פרידא וויזעל אינטערוויוט לאה פארסטער וועגן קאנטרי
View: https://youtu.be/DQgG_Pzxazg?si=8KZNKbQhaHBwlXuI
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
און מתפלל זיין אז זיי זאלן זיין חתונה געהאט, אפילו ווינטער ווען מען איז מיט דער מאן אין די זעלבע הויז….ווען מען גייט זעך זעצט מארגען קלאגן אויפען חורבן ירושלים - איכה ישבה בדד העיר רבתי עם היתה כאלמנה - זאל מען אויך אינזין האבן אונזער חורבן פרטי, טויזענטער פרויען זיצען אין די קאנטרי'ס אזוי ווי אלמנות.
אז אזא הנהגה איז נאך ביי אונז מעין-סטריעם, אין א זמן וואס ס'רוב עולם ארבעט נישט היינט צוטאגס מעלות השחר עד צאת הכוכבים און ס'איז א וועג אפשייד אונטער צוויי שעה, איז א סימן אז די שידוכים/שלום בית סיסטעם איז א חורבן.
היתה כאלמנה – ולא אלמנה ממש, אלא כאשה שהלך בעלה למדינת הים..
חוץ די קאסטן פון די באנגעלאוי, קומט אויך צו גאר אסאך אנדערע עקספענסעס רילעיטעד צו קאנטרי,
I don't think the story is true but if it is its very sad,עפעס קאכט זיך יעצט א מעשה, איבער א פרוי וואס האט געבאבערט קליינע קינדער אין קאנטרי. שומרים איז געקומען און זיך אריינגעבראכן אין איר הויז, אז זי מוז ארויסגיין פון קאנטרי (איר מאן איז אין שטאט). זי האט געכאפט אן אטאקע און זי געפינט זיך יעצט אין שפיטאל.
אנדערע טענה'ען אז די מעשה איז נישט אמת. די פרוי איז א נעבעכ'דיגע פרוי, וואס האט נישט נושא חן געווען ביי די אויגן פון די יאכנעס אין קאנטרי. דער סוף איז געווען אז אירע קינדער האבן זיך געשלאגן מיט די שכנט'עס קינדער און אלס רעזולטאט דערפון האט די שכנט'ע ארויסגעלאזט א קול אז זי באבערט אירע קינדער. מאנכע האבן שוין אפילו געהערט ווי אזוי זי זאגט פאר ביידע קינדער פונעם פייט, "איך האב ענק ביידע ליב, אבער הערט ענק אויף צו שלאגן", וואס דארף עפעס מיינען וכו'...
למעשה האט מען איר ארויסגעווארפן פון קאנטרי, איז זי געגאנגען ערגעץ-אנדערש, אבער מען האט איר דארט נישט אריינגעלאזט, ווייל זי טאטשט קינדער. יעצט געפינט זי זיך אין שפיטאל.
און תשעה-באב וועלן מיר אלע וויינען... קמצא ובר-קמצא חרב בית-המקדש...
nobody knows what it's going to happen to him tomorrow so maybe give tzedakah for another yid maybe do a chesed to another yid because this is what someone keeps for himself after his lifeווענדט זיך וויאזוי מען פארט, די סטאנדארטן זענען היבש געשטיגן, איך פאר אין א באנגעלוי נאך ווי אין די ניינציגער, קאסט עס עס מיר בערך ניין אלפים + קעמפ פאר די קינדער.
אסאך דא אינם שנירל זענען נעגעטיוו אויפן קאנטרי אבער פאר מיר איז עס א עכטע לייף סעיווער, פון די מינוט וואס מען קומט אן אינם קיבוץ לאזט מען ארויס די קינדער און מען זעט זיי נישט פאר די אויגן ווי גרויס די טאג איז, נאכדעם אן אייז קאלטע ביר ביינאכט אויפן נוגאט, די נשים כאפן א פלעטקע אין די נאכט אריין, א פרייטאג אין סווימינג פול, א באטע, א באזאפענע סעודת קדישא, א מלווה דמלכה פאר די מענער ביז אין די קליינע פארטאגס שעה׳ן, דאס זענען דאך פון די פאר גוטע מאמענטן אין לעבן, פארוואס דען הארעוועט מען אזוי אויב נישט פארדעם? קאסט וואס קאסט, לעבן לעבט מען נאר איינמאל, איין קליינע קענסערל, איין רוק פון אויבן. און אלע אנגעפלאגטע געלט איז אפגעווישט כאילו לא היה, לאמיך הנאה האבן ווי לאנג ס׳איז דא (אדער בעסער, ווי לאנג ס׳איז דא פון וועם צו בארגן).