קהלת אין אידיש

אפענער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 17, 2024
מעסעדזשעס
469
רעאקציע ראטע
1,351
פרק א
  1. די ווערטער פון קהלת, דער זון פון דוד, דער קעניג אין ירושלים.
  2. "ליידיגקייט פון ליידיגקייטן" זאגט קהלת. "ליידיגקייט פון ליידיגקייטן, אלעס איז ליידיג".
  3. וואס איז דער נוצן פאר א מענטש פון אלע זיינע ארבעט וואס ער ארבעט אונטער דער זון?
  4. א דור גייט און א דור קומט, אבער די ערד בלייבט אויף אייביג.
  5. די זון גייט אויף און די זון גייט אונטער, און זי שטרעבט צוריק צו איר ארט וואו זי גייט אויף.
  6. דער ווינט גייט צו דרום און דרייט זיך צו צפון, ער דרייט זיך און דרייט זיך און דער ווינט קומט צוריק צו זיינע דרייען.
  7. אלע טייכן גייען צום ים, אבער דער ים ווערט נישט פול; צו דעם ארט וואו די טייכן גייען, דארט קומען זיי צוריק צו גיין.
  8. די אלע זאכן מאכן מיד, קיין מענטש קען עס נישט אויסרעדן; די אויגן ווערן נישט זאט פון זען, און די אויערן ווערן נישט פול פון הערן.
  9. וואס איז געווען, דאס וועט זיין, און וואס איז געטאן געווארן, דאס וועט ווידער געטאן ווערן; עס איז גארנישט נייעס אונטער דער זון.
  10. עס איז דא א זאך וואס מען זאגט: "זע, דאס איז נייעס!" [אבער] עס איז שוין געווען אין די עלטערן צייטן וואס זענען געווען פאר אונז.
  11. עס איז נישטא קיין געדענקעניש פאר די פריערדיגע, און אויך פאר די שפעטערע וואס וועלן זיין, וועט נישט זיין פאר זיי קיין געדענקעניש מיט די וואס וועלן זיין נאך זיי.
  12. איך, קהלת, בין געווען קעניג איבער ישראל אין ירושלים.
  13. און איך האב געגעבן מיין הארץ צו זוכן און אויספארשן מיט חכמה אויף אלעס וואס ווערט געטאן אונטערן הימל; דאס איז א שלעכטע ענין וואס גאט האט געגעבן פאר די מענטשן צו מוטשען זיך מיט.
  14. איך האב געזען אלע מעשים וואס ווערן געטאן אונטער דער זון, און זע, אלעס איז ליידיג און ווי נאכלויפן די ווינט.
  15. וואס איז קרום קען נישט ווערן גלייך, און וואס פעלט קען נישט ווערן געציילט.
  16. איך האב גערעדט מיט מיין הארץ זאגנדיג: "איך בין געוואקסן און פארמערט חכמה מער ווי אלע וואס זענען געווען פאר מיר אין ירושלים, און מיין הארץ האט געזען אסאך חכמה און וויסנשאפט".
  17. און איך האב געגעבן מיין הארץ צו וויסן חכמה און צו וויסן שגעון און נארישקייט; איך ווייס אז אויך דאס איז ווי נאכלויפן די ווינט.
  18. ווייל מיט אסאך חכמה קומט אסאך כעס, און ווער עס פארמערט וויסנשאפט, פארמערט ווייטאג.
 
לעצט רעדאגירט:
  1. "ליידיגקייט פון ליידיגקייטן" זאגט קהלת. "ליידיגקייט פון ליידיגקייטן, אלעס איז ליידיג".
ע"פ דיקדוק איז מען זיך טועה מיטן פשוט'ע אפטייטש. ס'שטייט נישט הֱבֱל הבלים דהיינו ס'איז דער ליידיגעקייט.
ס'שטייט הַבֵל הבלים, ד.מ. זאלסט ליידיג מאכן (באליידיגן) די הבל, זאלסט עס קובע זיין, מפעיל.
 
די מצודות האלט אזוי, אבער אנדערע מפרשים דינגען זיך.
 
דינגען זיך אין די מעסעדזש. אבער די מצודות איז דא פאר פשוט טייטש אזוי ווי אייביג, און ווי איך האב פארשטאנען ביסטו געקומען שרייבן "אידיש" טייטש.

אזוי אויך ביי די אנדערע ספרי כתובים. בדרך כלל קיין איינע פון די מפרשים טייטשן נישט עכט פשוט טייטש/פשט. אפי' די מלבי"ם ושאר זענען מפלפל אין שורשי המילות, און פון דעם בויען זיי א מהלך מוסרי. אבער די דיקדוק ונקודות איז די פשוטע מצודות, און אין דיקדוק איז נאר די מוסכם'דיגע כללים, נישט פארשידענארטיגע שיטות און געדאנקן.

ספרי נביאים איז אנדערש, ס'איז בעצם א נאראטיוו און דוקא דארט איז די געדאנק אסאך וויכטיגער. ס'איז נישט אזוי אבסטראקט, און חוץ פון די מעסעדזש פון די ווערטער אליינס דארף עס דערציילן א מעשה אויך.
 
לעצט רעדאגירט:
דינגען זיך אין די מעסעדזש. אבער די מצודות איז דא פאר פשוט טייטש אזוי ווי אייביג, און ווי איך האב פארשטאנען ביסטו געקומען שרייבן "אידיש" טייטש.
דו האסט אריינגעקוקט אין אנדערע מפרשים? קוק אין רש"י און אין אבע"ז, זיי לערנען קלאר נישט ווי די מצודות. רש"י איז מסביר אז די נקודות ווייזט אויף דביקות און נישט אויף ציווי.
 
גערעכט.
רש"י זאגט דאס קלאר מצד הדיקדוק, און אזוי אויך די אבן עזרא.

מיר איז נאר געלעגן אין קאפ אז רש"י בויעט אויף די רמז פון ז' ימי בראשית וכו' וואס איז דרוש, כדרכו אין נ"ך איז ער מסביר ע"פ חז"ל אדער דרשות "תרגום". רש"י אויף נ"ך איז גאר אנדערש ווי עה"ת.

נאר איך בין נייגעריג צו די מצודות קריגט זיך מיט דיקדוק? איז שייך בכלל צו קריגן אויף כללי דקדוק?

געווענליך איז די מצודות זייער פשוט און נישט אינפלוענסד פון די ביאורים

תיקו...
 
באמת איז די דקדוק פראבלעמאטיש, ווייל די ווערטער מיט צוויי סגול'ס וועלן זיך נישט טוישן ביים זיין דבוק, און וועגן דעם זאגט די מצודות אז עס איז א לשון ציווי. אבער די אבע"ז ברענגט נאך פלעצער וואו עס טוישט זיך.
 
לעצט רעדאגירט:
פרק ב

  1. איך האב געזאגט אין מיין הארץ: "קום, איך וועל דיך אויספרובירן מיט שמחה און זיך לאזן וואוילגיין," אבער זע, דאס איז אויך ליידיג.
  2. צו לאכן האב איך געזאגט: "עס איז שגעון," און צו שמחה: "וואס טוט עס?"
  3. איך האב געזוכט אין מיין הארץ צו ציען מיין גוף מיט וויין - און מיין הארץ זאל [נאכאלס] פירן מיט חכמה - און צו אנהאלטן נארישקייט, ביז איך וועל זען וואס איז גוט פאר די מענטשן וואס זיי זאלן טון אונטערן הימל דאס ביסל טעג פון זייער לעבן.
  4. איך האב פארגרעסערט מיין פלאג, איך האב מיר געבויט הייזער, איך האב מיר געפלאנצט וויינגערטנער.
  5. איך האב מיר געמאכט גערטנער און פרדסים, און איך האב געפלאנצט אין זיי אלע מינים פרוכט-ביימער.
  6. איך האב מיר געמאכט װאסערטײכן צו באוואסערן פון זיי א וואלד וואס וואקסט ביימער.
  7. איך האב געקויפט קנעכט און דינסטן, און איך האב געהאט הויז באדינער; אויך האב איך געהאט אסאך סטאדעס פון רינדער און שאף, מער ווי אלע וואס זענען געווען פאר מיר אין ירושלים.
  8. איך האב מיר אויך איינגעזאמלט זילבער און גאלד, און אוצרות פון קעניגן און פון די לעדנער; איך האב געמאכט פאר מיר זינגער און זינגערינס, און די פארגעניגן פון מענטשן, װײבער אױף װײבער.
  9. און איך האב פארגערעסערט און פארמערט מער ווי אלע וואס זענען געווען פאר מיר אין ירושלים; אויך איז מיין חכמה געבליבן ביי מיר.
  10. און אלעס וואס מיינע אויגן האבן געבעטן, האב איך זיי נישט אפגעזאגט; איך האב נישט אפגעהאלטן מיין הארץ פון קיין שמחה, ווייל מיין הארץ האט זיך געפריידט פון מיין גאנצע פלאג, און דאס איז געווען מיין חלק פון מיין גאנצע פלאג.
  11. און איך האב זיך געקערט צו אלע מיינע מעשים וואס מיינע הענט האבן געטאן, און צו דער פלאג וואס איך האב זיך געפלאג צו טון, און זע, אלעס איז ליידיג און ווי נאכלויפן דעם ווינט, און עס איז נישטא קיין נוצן אונטער דער זון.
  12. און איך האב זיך געקערט צו זען חכמה און שגעון און נארישקייט, ווייל וואס וועט דער מענטש טון וואס וועט קומען נאך דעם קעניג? וואס מען האט שוין געטאן.
  13. און איך האב געזען אז עס איז דא נוצן פאר חכמה מער ווי פאר נארישקייט, אזוי ווי דער נוצן פון ליכטיגקייט מער ווי פון פינצטערניש.
  14. דער קלוגער האט זיינע אויגן אין זיין קאפ, אבער דער נאר גייט אין פינצטער, און איך האב אויך געוואוסט אז איין גורל וועט פאסירן צו זיי אלע.
  15. און איך האב געזאגט אין מיין הארץ: "ווי דער גורל פון דער נאר, אזוי וועט אויך פאסירן צו מיר; פארוואס בין איך דען קלוגער געווען?" און איך האב גערעדט אין מיין הארץ אז אויך דאס איז ליידיג.
  16. ווייל עס איז נישטא קיין געדענקעניש פאר דער קלוגער מיט דער נאר אויף אייביג, אין די קומענדיגע טעג וועט אלעס פארגעסן ווערן; און ווי קען דער קלוגער שטארבן אזוי ווי דער נאר?
  17. און איך האב געהאסט דאס לעבן, ווייל די מעשים וואס ווערן געטאן אונטער דער זון זענען שלעכט פאר מיר, ווייל אלעס איז ליידיג און ווי נאכלויפן דעם ווינט.
  18. און איך האב געהאסט אלע מיינע פלאג וואס איך פלאג אונטער דער זון, וואס איך וועל עס איבערלאזן פאר א מענטש וואס וועט זיין נאך מיר.
  19. און ווער ווייסט צי ער וועט זיין א קלוגער אדער נאר, און ער וועט הערשן איבער אלע מיינע פלאג וואס איך האב געפלאג און וואס איך האב געוויזן חכמה אונטער דער זון; אויך דאס איז ליידיג.
  20. און איך האב זיך ארומגעדרייט צו מייאש זיין מיין הארץ אויף אלע מיינע פלאג וואס איך פלאג זיך אונטער דער זון.
  21. ווייל עס איז דא א מענטש וואס זיין פלאג איז מיט חכמה און מיט וויסנשפאט און מיט קונסט, און פאר א מענטש וואס האט זיך נישט געפלאגט אין דעם, וועט ער עס געבן זיין חלק; אויך דאס איז ליידיג און א גרויסע שלעכטס.
  22. ווייל וואס בלייבט פאר א מענטש פון אלע זיינע פלאג און פון די געדאנקען פון זיין הארץ וואס ער פלאגט זיך אונטער דער זון?
  23. ווייל אלע זיינע טעג זענען ווייטאגן און זיין באשפטיגונג איז צער; אויך ביינאכט רוט נישט זיין הארץ ; אויך דאס איז ליידיג.
  24. עס איז נישטא קיין בעסערע זאך פאר א מענטש ווי צו עסן און טרינקען און זיך לאזן וואוילגיין אין זיין פלאג; אויך דאס האב איך געזען אז עס קומט פון דער האנט פון גאט.
  25. ווייל ווער קען עסן און ווער קען הנאה האבן אויסער מיר?
  26. ווייל צו דער מענטש וואס איז גוט פאר אים, האט ער געגעבן חכמה און וויסנשאפט און שמחה, אבער צו דער זינדיגער האט ער געגעבן א באשעפטיגונג צו זאמלן און צו צונויפברענגען, צו געבן פאר דעם וואס איז גוט פאר גאט; אויך דאס איז ליידיג און ווי נאכלויפן דעם ווינט.
 
ע"פ דיקדוק איז מען זיך טועה מיטן פשוט'ע אפטייטש. ס'שטייט נישט הֱבֱל הבלים דהיינו ס'איז דער ליידיגעקייט.
ס'שטייט הַבֵל הבלים, ד.מ. זאלסט ליידיג מאכן (באליידיגן) די הבל, זאלסט עס קובע זיין, מפעיל.
יהואש'ס אידישע טראנסלאציע טייטשט עס "נישטיגקייט פון נישטיגקייטן... אלס איז נישטיגקייט."

הערט זיך בעסער ווי "ליידיגקייטן" אין מיינע אויערן.

בפשטות איז אין דעם פאל דער מצודת א רחוקדיגע פשט.

ס'איז לשון בני אדם צו זאגן א טאפלונג צו ארויסברענגן שטערקער דאס ענין.
 
די נידון דא איז נישט די כפל, ווייל די כפילות איז פיין מסודר, און דאס איז פשוט אז כפל איז לשון מליצה אין פסוק. עיין מצודות אנהייב תהלים אפאר כללים אין דעם.

דא איז א נידון פון די נקודות, און די מצודות איז זייער מסתבר.
 
פרק ב

  1. איך האב געזאגט אין מיין הארץ: "קום, איך וועל דיך אויספרובירן מיט שמחה און זיך לאזן וואוילגיין," אבער זע, דאס איז אויך ליידיג.
  2. צו לאכן האב איך געזאגט: "עס איז שגעון," און צו שמחה: "וואס טוט עס?"
  3. איך האב געזוכט אין מיין הארץ צו ציען מיין גוף מיט וויין - און מיין הארץ זאל [נאכאלס] פירן מיט חכמה - און צו אנהאלטן נארישקייט, ביז איך וועל זען וואס איז גוט פאר די מענטשן וואס זיי זאלן טון אונטערן הימל דאס ביסל טעג פון זייער לעבן.
  4. איך האב פארגרעסערט מיין פלאג, איך האב מיר געבויט הייזער, איך האב מיר געפלאנצט וויינגערטנער.
  5. איך האב מיר געמאכט גערטנער און פרדסים, און איך האב געפלאנצט אין זיי אלע מינים פרוכט-ביימער.
  6. איך האב מיר געמאכט װאסערטײכן צו באוואסערן פון זיי א וואלד וואס וואקסט ביימער.
  7. איך האב געקויפט קנעכט און דינסטן, און איך האב געהאט הויז באדינער; אויך האב איך געהאט אסאך סטאדעס פון רינדער און שאף, מער ווי אלע וואס זענען געווען פאר מיר אין ירושלים.
  8. איך האב מיר אויך איינגעזאמלט זילבער און גאלד, און אוצרות פון קעניגן און פון די לעדנער; איך האב געמאכט פאר מיר זינגער און זינגערינס, און די פארגעניגן פון מענטשן, װײבער אױף װײבער.
  9. און איך האב פארגערעסערט און פארמערט מער ווי אלע וואס זענען געווען פאר מיר אין ירושלים; אויך איז מיין חכמה געבליבן ביי מיר.
  10. און אלעס וואס מיינע אויגן האבן געבעטן, האב איך זיי נישט אפגעזאגט; איך האב נישט אפגעהאלטן מיין הארץ פון קיין שמחה, ווייל מיין הארץ האט זיך געפריידט פון מיין גאנצע פלאג, און דאס איז געווען מיין חלק פון מיין גאנצע פלאג.
  11. און איך האב זיך געקערט צו אלע מיינע מעשים וואס מיינע הענט האבן געטאן, און צו דער פלאג וואס איך האב זיך געפלאג צו טון, און זע, אלעס איז ליידיג און ווי נאכלויפן דעם ווינט, און עס איז נישטא קיין נוצן אונטער דער זון.
  12. און איך האב זיך געקערט צו זען חכמה און שגעון און נארישקייט, ווייל וואס וועט דער מענטש טון וואס וועט קומען נאך דעם קעניג? וואס מען האט שוין געטאן.
  13. און איך האב געזען אז עס איז דא נוצן פאר חכמה מער ווי פאר נארישקייט, אזוי ווי דער נוצן פון ליכטיגקייט מער ווי פון פינצטערניש.
  14. דער קלוגער האט זיינע אויגן אין זיין קאפ, אבער דער נאר גייט אין פינצטער, און איך האב אויך געוואוסט אז איין גורל וועט פאסירן צו זיי אלע.
  15. און איך האב געזאגט אין מיין הארץ: "ווי דער גורל פון דער נאר, אזוי וועט אויך פאסירן צו מיר; פארוואס בין איך דען קלוגער געווען?" און איך האב גערעדט אין מיין הארץ אז אויך דאס איז ליידיג.
  16. ווייל עס איז נישטא קיין געדענקעניש פאר דער קלוגער מיט דער נאר אויף אייביג, אין די קומענדיגע טעג וועט אלעס פארגעסן ווערן; און ווי קען דער קלוגער שטארבן אזוי ווי דער נאר?
  17. און איך האב געהאסט דאס לעבן, ווייל די מעשים וואס ווערן געטאן אונטער דער זון זענען שלעכט פאר מיר, ווייל אלעס איז ליידיג און ווי נאכלויפן דעם ווינט.
  18. און איך האב געהאסט אלע מיינע פלאג וואס איך פלאג אונטער דער זון, וואס איך וועל עס איבערלאזן פאר א מענטש וואס וועט זיין נאך מיר.
  19. און ווער ווייסט צי ער וועט זיין א קלוגער אדער נאר, און ער וועט הערשן איבער אלע מיינע פלאג וואס איך האב געפלאג און וואס איך האב געוויזן חכמה אונטער דער זון; אויך דאס איז ליידיג.
  20. און איך האב זיך ארומגעדרייט צו מייאש זיין מיין הארץ אויף אלע מיינע פלאג וואס איך פלאג זיך אונטער דער זון.
  21. ווייל עס איז דא א מענטש וואס זיין פלאג איז מיט חכמה און מיט וויסנשפאט און מיט קונסט, און פאר א מענטש וואס האט זיך נישט געפלאגט אין דעם, וועט ער עס געבן זיין חלק; אויך דאס איז ליידיג און א גרויסע שלעכטס.
  22. ווייל וואס בלייבט פאר א מענטש פון אלע זיינע פלאג און פון די געדאנקען פון זיין הארץ וואס ער פלאגט זיך אונטער דער זון?
  23. ווייל אלע זיינע טעג זענען ווייטאגן און זיין באשפטיגונג איז צער; אויך ביינאכט רוט נישט זיין הארץ ; אויך דאס איז ליידיג.
  24. עס איז נישטא קיין בעסערע זאך פאר א מענטש ווי צו עסן און טרינקען און זיך לאזן וואוילגיין אין זיין פלאג; אויך דאס האב איך געזען אז עס קומט פון דער האנט פון גאט.
  25. ווייל ווער קען עסן און ווער קען הנאה האבן אויסער מיר?
  26. ווייל צו דער מענטש וואס איז גוט פאר אים, האט ער געגעבן חכמה און וויסנשאפט און שמחה, אבער צו דער זינדיגער האט ער געגעבן א באשעפטיגונג צו זאמלן און צו צונויפברענגען, צו געבן פאר דעם וואס איז גוט פאר גאט; אויך דאס איז ליידיג און ווי נאכלויפן דעם ווינט.
איך מיין אז די טייטש פון ל׳חוטא׳ מיינט נישט זינדיגער, נאר געקלאפטער, דהיינו און צו דער אנגעקלאפטער, א looser אין ענגליש.
 
די נקודה דא איז נישט די כפל. דאס איז פשוט אז כפל איז לשון מליצה אין פסוק. עיין מצודות אנהייב תהלים.

דא איז א נידון פון די נקודות
איך פארשטיי...

אויב דו ווילסט באמת הערן מיין מיינונג איבער די נקודות וועט מען מוזן אריבער גיין צו חקר המקרא. איך וויל נישט אנפירקלען די שיינע שנירל דא. לאל
 
גראדע האב איך מיך געמוטשעט וויאזוי צו טייטשן שִׁדָּה וְשִׁדּוֹת, איך בין געגאנגען מיטן אבע"ז (אזויווי יהואש), אבער איך זעה אז שד"ל איז כדרכו מגיה "שָׂדֶה וְשָׂדוֹת"
 
פארוואס זאגסטו אזוי?
א. ווייל מ'רעדט פון מוטשעריי, די חכם איז מסודר, און דער לוּזער דארף זיך צוזאם שלעפען.

ב. די טייטש חטא/זינדיג קומט אויך נאר פון שורש miss די געלעגענהייט וכדו'
 
איך פארשטיי...

אויב דו ווילסט באמת הערן מיין מיינונג איבער די נקודות וועט מען מוזן אריבער גיין צו חקר המקרא. איך וויל נישט אנפירקלען די שיינע שנירל דא. לאל
וואס פאר א שייכות האט נקודות/טייטש מיט חקר המקרא?
 
א. ווייל מ'רעדט פון מוטשעריי, די חכם איז מסודר, און דער לוּזער דארף זיך צוזאם שלעפען.

ב. די טייטש חטא/זינדיג קומט אויך נאר פון שורש miss די געלעגענהייט וכדו'
א. אבער חוטא איז די פארקערטע פון די התחלת הפסוק "לאדם שטוב לפניו", ער וויל טאקע ארויסברענגען ווי ליידיג עס איז זיך צו פלאגן צו זאמלען נכסים און עס איז א שטראף וואס גאט גיבט פאר די זינדיגע.

ב. מהיכן דנתני? בשורשו מיינט עס Error
 
אנשולדיגט כ׳מיין כ'האב געהאט א טעות,נאר כ׳מיין אז ס׳איז טייטש אפווישן, איך געדענק א גמרא אויך ערגעץ וואס די גמ׳ רופט אפווישן חוטא
אזוי ווי הוא יתחטא בו
און די לשון חטאת איבעראל
 
גראדע האב איך מיך געמוטשעט וויאזוי צו טייטשן שִׁדָּה וְשִׁדּוֹת, איך בין געגאנגען מיטן אבע"ז (אזויווי יהואש), אבער איך זעה אז שד"ל איז כדרכו מגיה "שָׂדֶה וְשָׂדוֹת"
וואס איז די מוטשע מיט שידה תבה מגדל (מרכבה) ווי רוב מפרשים?
 
Back
Top