאר די סארט אמונות/קריעדס איבער היסטארישע קלעימס וסיפורים כעין יציאת מצרים ומעמד הר סיני, וואס דאס געבט דאך פאר׳ן פאלק איר אָרידזשינס; עס איז איר אָרידזשין מיתוס.) און ווי איך האב צוגעברענגט פון דר. יצחק מלמד בזה, איז עס א וויץ צווישן אקאדעמיקער אז דער רמב״ם אליינס האט אפשר געגלייבט אין זעקס/זיבן פון זיינע דרייצן עיקרים; די איבעריגע זענען אמונות הכרחיות לההמון בעד חיזוק הדת, ווי איך האב זיי דא מפרט געווען במשנתו עפ״י מפרשיו.

אבער אייער טענה איז בעצם א ריכטיגער. איך האב נישט געליינט דר. צדיק׳ס בוך, אבער מיר וואלט פארגעקומען אז די טענה זיינער על הכלל איז אז די שיח ולשון דערביי טויג נישט: דער סתם יהודי דתי, וואס איז אפטמאל מיסטי, רופט דער ראדיקאלער מיימאַנידיען א ״כופר״, בשעת דער ראדיקאלער מיימאַנידיען רופט דעם סתם יהודי דתי האוחז בדרך הקבלה אַן ״עובד ע״ז״. דאס איז נישט קאַנסטראָקטיוו בכלל. ביידע דארפן אנערקענען אז בעניני דעות לא איפסקה ביהדות הלכה כמאן ולמעשה האבן ביידע זרמים א מקום ביהדות. די קו המאחדם איז בהתנהגות על הכלל צי מ׳איז ציית צום מוסד ה״הלכה״ (כמובן אז אין דעם אליינס איז ווייטער דא א געוואלד אפציעס בפרטיה בדרכי הפסק, וואס איר זענט טאקע אַן עקספּערט אין, אבער די געדאנק איז צי ער איז אַן ״איש ההלכה״ של הדת), וכדהארכתי באשכולי.
 
די מחלוקות זענען איבער די קליינארטיגע פרטים אבער קיינער איז נישט חולק אויף די בעסיק רעיון: ידיעת השם שהוציאנו ממצרים איז א primary creedal rennet אין אונזער אמונה.
ביסט מודה אז עס זענען דא פארשידענע וועגן וויאזוי אפצולערנען די קאנצעפט פון גאט? טייל זענען עסענשעלי אנדערש ווי די אנדערע?

די דעקלערשען פון אמונה בהשם איז די זעלבע צווישן אלע אידישע דענקער, די וועג ויאזוי זיי זענען מען לערנט עס אפ 'גאט' (און וויאזוי מען לערנט אפ 'גלייבן') האט צו טון מיט זייערע השקפה וואס אומאפהענגיק פון אידישקייט. די ראי' איז אז די חלוקת הדעות איז לויט די School of thought (אריסטאטיליען, ניאפלעטיניזם, מיסטיסזם יו נעים איט..) און נישט לויט די רעליגע
 
דיסעגרי. חילוקי דעות אין די פרטים איז נישט שולל דער עיקר. מיר קענען האבן מחלקות וואס גלייבען מיינו, אבער צו זאגן אז מדארף בכלל נישט גליי בן איז נישט ריכטיג
 
וכבר הארכתי בזה כאן: Book Review: Be’einei Elohim Ve’Adam: Biblical Criticism and the Person of Faith by Rabbi Ysoscher Katz | Sefaria
 
Back
Top