Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
*פראפעסיאנאלע עסערס כצ"ל...האב איך נישט געוואוסט אז מ'האנדלט דא מיט פראפעסיאנעלע קעכערס*.
נישט געזארגט.#Food For Thought
(פ.ס. דא איז ווי מיין באקאנטשאפט מיט רעסעפיס ענדיגט זיך. )
Chives
נכון. די food איז די ענד ריסאלט. וואס האט מען ווען אז די גאנצע עסען ברענגט נאר מחשבה...איך מיין די העשטעג פארן אשכול איז מער #Thought for food ווי פארקערט...
די ציגילע וועט זיך צוגעוויינען מיט די צייט...פערזענליך איז עסן גראדע מיין שוואכע פוינט.. סיי מיינע ידיעות אין דעם, און בעיקר ווען איך באגעגן זיך מיט עס..
טאקע אזוי, ירושלמער קוגעל מאכט מען דאך דורכן קאכן צוקער מיט מארגערין, ווייל מען וויל דאך נישט ס׳זאל ווערען מילכיג, אבער בעצם וואלט מען כעדארפט לייגען פוטער.אולי.
צו לייגן פיטער אין ירושלימער קוגל.
מיט די געברוינ'טע צוקער און פעפער וואלט דאס געדארפט גוט קאמפלימענטן די טעם.
נאכנישט פרובירט...
איך בין אפציעל מוחה, זיסע טשולנט זאלן די עמלקים האבן, אידן דארפן עסן סעיווארי, פעטע און לייכט-געפעפערטע טשולנט.לעצטענס האב איך אנגעהויבן אריינשפריצן אביסעל Organic date syrup אינעם טשולענט צוליב עטליכע סיבות, אלו הן.
Texture, ס'גיבט צו א דיקערע Gooey texture.
Taste, ס'געבט צו גאר א גוטן טעם.
Looks, ס'גיבט צו אזא טונקעלע כמו אויסגעברענטע אויסקוק ווי א ריכטיגע טשולענט ברויך אויסקוקן, אבער בעצם איז עס בכלל נישט פארברענט.
דאס קען מען ניצן אנשטאט קעטשאפּ וועלכעס מאכט מאגן ברענען.
אויך איז כדאי אריינצושפריצן אביסעלע Deli mustard סיי צו באלאנצירן דעם טעיסט און סיי צו צוגעבן א גוטן טעיסט.
טעמו וראו כי טוב!
וואס עפעס לייכט געפעפערט?איך בין אפציעל מוחה, זיסע טשולנט זאלן די עמלקים האבן, אידן דארפן עסן סעיווארי, פעטע און לייכט-געפעפערטע טשולנט.
גערעכט בעצם דארף עס זיין שטארק געפעפערט אבער לאו כל הרוצה ליטול את השם, צי דעים דארף מען שוין זוכה זיין.