אין אונזער היינטיגע דיגיטאלע וועלט, וואו טעכנאלאגיע איז א טייל פון דער טאג-טעגליכן לעבן, איז קלאוד סטארידזש א באגריף וואס איז זייער אין באניץ. דאס איז א גרינגע און צוטריטליכע אופן צו האלטן דאטא, אפילו אויב איר זענט נישט ביי אייער אייגענער קאמפיוטער.
רוב מענטשן באנוצן זיך מיט די באדינונגען פון איינע פון די באוואוסטע פירמעס ווי Google Drive, Dropbox, און OneDrive, הגם עס איז דא נאך אסאך אנדערע. די פירמעס האבן שטארקע זיכערהייטס מאסנאמען און זענען זייער פארלעסליך.
קומט אריין מיטטיילן אייערע געדאנקען, פראגן און פארשלאגן אויף די נושא.
רוב מענטשן באנוצן זיך מיט די באדינונגען פון איינע פון די באוואוסטע פירמעס ווי Google Drive, Dropbox, און OneDrive, הגם עס איז דא נאך אסאך אנדערע. די פירמעס האבן שטארקע זיכערהייטס מאסנאמען און זענען זייער פארלעסליך.
1. רעגולערע בעקאפס
אסאך מענטשן פארלירן זייערע וויכטיגע פיילס ווייל זיי האבן פארנאכלעסיגט צו זיכער מאכן אז זייער קלאוד ווערט כסדר Synced און Updated מיט די לעצטיגע פיילס. עס איז זייער וויכטיג זיכער צו מאכן אז די "וואלקן" ווערט כסדר אפדעיטעד.2. דאפעלטע בעקאפס
כאטש קלאוד סטארידזש איז זעלבסט א בעקאפ פאר זיך, איז עס א גוטע געדאנק צו האבן מער ווי איין בעקאפ. דאס הייסט, שטענדיג האלטן אן עקסטרע קאפיע אויף נאך אן אנדערן סערוויס. ספעציעל אויב רעדט מע פון ביזנעס אינפארמאציע און נישט סתם פערזענליכע אינפארמאציע. מיין כלל איז: אויב איז עס וויכטיגע פיילס, האב מער פון איין בעקאפ. אויב האסטו נאר איין בעקאפ איז עס דיר נישט באמת וויכטיג.3. קאאפעראציע און עדיטינג
געוויסע סערוויסעס קען מען ארבעטן צוזאמען, פיילס קענען ווערן געשיקט און עדיטירט אין ריעל-טיים אן דארפן איבערשיקן יעדס מאל מען מאכט א טויש. ווי אויך קענען עטליכע מענטשן ארבעטן אויף דער זעלבער פייל פון עטליכע דעווייסעס. אנדערע סערוויסעס איז נאר פאר סטארידזש. בעיקר פאר מענטשן וואס האבן ווייניג פלאץ אויף זייער קאמפיוטער אדער סמארטפאון.קומט אריין מיטטיילן אייערע געדאנקען, פראגן און פארשלאגן אויף די נושא.