פירושים און אמוזירנדע שאצונגען איבער עטליכע מושגים און שיעורים אין סיפורים ואגדות

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
114
רעאקציע ראטע
937
פונקטן
113
כמטחוי קשת - ווי דער שאס פון א בויגן, דאס איז א ווייטקייט יוניט ביי די אנשי ערב, זייער מייל איז געווען א שיעור כמטחוי קשת, וואס איז געווען די מרחק פון ״סעיפטי״, ווייל אז דו שטייסט אזא מרחק פון א שונא ביסטו פארזיכערט. דערפאר, האסט געוואלט פרעגן ווי ווייט איז פון ירוחו צו עי, האסטו געפרעגט וויפיל ״כמטחוי קשת״ איז פון ירוחו ביז עי.

און וויפיל איז טאקע דער שיעור כמטחוי קשת?

לויט אלע ווארשיינליכקייטן איז א שיעור כמטחוי קשת בערך א פארצייטישער שיעור מיל, וואס איז בערך א היינטיגער קילאמעטער. ווייל א גוטער שיסער האט געקענט גרייכן א ווייטקייט פון א מיל, וואס איז א געוואלדיגער מרחק פאר א פייל שיסער מיט די בלויזע הענט אז דו טראכסט אריין.

כפרשא דגורא - ווי פייל פון בויגן, דאס איז די שנעלסטע ספיד פון אמאליגע צייטן, דאס איז ווי מען זאגט היינט, moving like a rocket. אמאל אז דו האסט געוואלט געבן א דוגמא פון שנעלקייט האט מען געזאגט, ווי פייל פון בויגן.

און ווי שנעל גייט טאקע א פייל פון בויגן?

דער שנעלקייט פון א פייל פון בויגן ביי א גוטן שיסער איז געווען א ספיד פון ארום -300-250 קילאמעטער א שעה. דאס קומט אויס ארום זעקס סעקונדעס א קילאמעטער. דאס איז שנעלער ווי א קאר אבער שטייטער פון א פליגער, אפילו פון א פראפעלער פליגער, מילא וועט עס אויסקומען דער שנעלקייט פון א העליקאפטער אין איר שנעלסטער געיעג. דאס איז דער שנעלסטער ספיד פון וואס די אנושיות האט אמאל געוויסט (פארגלייך עס צו א היינטיגער רעוואלווער וואס שיסט א שנעלקייט פון צעהן מאל די שנעלקייט פון א פליגער).

דערפאר, אין דעם באקאנטן סיפור פון רבה בר בר חנה אז עס האט זיין שיף גענומען דריי טעג אריבערצושווימען פונעם פלוספעדער ביזן שוואנץ פון א גרויסער פיש, און רב דימי זאגט דערויף אז דער שיף איז געפארן אין א שנעלקייט כפרשא דגורא, איז עס אייגענטליך די שנעלקייט פון אן העליקאפטער.

מיינט דאס אויב אזוי בעל כרחך אז דער פיש איז געווען לאנג א שטרעקע פון א האלבער וועלט, דהיינו מסוף העולם ועד סופו, ווייל פאר א העליקאפטער וואלט גענומען דריי טעג אריבער צו פליען א האלבער וועלט, דערפאר, א פיש אין אזא גרויס קען זיך במציאות אריינפאסן נאר אין אן אוקיינוס, איז וועלעכער אוקיינוס איז עס געווען?

רבה בר בר חנה האט כידוע געוואנדערט דעם מדבר סיני מיט אן אראבישער סוחר (וואס איז נישט דער מדבר הידוע בימינו בשם זה נאר דער מדבר פון אראביע), ווייל ער האט זיך געטראפן מיט די מתי מדבר, קורח׳ס בליעה, און דעם בארג סיני. איז יתכן אז אויך זיין ים רייזע האט זיך אנגעהויבן אין יענעם געגנט, ד.ה. דער רויטער ים, ארויס פון די רויטער ים ראמען איז דער אראבישער ים און אינדישן אוקיינוס וואס איז ברייט באהאפטן צום אטלאנטישן און פאסיפישן ים, ס׳דא דארט ארט פאר אזא בריה. אפשר האט דאס א שייכות מיט לויתן נחש עקלתון אויף וואס חז״ל זאגן איז מקיף דעם אוקיינוס.

און ווי קומט א פארצייטישער שיף צו פארן אין א שנעלקייט פון א העליקאפטער? אפשר איז עס געווען א ספעציעלער סודות׳דיגע שיף מיט וואס נאר רבה בר בר חנה און זיינס גלייכן אן אינערליכער גרופע אייזאטערישע אוואנטוריסטן האבן געהאט אן איינטרוטס קארט; און אויב שוין יא אזוי, אפשר איז עס געווען א כלאים רייזע מאשין, אזא חצי שיף חצי פליער כלי.

ווייל לאמיר דערמאנען דעם אנדערן סיפור ווי א ים נידערער האט אים דערציילט, אולי פון די קלאב, אז ער האט געגרייכט דורך א כוואליע מיט א שיף צו אזעלעכע הייכן אזש ער האט געזעהן א שטערן אין די גרויס פון א פעלד אויף וואס מען קען פלאנצן פערציג סאה חרדל.

פערציג סאה איז דער שיעור מקווה אין א פליסגקייט פארעם, אבער אין פעלד וועט עס פארנעמען א שטח פון ארום איין אקער לאנד (וואס איז בערך די גרויס פון א קלאסישער גיגאנטישער שיל). פארוואס איז ארבעים סאה של זריעת חרדל א שיעור? עס איז מיר אויפן מאמענט נישט ידוע, אבער עס קוקט אויס פון דא אז חרדל איז געווען א דבר חשוב צווישן די רייזנדע האבן זיי דערפאר געמאסטן מיט חרדל׳ישע אקער לאנד. חרדל איז מאסטארט, מאסטארט כידוע איז געהל אויך אין איר וואוקסיגער פארעם, און א שטערן איז דאך אויך געהל, קען מען דערפאר פארשטיין פארוואס דער שטערן איז געגליכן געווארן צו אן ארוגת החרדל.

דער גרעסטער שטערן פארן נאקעטן אויג איז נוגה. איז דאס אפשר געווען דער שטערן וואס זיי האבן געזעהן. און געפלויגן זענען זיי שוין ווייט ארויס פונעם אטמאספערע, הונדעטער טויזנטער מייל, כדי אים צו זעהן אין אזא גרייס. די שיף איז געווען א ספעיס שאטל אויב אזוי.
 
לעצט רעדאגירט:
גוטע סטאָף! איך פּאַסמאַקעװע מיך מיט דײנע מאמרים. כדרכך, ברײט, בקיאות'דיג און דעֶירינג.
kiss3.gif
 
און כידוע אז ווער עס זאגט אויף די גמרא אז עס איז א גוזמה איז אן אפיקורוס, ווי דער מעשה מיטן חזון איש וואס האט געהייסן אראפ נעמען די וויין פון טיש ווען א בחור האט זיך אויסגעדריקט אויף א גמרא אז עס איז א גוזמה.
 
קען דען זיין אז די עווערידזש מרחק פון א פייל זאל זיין א קילאמעטער?
 
און כידוע אז ווער עס זאגט אויף די גמרא אז עס איז א גוזמה איז אן אפיקורוס, ווי דער מעשה מיטן חזון איש וואס האט געהייסן אראפ נעמען די וויין פון טיש ווען א בחור האט זיך אויסגעדריקט אויף א גמרא אז עס איז א גוזמה.
...אמר רבא גוזמא, אמר רבי אמי דברה תורה לשון הבאי דברו נביאים לשון הבאי דברו חכמים לשון הבאי (תמיד כט.)

וזה לשון הרא"ש (נדרים כד: ): "בג' מקומות דברו חכמים לשון הבאי בפ' גיד הנשה (חולין דף צ: ) כלומר גוזמא ושפת יתר וכן זה הוסיף על מה שראה כאדם שרואה דבר נפלא וגדול ומוסיף לומר יותר ממה שראה והוא בעצמו יודע שלא היה כל כך כמו שהוא אומר"
 
לעצט רעדאגירט:
די מרגלים האבן פארציילט (דברים א-כח):

אָנָה אֲנַחְנוּ עֹלִים אַחֵינוּ הֵמַסּוּ אֶת לְבָבֵנוּ לֵאמֹר עַם גָּדוֹל וָרָם מִמֶּנּוּ עָרִים גְּדֹלֹת וּבְצוּרֹת בַּשָּׁמָיִם וְגַם בְּנֵי עֲנָקִים רָאִינוּ שָׁם.

ועיין כאן
 
...אמר רבא גוזמא, אמר רבי אמי דברה תורה לשון הבאי דברו נביאים לשון הבאי דברו חכמים לשון הבאי (תמיד כט.)
די מרגלים האבן פארציילט (דברים א-כח):

אָנָה אֲנַחְנוּ עֹלִים אַחֵינוּ הֵמַסּוּ אֶת לְבָבֵנוּ לֵאמֹר עַם גָּדוֹל וָרָם מִמֶּנּוּ עָרִים גְּדֹלֹת וּבְצוּרֹת בַּשָּׁמָיִם וְגַם בְּנֵי עֲנָקִים רָאִינוּ שָׁם.

ועיין כאן
שיין גייסטו אויסקוקן
ביסט פון דעי וואס קומען מיט א רמב״ם און פארשטופטע ראיות.
א מעשה וואס מ'פארציילט אויפן חזון איש איז מער מחייב ווי די שולחן ערוך און אפי' א פסוק אין חומש.
דו גייסט אוועק פון אונזער מסורה, ס'איז מסוכן.

כ'וועל נישט לאזן מיינע קינדער שמועסן מיט דיינע קינדער.
 
און כידוע אז ווער עס זאגט אויף די גמרא אז עס איז א גוזמה איז אן אפיקורוס, ווי דער מעשה מיטן חזון איש וואס האט געהייסן אראפ נעמען די וויין פון טיש ווען א בחור האט זיך אויסגעדריקט אויף א גמרא אז עס איז א גוזמה.
ניין, נישט ממש. ס׳איז זייער מעגליך אַז דער חזו״א האט געזען אין דעם בחור א נארמאלע מענטש מיט א שכל הישר וואס ווייסט מבחין צו זיין וואס ס׳איז גוזמאות און וואס נישט, און ער האט נאר געמיינט זיין גוט׳ס מיט׳ן באזייטיגן דעם פלעשל וויין, דורך אים אפּהאלטן פון צו טרינקן. ווייל ווי עס איז באקאנט, איז טרינקן נאר געמאכט פאר שיכורים, אין נישט פאר קיין נארמאלע מענטשן. אין אזוי ווי עס שטייט אין מועד קטן, מעשי תלמידי חכמים צריכין לימוד. דארף מען טאקע דעם חזו״א אויכעט פיל טיפער אפלערנען.
 
לעצט רעדאגירט:
ניין, נישט ממש. ס׳איז זייער מעגליך אַז דער חזו״א האט געזען אין דעם בחור א נארמאלע מענטש מיט א שכל הישר, און ער האט נאר געמיינט זיין גוט׳ס מיט׳ן באזייטיגן דעם פלעשל וויין, דורך אים אפּהאלטן פון צו טרינקן. ווייל ווי עס איז באקאנט, איז טרינקן נאר געמאכט פאר שיכורים, אין נישט פאר קיין נארמאלע מענטשן. אין אזוי ווי עס שטייט אין מועד קטן, מעשי תלמידי חכמים צריכין לימוד. דארף מען טאקע דעם חזו״א אויכעט פיל טיפער אפלערנען.
אויך איז מעגליך אז דער חזון איש איז געווען א אלקעהאליק און ער האט געוואלט די וויין פאר זיך, אבער ער האט זיך געשעמט, מילא האט ער געזאגט אז מען זאל עס אראפנעמען פון טיש אזוי בשעת קיינער קוקט נישט זאל ער קענען כאפן א שלונג.
 
נו חברה, דער חזון איש איז ווי ווייט איך ווייס ״נישט״ געווען full of shit, ער איז געווען אינטעלעקטואל און מאראליש גאר רעספעקטירט
 
נו חברה, דער חזון איש איז ווי ווייט איך ווייס ״נישט״ געווען full of shit, ער איז געווען אינטעלעקטואל און מאראליש גאר רעספעקטירט
חז״ל פון ווי דער חזו״א האט יונק געווען זיין חכמה זענען אויכעט נישט געווען ווי ווייט איך ווייס
full of shit
 
לעצט רעדאגירט:
נאר וואס, גרעסער אדער קערצער?
AI
דא האסטו א מער דעטאלירטע ענטפער מיט די פיזישע סיבות:

"ברודער, דאס איז פיזיש אומעגליך געווען צוליב עטליכע סיבות:

**פיזיק פון דער פייל:** א פייל פליט אין אן ארק (פאראבאלע), נישט גלייך. אויף 1 קילאמעטער וואלט דער פייל געמוזט פליען אזוי הויך אז ער וואלט געפאלן ווי א שטיין - מיט גאר קיין דורכדרינגענדע כח נישט.

**לופט-ווידערשטאנד:** די לופט שטופט צוריק. אפילו מיט די שטארקסטע אמאליגע בויגן (ענגלישע לאנגבויגן מיט 150-180 פונט צוק-כח) פארלירט דער פייל שנעלקייט און כח יעדע סעקונדע.

**זיכטיקייט:** קיין מענטש האט נישט געקענט זען 1 קילאמעטער ווייט אין אמאליגע צייטן. אפילו הינט מיט טעלעסקאפן איז עס שווער צו טרעפן אזוי ווייט.

**פראקטישע דוגמאות:** די בעסטע דוגמאות פון אמאליגע שיצן:
- ענגלישע לאנגבויגן: מאקסימום 250-300 מעטער
- מאנגאלישע קאמפאזיט בויגן: ארום 350-400 מעטער מאקסימום
- און דאס איז געווען זייער אונגענוי - נאר פאר מאסן-שיסן אויף גרויסע גרופעס

**די אמת:** רוב קריג-שיסן איז געווען אויף 50-150 מעטער ווייל נאר דארט קען מען טאקע טרעפן די שונא און דורכדרינגען זייער פאנצער.

1 קילאמעטער איז אזוי ווי צו זאגן אז אמאליגע מענטשן זענען געשפרונגען 50 מעטער הויך - עס גייט נישט קעגן די נאטור."
 
@הורקנוס האט מיך אױסגעכאפט. גוגל זאגט אז די עװערעדזש דיסטענס פון א פײל איז 20 צו 70 מעטער. טשעמפיאנס קאָמפּיט פאר א דיסטענס פון 90 מעטער. אבער נישט מער.
 
ישר כח @הורקנוס און @קץ דוחק פארן מעורר זיין. דער אמת איז, איך געדענק טאקע נישט מאין לי את זה, פון וואו איך נעם דאס, נאר לכאורה האב איך דאס גענומען פון ערגעץ קראנט, על כל פנים אזוי האף איך. דארף איך נאכאמאל אפיר זיכן דעם מקור.
 
מטחוי קשת איז לכאורה א לחומרה׳דיגע שיעור פאר פארזיכערונג, קען עס דערפאר סובל זיין א גוזמא׳דיגער מרחק, נאר לויט ענקערע רעפרענצן איז עס א ווילדער גוזמא. וויל איך טאקע נישט זיין ווי דער וואס פארענטפערט זיין פליטת פה מיט כל תצדיקי, און איך וועל מיין מקור אפירזיכן.
 
לעצט רעדאגירט:
@הורקנוס האט מיך אױסגעכאפט. גוגל זאגט אז די עװערעדזש דיסטענס פון א פײל איז 20 צו 70 מעטער. טשעמפיאנס קאָמפּיט פאר א דיסטענס פון 90 מעטער. אבער נישט מער.
By the way
די ביסט פון די מענטשן וואס גוגלען נאך היינטיגע צייטן אזעלכע שאלות 🤣
 
פ
By the way
די ביסט פון די מענטשן וואס גוגלען נאך היינטיגע צייטן אזעלכע שאלות 🤣
עי איי קען מען נישט געטרויען, אדרבה פראביר עס אליינס אויס. כ׳פרעג וויפיל איז די ווייטסטע וואס מען האט אמאל געקענט שיסן? זאגט ער, 900 מעטער. פרעג איך, ביסטו זעכער? זאגט ער, אייגענטליך נישט ממש בלא בלא בלא. איך ווייס נישט פונקטליך וואו ער איז דער חכם הרזים און וואו דער גולם מפראג
 
אויך איז מעגליך אז דער חזון איש איז געווען א אלקעהאליק און ער האט געוואלט די וויין פאר זיך, אבער ער האט זיך געשעמט, מילא האט ער געזאגט אז מען זאל עס אראפנעמען פון טיש אזוי בשעת קיינער קוקט נישט זאל ער קענען כאפן א שלונג.
ווענטצעך צו ער האט געהייסן די ברוינפען אויך אראפ נעמען. אויב יא קען מען חוקר זיין צו דיין טעם איז דער ריכטיגער. אבער טאמער נאר די וויין האט ער געהייסן אראפ נעמען, דארף מען ווייטער פארשטיין וואס ער האט געמיינט מיט דעם.
 
Back
Top