מר זוטרא
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יולי 30, 2024
- מעסעדזשעס
- 15
- רעאקציע ראטע
- 66
- פונקטן
- 23
א גיטן טייערע חברים, עס ווירבעלט ביי מיר אין קאפ שוין א לאנגע צייט א ביזנעס איידיע: צו נעמען א אייטעם וואס געפינט זיך ביי כמעט יעדעם אין שטוב אין עס געבן א טעכנאלאגישע ''אפגרעיד'', פארשטייט זיך אז כדאי סזאל קענען מצליח זיין וועל איך עס דארפן האלטן סמוי מן העין, אבער מענטשען צו וועם איך האב פארגעשטעלט די געדאנק האבן מיר געגעבן זייער פאזיטיווע פידבעק.
די אלע וויכטיגע ''הארד-וועיר'' באשטאנדטיילן פאר אזא פראיעקט עקזיסטירען שוין אויף די מארקעט, איך גיי נאר דארפן א טיעם צו דיוועלאפן די ''סאפט-וועיר'' אנגעפאנגען פון: וועב דיוועלאפערס, פראדוקט דיזיינערס, גראפיק דיזיינערס, אאז''וו.
עכ''פ איך האב די וויזע, א שטיקעל בלויפרינט, די געלט אויף אנצוהייבן, און די מוט צו שוויצן דערויף עס זאל מצליח זיין. איך זיך נאר א פאסיגע מענטש וואס קען מיר העלפן עס צושטאנדברענגען, א מענטש וואס האט ערפארונג מיט ברענגען א טעכנעלאגישע פראדוקט פון דמיון צו א מציאות.
מיין שאלה איז ווי גיי איך דא ווייטער: זאל איך מיר ווענדן צו א ביזנעס קאוטש אדער צו א פראדאקט דיוועלאפער? וועם וואלט איר רעקאמאנדירט איז גוט פאר דעם און פארוואס?
איך וואלט געווען זייער דאנקבאר פאר אייערע פרעזענדליכע ערפארונג, סתם עצות און רעקאמענדאציעס.