קלאסישע מוזיק

כ'האב מיר לעצטנס אריינגעלייגט אין דעם.

איינעם אינטערעסירט דאס?

מוצארט. בעטהובן. באך.
קאנצערטן (ווען איך קען אמאל גיין) זענען מיין עולם הבא
כ'האב נישט גענוג געדולד פאר בעטהובן
מוצארט גלייך איך
VIVALDI FOUR SEASONS האט מיר א שטיק צייט דערהאלטן דעם געמיט
Rachmaninoff איז OUT OF THIS WORLD לפע''ד
 
יום טוב ערליך איז געווען זייער באקאנט מיט (און גענאשט פון) קלאסישע מוזיק.

"
עס דערמאנט אים דער ניגון
זכרונות אסאך
פון יארן מיט פיל פארגעניגן
נישט בעטאווען, מאצארט
נישט וואגנער, נישט באך
.ס’איז עפעס אן אנדער מין ניגון
"
(כל נדרי ביי יו"ט ערליך)

געדענק איך פרעגן מיין מאמע אלץ קינד וואס איז פשט פון די ווערטער...

ס'איז באקאנט אז איינע פון די צדיקים האט געזאגט אז ערליך'ס ניגונים זענען געשריבן מיט רוח הקודש.
 
די סיפא איז א סתירה מיט די רישא
 
@גצלאל קום אריין קלאר,
הייב אן מיטן שיעור...

איך שפיל אסאך קלאסישע מוזיק, אבער צו קענען איין ניגון גוט נעמט דאך שעות - אויב נישט וואכן. אפגערעדט ארויסצוהאבן די אלע דזשאנרע'ס, סטיילס, און קאמפאזירער, עס איז א וועלט פאר זיך, און אן זיך אריינטון דערין ראשו ורובו איז שווער ארויסצוהאבן די ברייטקייט דערפון...
מ'דארף זיין אוטיסטיק - אדער א גוי - צו זיין אפי' מינימאל אויסגעקאכט אין די קלאסישע מוזיק וועלט.
 
קאנצערטן (ווען איך קען אמאל גיין) זענען מיין עולם הבא
כ'האב נישט גענוג געדולד פאר בעטהובן
מוצארט גלייך איך
VIVALDI FOUR SEASONS האט מיר א שטיק צייט דערהאלטן דעם געמיט
Rachmaninoff איז OUT OF THIS WORLD לפע''ד
אגב, איך גלייך ביידע, אבער בעטהובן אלט איך איז פיל בעסער און טיעפער.

ליגט מיר אין קאפ אז איינשטיין האט זיך אויסגעדריקט אויף זיין מוזיק אז ס'איז אזוי אפן, ממש נאקעט.
 
איצטער, לאמיר זעהן וואס אזוינס גייט דא פאר.

(דיסקלעמער, איך שרייב היפש בקיצור לשון, נעם אין באטראכט.)

צום ערשטנס, קלאסישע מוזיק איז א וועלט פאר זיך טאקע, אבער ריזיג גרויס, זיך נישט דארפענדיג שעמען פון אנדערע סטילן. דערפאר, אפילו איך שרייב א כלל איבער א געוויסע זאך, מיינט נישט אז אזוי איז עס אייביג, נאר לפחות אין די וועלט ווי איך דריי זיך, דאס רעכנט אריין בעיקר בעטהובן מאצארט און אביסל באך.

די פאר סטילן אין וואס איך ליג בעיקר, זענען ווי פאלגנד: סימפאניעס, פיאנא סאנאטא, און פיאנא קאנצערטא.

און לאמיר זיי א רגע צונעמען פאר די וואס ווייסן נישט.

סימפאניע:

א קאמפאזיציע, געווענדליך צוטיילט אין פיר עקסטערע שטיקלעך וואס פאררופן זיך movements, ווען יעדע מאוומענט האט אן אנדערע געפיל, סטיל און טעמפא פון די אנדערע, כאטשיג וואס די גאנצע סימפאניע פאר זיך איז בעצם געקניפט און געבינדן.

אזא סימפאניע צייט אפשניט לויפט צווישן צוואנציג מינוט און אן אנדערהאלבן שעה (ס'זענען דא אויך פון אפאר שעה לאנג!).

די כלים וואס ווערן געניצט ביי סימפאניעס זענען בעיקר פידלען, טשעלאוס (די ריזיגע פידלען), flutes און ענדליכע געבלאזכצער, און פארצייטישע קלאפ געצייג. נישטא קיין פיאנע.

מוצארט האט קאמפאזירט 41 סימפאניעס און בעטהובן נאר ניין, אזוי דאכט זיך. בזמנו של באך איז נאך נישט געווען פארהאן אזא מין זאך ווי א סימפאניע.

כאטש וואס סימפאניעס האבן נישט קיין וואקאלס, דאך, איינס פון די שענסטע סימפאניעס אין היסטאריע - די ניינטע סימפאניע פון בעטהובן, וואס נעמט א קנאפע שעה און צוואנציג מינוט, האט צום סוף אפאר-מינוטע'גע שטיקל וואס ענדלט צו אפערע. כ'האף צוריק צוקומען צו דעם.

פיאנא סאנאטא:

א קאמפאזיציע נאר דורך א פיאנא. געבויט געווענדליך פון דריי מאוומענטס. געווענדליך נעמט עס צווישן צעהן און צוואנציג מינוט.

די ספעציעלקייט פון א סאנאטא, מער ווי פון א פשוט'ע פיאנא קאמפאזיציע (למשל די באקאנטע טערקישע מארש פון מוצארט), איז וויבאלד א סאנאטא ניגון מיינט אז איינע פון די מאוומענטס זענען געבויט ווי די sonata form.

וואס מיינט א סאנאטא פארם, איז גאנץ שווער צו מסביר זיין אין קורצן אבער כ'וועל פרובירן.

די מאוומענט וואס איז געבויט ווי די סאנאטא פארם, איז אויך צוטיילט אין דריי קאטעגאריעס. 1) עקספאזישן, 2) דעוועלעפמענט, 3) ריקעפיטילעישאן. וואס מיינט אין אידיש מער ווייניגער: 1) אויסשטעלן. 2) אויסארבעטן. 3) צוזאמנעמען.

איינער האט מיר אמאל מסביר געווען די געדאנק מיט א פאסיגע משל צווישן צוויי ערוואקסענע מענטשן וואס טענה'ן זיך אויף עפעס. צום ערשט זאגן ביידע זייערע טענות, זיי שטעלן פאר זייערע רייד - עקספאזישן. דערנאך הייבט מען אן אויסארבעטן און צולייגן צו די פריערדיגע קעגנזייטיגע טענות - דעוועלעפמענט. און צום שלוס, האפנטליך, קומט מען צו א פשרה וואס נעמט צוזאם ביידע זייטן צו איין צד - ריקעפ.

לעניינינו, די ערשטע גרופע "עקספאזישן" איז אליינס צוטיילט אין צוויי גרופעס. די צוויי גרופעס זענען קעגנזייטיג. למשל, ער פארציילט עפעס פריילעך און די צווייטער וויינט און קלאגט. אויך וועט געווענטליך זיין איינס אויף מעידשאר און איינס אויף מיינאר.

די צוויי גרופעס וועלן פארגעשפילט ווערן איינס נאכ'ן צווייטן, צוויי מאל. כדי צו האבן גוט קענען געלערנט די טעמעס.

דערנאך קומט דעוועלעפמענט. דא נעמט די קאמפאזיטאר א רייד. ער האט נישט קיין כללים. ער קען נעמען איין קליינע שטיקל פון איין גרופע און אים אויסשאקלען, צולייגן און גייט צונעמען ווי א רשב"א. אבער מער ווייניגער גייט ער אויפ'ן סדר ווי אין די עקספאזישן.

צום שלוס קומט די ריקעפיטילעישן (אדער ריקעפ בקיצור) און מאכט שלום. ער נעמט די צוויי גרופעס, ער איז נאך אביסל אינטער'ן רושם פון די דעוועלעפמענט אבער נישט אזוי שיכור ווי דאן, און ער שטעלט צוזאם די צוויי. דהיינו אז די צווייטע גרופע קומט אריין צו די סקעיל פון די ערשטע. למשל אויב אין די עקספאזישן איז די ערשטע גרופע געווען א מעידשאר און די צווייטע איז געווען א מיינאר, וועט די צווייטע דא אויך ווערן פלוצלינג א מעידשאר.

אגב, אסאך פון מוצארט'ס סימפאניעס האבן אויך די ערשטע מאוומענט אלס א סאנאטא. ביי בעטהובן דאכט זיך אז נאר די פיפטע און זעקסטע זענען סאנאטא (כאטש וואס די ניינטע האט אויך ענדליכקייטן צו סאנאטא.)

עד כאן פאר סאנאטא. נאר איין זאך, אז אפילו נאר איין מאוומענט איז געבויט אויף די סאנאטא פארם, דאך הייסט די גאנצע פיאנא קאמפאזיציע א פיאנא סאנאטא., און ער וועט האבן טאקע נאך צוויי (אדער מער) מאוומענטס, נישט אויפ'ן סאנאטא פארם.

יעצט, פיאנא קאנצערטאו:

דא איז אויך די פידלעך א גרויסע מאן דאמר, ווי אויך אנדערע כלים, אבער די פיאנא איז סאולאו. פון מאל צו מאל קומט ער אריין מיט זיינע סאולאו'שע שטיקלעך, און פון מאל צו מאל איז ער שטיל פאר א לאנגע צייט. די פאר פיאנא קאנצערטאוס וואס איך קען פון בעטהובן, נעמט א פערציג מינוט, א שטיקל.

דאס איז עס פאר היינט.

איך בין נייגעריג צו כ'האב איינעם קלוגער געמאכט אדער געהאלפן מיט אינפארמאציע.

כ'האף צו אנהייבן דורכגיין קאמפאזיציעס איינס איינס. איך וויל נאר וויסן אויב ס'דא א דעמענד.
 
לעצט רעדאגירט:
@גצלאל קום אריין קלאר,
הייב אן מיטן שיעור...

איך שפיל אסאך קלאסישע מוזיק, אבער צו קענען איין ניגון גוט נעמט דאך שעות - אויב נישט וואכן. אפגערעדט ארויסצוהאבן די אלע דזשאנרע'ס, סטיילס, און קאמפאזירער, עס איז א וועלט פאר זיך, און אן זיך אריינטון דערין ראשו ורובו איז שווער ארויסצוהאבן די ברייטקייט דערפון...
מ'דארף זיין אוטיסטיק - אדער א גוי - צו זיין אפי' מינימאל אויסגעקאכט אין די קלאסישע מוזיק וועלט.
איך ביניש אויטיסטיק און נישט קיין גוי. נאר א שותו"מ.

איך ביניש מורא'דיג אויסגעקאכט, אבער איך ווייס וואס פליט. איך בין משקיע א צוויי שעה א טאג פאר דעם, צו הערן און פארשטיין, און איך קען שוין היפש גוט פילע לאנגע קאמפאזיציעס.

מ'ברויך נאר וועלן!
 
ס'איז באקאנט אז איינע פון די צדיקים האט געזאגט אז ערליך'ס ניגונים זענען געשריבן מיט רוח הקודש.
גוט...

למען האמת, פילע ניגונים זיינע זענען במקור נישט-אידישע פאלקס ניגונים.
 
דו שרייבסט און זאגסט גאר גוט!

און ווי גוט איז אז דו ליגסט מער אין די פיאנא דזשאנרע, אזוי ווער איך אויך קלוגער.. (איך ליג מער אין פידל).

******

און סתם אויסצוברייטערן די נושא וועל איך דא אויסשמועסן וויאזוי קלאסישע מוזיק הייבט זיך נישט אן ביי מוצארט און ענדיגט זיך אודאי נישט ביי בעטהאווען.

עס נעמט אריין א רייכע היסטאריע - אנגעהויבן בעיקר מיט קריסטליכער געזאנגען מיטן בלויזן שטומע, ביז היינטיגע צייטן מיט אלע מאדערנע טעכניקן און אינסטרומענטן.

עס נעמט אריין די תקופות פון:
  • רענאסאנס - Renaissance
  • באראק - Baroque
  • קלאסיקל - Classicism (נישט פארמישן מיט די ברייטערע טערמין פון 'קלאסישע' מוזיק)
  • ראמאנטיק - Romanticism
  • די 20סטע יארהונדערט
  • היינטיגע.

דורכאויס די תקופות ציילן זיך אזעלכע נעמען ווי:
  • Corelli,
  • LeClair
  • Vivaldi,
  • Bach,
  • Handel,
  • Tartini,
  • Haydn
  • Mozart
  • Schubert
  • Paganini
  • Mendelssohn
  • Chopin
  • Liszt
  • Tchaikovsky
  • Brahma
  • Sibelius
  • Ravel
  • Debussy
  • Bartok
  • Shostakovich
און אזוי ווייטער און ווייטער, ווי מען קען שרייבן גאנצעטע בייאגראפיעס און ארטיקלען איבער זיי און איבער יעדע פון זייערע קאמפאזיציעס.

צווישן די סטיילס פון ניגונים קען מען אויסרעכענען:
  • סימפאניע - Symphony
  • קאנצערטא - Concerto
  • סאנאטא - Sonata
  • עטודע - Etude
  • נאקטארן - Nocturne
  • מינועט - Minuet
  • וואלץ - Waltz
  • מארש - March
  • באללעט - Ballet
  • אפערא - Opera
  • פאנטאסיע - Fantasia
דאס איז בנוסף צו די כלליות'דיגע דזשארגאן פון מוזיק, ווי יעדע טעמפא און סטייל האבן באזונדערע טערמינאלאגיעס פאר זיך.
ועוד חזון פאר א לענגערע שיעור אין די גאנצע נושא.

דאן קומען אינדיווידואלע ניגונים, מער און ווייניגער באקאנטע, געוויסע גאר פאפולערע, אנדערע גאר איינדרוקספול און וויכטיג אין די קלאסישע ארענע. כולל:
ואטו כי רוכלא...
 
איצטער, לאמיר זעהן וואס אזוינס גייט דא פאר.

(דיסקלעמער, איך שרייב היפש בקיצור לשון, נעם אין באטראכט.)

צום ערשטנס, קלאסישע מוזיק איז א וועלט פאר זיך טאקע, אבער ריזיג גרויס, זיך נישט דארפענדיג שעמען פון אנדערע סטילן. דערפאר, אפילו איך שרייב א כלל איבער א געוויסע זאך, מיינט נישט אז אזוי איז עס אייביג, נאר לפחות אין די וועלט ווי איך דריי זיך, דאס רעכנט אריין בעיקר בעטהובן מאצארט און אביסל באך.

די פאר סטילן אין וואס איך ליג בעיקר, זענען ווי פאלגנד: סימפאניעס, פיאנא סאנאטא, און פיאנא קאנצערטא.

און לאמיר זיי א רגע צונעמען פאר די וואס ווייסן נישט.

סימפאניע:

א קאמפאזיציע, געווענדליך צוטיילט אין פיר עקסטערע שטיקלעך וואס פאררופן זיך movements, ווען יעדע מאוומענט האט אן אנדערע געפיל, סטיל און טעמפא פון די אנדערע, כאטשיג וואס די גאנצע סימפאניע פאר זיך איז בעצם געקניפט און געבינדן.

אזא סימפאניע צייט אפשניט לויפט צווישן צוואנציג מינוט און אן אנדערהאלבן שעה (ס'זענען דא אויך פון אפאר שעה לאנג!).

די כלים וואס ווערן געניצט ביי סימפאניעס זענען בעיקר פידלען, טשעלאוס (די ריזיגע פידלען), flutes און ענדליכע געבלאזכצער, און פארצייטישע קלאפ געצייג. נישטא קיין פיאנע.

מוצארט האט קאמפאזירט 41 סימפאניעס און בעטהובן נאר ניין, אזוי דאכט זיך. בזמנו של באך איז נאך נישט געווען פארהאן אזא מין זאך ווי א סימפאניע.

כאטש וואס סימפאניעס האבן נישט קיין וואקאלס, דאך, איינס פון די שענסטע סימפאניעס אין היסטאריע - די ניינטע סימפאניע פון בעטהובן, וואס נעמט א קנאפע שעה און צוואנציג מינוט, האט צום סוף אפאר-מינוטע'גע שטיקל וואס ענדלט צו אפערע. כ'האף צוריק צוקומען צו דעם.

פיאנא סאנאטא:

א קאמפאזיציע נאר דורך א פיאנא. געבויט געווענדליך פון דריי מאוומענטס. געווענדליך נעמט עס צווישן צעהן און צוואנציג מינוט.

די ספעציעלקייט פון א סאנאטא, מער ווי פון א פשוט'ע פיאנא קאמפאזיציע (למשל די באקאנטע טערקישע מארש פון מוצארט), איז וויבאלד א סאנאטא ניגון מיינט אז איינע פון די מאוומענטס זענען געבויט ווי די sonata form.

וואס מיינט א סאנאטא פארם, איז גאנץ שווער צו מסביר זיין אין קורצן אבער כ'וועל פרובירן.

די מאוומענט וואס איז געבויט ווי די סאנאטא פארם, איז אויך צוטיילט אין דריי קאטעגאריעס. 1) עקספאזישן, 2) דעוועלעפמענט, 3) ריקעפיטילעישאן. וואס מיינט אין אידיש מער ווייניגער: 1) אויסשטעלן. 2) אויסארבעטן. 3) צוזאמנעמען.

איינער האט מיר אמאל מסביר געווען די געדאנק מיט א פאסיגע משל צווישן צוויי ערוואקסענע מענטשן וואס טענה'ן זיך אויף עפעס. צום ערשט זאגן ביידע זייערע טענות, זיי שטעלן פאר זייערע רייד - עקספאזישן. דערנאך הייבט מען אן אויסארבעטן און צולייגן צו די פריערדיגע קעגנזייטיגע טענות - דעוועלעפמענט. און צום שלוס, האפנטליך, קומט מען צו א פשרה וואס נעמט צוזאם ביידע זייטן צו איין צד - ריקעפ.

לעניינינו, די ערשטע גרופע "עקספאזישן" איז אליינס צוטיילט אין צוויי גרופעס. די צוויי גרופעס זענען קעגנזייטיג. למשל, ער פארציילט עפעס פריילעך און די צווייטער וויינט און קלאגט. אויך וועט געווענטליך זיין איינס אויף מעידשאר און איינס אויף מיינאר.

די צוויי גרופעס וועלן פארגעשפילט ווערן איינס נאכ'ן צווייטן, צוויי מאל. כדי צו האבן גוט קענען געלערנט די טעמעס.

דערנאך קומט דעוועלעפמענט. דא נעמט די קאמפאזיטאר א רייד. ער האט נישט קיין כללים. ער קען נעמען איין קליינע שטיקל פון איין גרופע און אים אויסשאקלען, צולייגן און גייט צונעמען ווי א רשב"א. אבער מער ווייניגער גייט ער אויפ'ן סדר ווי אין די עקספאזישן.

צום שלוס קומט די ריקעפיטילעישן (אדער ריקעפ בקיצור) און מאכט שלום. ער נעמט די צוויי גרופעס, ער איז נאך אביסל אינטער'ן רושם פון די דעוועלעפמענט אבער נישט אזוי שיכור ווי דאן, און ער שטעלט צוזאם די צוויי. דהיינו אז די צווייטע גרופע קומט אריין צו די סקעיל פון די ערשטע. למשל אויב אין די עקספאזישן איז די ערשטע גרופע געווען א מעידשאר און די צווייטע איז געווען א מיינאר, וועט די צווייטע דא אויך ווערן פלוצלינג א מעידשאר.

אגב, אסאך פון מוצארט'ס סימפאניעס האבן אויך די ערשטע מאוומענט אלס א סאנאטא. ביי בעטהובן דאכט זיך אז נאר די פיפטע און זעקסטע זענען סאנאטא (כאטש וואס די ניינטע האט אויך ענדליכקייטן צו סאנאטא.)

עד כאן פאר סאנאטא. נאר איין זאך, אז אפילו נאר איין מאוומענט איז געבויט אויף די סאנאטא פארם, דאך הייסט די גאנצע פיאנא קאמפאזיציע א פיאנא סאנאטא., און ער וועט האבן טאקע נאך צוויי (אדער מער) מאוומענטס, נישט אויפ'ן סאנאטא פארם.

יעצט, פיאנא קאנצערטאו:

דא איז אויך די פידלעך א גרויסע מאן דאמר, ווי אויך אנדערע כלים, אבער די פיאנא איז סאולאו. פון מאל צו מאל קומט ער אריין מיט זיינע סאולאו'שע שטיקלעך, און פון מאל צו מאל איז ער שטיל פאר א לאנגע צייט. די פאר פיאנא קאנצערטאוס וואס איך קען פון בעטהובן, נעמט א פערציג מינוט, א שטיקל.

דאס איז עס פאר היינט.

איך בין נייגעריג צו כ'האב איינעם קלוגער געמאכט אדער געהאלפן מיט אינפארמאציע.

כ'האף צו אנהייבן דורכגיין קאמפאזיציעס איינס איינס. איך וויל נאר וויסן אויב ס'דא א דעמענד.
א גרויסן דאנק
פאר׳ן זיך באמיהען עס אזוי גוט אויסצושרייבן אויף אידיש, דערצו האב איך ספעציעל הנאה אז ס׳איז קורץ און מסודר!

ס׳זייער אינטרעסאנט פאר מיר צו האבן אן אהנונג אין דעם נושא, איך האב שטארק ליב מוזיק, און עס בארוהיגט מיין געמיט ווען איך הער (געוויסע) קלאסיקל מוזיק
 
אלץ א קלאסיק מוזיק נישט-מבין וויל איך אריינקומען מיט מיין בליק.
רוב מענטשן עכ״פ איך טראכט אז רוב מענטשן, קוקען אן קלאסיקע מיוזיק אלץ באורינג (משעמם), ווייל מען באקומט נישט קיין דאופעמין דערפון, ס׳קומט נישט קיין טריפ, נישט קיין דיפרעסיע, נישט קיין עמאושענס, נישט קיין ווייבס, ניטאמאל ווערטער האט עס, ס׳פארט סתם אויף קרוז, מילא טראכט מען א גאנצען צייט קום שוין צום ווארט, נו תכלית וואס ווילסטו?
אבער אז מען קוקט עס אן מיט א בליק פון אַרט, מען נעמט ארויס די עמאושענס דערפון, נאר קוקען עס אן ווי א ארט ווי א שיינע הויז, א שיינע דזשולערי צי א שיינע פרוי, ס׳פשוט שיין מען דארף נישט ציקימען קיין ערגעץ, ס׳דארף נישט היטען, ס׳נישטא קיין פאנטשליין. ס׳פשוט שיין לשם שיינקייט, און ווען מען זעצט זיך אראפ אדעתא דהכא קען מען הנאה האבן פון קלאסישע מיוזיק.

(איך ווייס אז די מבינים גייען מיך הרג׳נן פארן זאגען אז קלאסיק האט נישט קיין עמאושענס)
 
לעצט רעדאגירט:
קלאסישע מוזיק פאר מיך איז אזוי ווי וויין: ביידע פראביר איך שוין יארן צו באקומען א טעיסט דערין, אן קיין ערפאלג.

אדערווייל וועל איך אנעמען מיט אמונה פשוטה אז עס איז טאקע געשמאק און מענטשן פאסמאקעווען זיך באמת דערמיט (אדער וועל איך עס שטיצן מיטן הוכחה נוסח כוזרי אז מיליאנען מענטשן באריכטן אויף עפעס מוז עס זיין אמת)
 
@קהל'ס נער קיינער גייט דיר נישט הרג'נען..
און @מארלי עס איז א שאד צו אינוועסטירן אמונה פשוטה דערין..

איך גיי נישט אריין צו עס איז אזויווי וויין אדער ווי טריקענע ארט, טאקע ווייל דארט קען מען זיך אויך טענה'ן צו עס איז דא טיפערס אדער עמאציעס דערין.

איך קען נאר זאגן אז ביי מיר האט זיך עס אנגעהויבן אזויווי חזנות (אויך מיר א זאך..), איך האב גענומען איין ניגון און אויסגעהערט צענדליגע מאל איבער און איבער - צופעליג איז עס געווען די מענדעלסאהן E מיינאר קאנצערטא וואס איך האב פריער צוגעברענגט, און איינמאל איך בין געווארן attached צו דעם שטיקל האט זיך מיר אטאמאטיש געעפנט די געפיל צו וועלן הערן נאך און צו פארשטיין און פילן די עמקות דערין.

א גוטע עצה איז אויך נאכ'ן קענען גוט איין שטיקל עס אויסצוהערן פון א צווייטע שפילער/ארקעסטרא, מ'הייבט אן פארשטיין די נואנסעס און די פארשידענארטיגע וועגן וויאזוי די זעלבע ניגון קען ווערן אפגעלערנט און געשפילט, עס געבט זייער אסאך צו צו די הבנה וויאזוי מ'קען אלס אויסדרוקן אנדערע עמאשענס מיט די זעלבע ניגון.

אויב אינטרעסירט איינעם צו שפילן פיאנא/ליינען נאטן, דאן איז זייער געראטן אנצוהייבן גלייך מיט קלאסישע מוזיק (Fur-Elise קען מען קענען גוט נאך צוויי שעה פון פרעקטיס - לדוגמא, די טערקישע מארש נעמט שוין אביסל לענגער - אבער איז אויך גרינג).
עס געבט סיי סיפוק אז מ'קומט אן ערגעץ רעלאטיוו גרינג, עס איז אויך שיין און רייך צו די זייט - נישט סתם עפעס א חסיד'ישע לחם עוני, ועל כולם הייבט מען אן צו קאנעקטן מיט די ניגונים און מ'פילט ווי מ'קען עפעס ארויסברענגען אליין דערמיט..
 
מעג איך אויך צולייגן פון מיין אביסעלע ערפארונג, וויאזוי צו ווערן קאנעקטעד?

און איך בין מציע פאר יעדער גרינער וואס וויל אינוועסטירן אין צוהערן קלאסישע מוזיק, זאל ליינען די פאר שורות.

צום אלעמען ערשט, האט שוין @קהל׳ס נער ערווענט, און כ'האב געהערט אמאל ענליך צו דעם. אז אויב הערט מען קלעסיקל מוזיק אבער נישט די ריכטיגע וועג, הערט זיך עס לאנגווייליג. און אויב הערט מען היינטיגע מוזיק נישט די ריכטיגע וועג, הערט זיך עס ליידיג.

דהיינו, קלאסישע מוזיק ברענגט נישט די לופטיגע ווייב, די אנערגעטישע חיציונית'דיגע אטמאספערע, פארקערט ווי היינטיגע מוזיק, וואס אפילו ווען ס'ברענט אין אינטערגרינט א היינטיגע ניגון וואס דו קענסט ניטאמאל, וועסטו זיך מיט-שאקלען צום טאקט. משא"כ, אויב זיכסטו עפעס א מורא'דיגע טיפקייט און צודרייטע מוזיקאלישע איידיעס, דאן וועסטו פילן א ליידיגקייט אין רוב היינטיגע ניגונים.

מ'דארף וויסן ווי און וואס מ'זיכט.

און די הסבר איז קליפ און קלאר. די מבינים אין תורת המוזיקה זאגן אז די ריכטיגע הנאה פון א שטיקל מוזיק קומט ווען די תנועה איז שוין נישט אזוי ווילד פרעמד, אבער דאך נישט עפעס וואס דו האסט ממש יעצט געהערט. ס'מוז זיין עפעס חידוש, אבער נישט א תנועה וואס דו ווייסט נישט בכלל צו וועלכע ריכטונג ס'פארט.

ובכן, א היינטיגער ניגון פארט שוין מער ווייניגער אלס אויפ'ן זעלבן ריכטונג, דערפאר קעמען שוין צומאל גלייך הנאה האבן די ערשטע מאל פון די ניגון, ווייל ער פארקירעוועט זיך נישט אזוי שטארק פון דיין אייגענע דמיון, אז דו זאלסט ווען פארלוירן. ווידעראום, ווי טיעפער א ניגון איז, און אזוי איז טאקע אויך ביי חזנות, ווי @אלפא האט ערווענט, וואס ס'איז דא פיל ווייניגער באגרעניצונגען אין וואס די קאמפאזיטאר דארף זיך אריינלייגן געצווינגענערהייט (ווי ביעט, סקעיל, און רעינדש), דאן וועט מען טאקע גארנישט אויפכאפן די ערשטע פאר מאל וואס מ'הערט די ניגון. ס'וועט זיך הערן לאנגווייליג און אנע טעם און שמעק.

בן בנו של קל וחומר ביי קלאסישע מוזיק וואס איז פארברעצירט געווארן דורך די גרעסטע מוזיק קארפן-קעפ אין מאדערנע היסטאריע, פאדערט זיך צו הערן די קאמפאזיציע פיל מאל, על מנת צו ווערן היימיש מיט די טעמע און ריכטונג פון די ניגון.

אבער איין מאל דו ביסט שוין טאקע היימיש מיט דעם... איי איי איי. דאן איז דאך נישטא זיינס גלייכן.

נאך א נקודה. כאטש וואס א סימפאניע, צום ביישפיל, נעמט ארום א האלבע שעה אדער מער, דארף מען נישט ווערן פארלוירן אין די ריזיגע וואסערן פון די גאנצע סימפאניע. נישט נאר דו דארפט נישט, נאר ס'נישט מעגליך.

אין א פריערדיגע תגובה האב איך געזאגט אז ביי סאנאטא פארם גייט איבער די ערשטע שטיקל צוויי מאל, אז מ'זאל זיך דערקענען מיט דעם. אלזא, איך האלט אז צוויי מאל הערן די שטיקל איז דאך נאכאלס נישט גענוג, נאר ס'מער א סימבאלישע מעסעדזש פון די קאמפאזיטאר צו זאגן: גיי איבער דעם שטיקל אפאר מאל, און דערנאך קענסטו זיך רוקן ווייטער.

(כאטש וואס אמאל איז נישט געווען קיין רעקארדירטע קאמפאזיציעס, צו קענען מאכן ריפיעט אויף א שטיקל פון א ניגון, דאך איז מיין כוונה אז מ'זאל זיך אריינטוהן און זיך פרובירן מתחבר זיין צו איין מאוומענט אויף אמאל, אדער ווייניגער, הכל תלוי באזני השומע.)

יעצט, נאך גאר א וויכטיגע געדאנק, וואס ס'הערט זיך לאכעדיג, און ס'איז אפילו היפש לאכעדיג, דאך האט עס מיר ממש אריינגעברענגט אין די זאך, אזש היינט קען איך צוהערן צו צוויי דריי סימפאניעס איינס נאכן צווייטן אן פארלירן פאקוס פאר א רגע!!! (עפעס וואס קען נעמען אזא צוויי שעה.)

און די סוד הדבר איז צו מיטשפילן מיט די קאמפאזיציע, מיט די מוח, מיט די הענט און מיט די פיס.

דהיינו, לייג צו אן אויער צו יעדע דראמאטישע תנועה, ארויף און אראפ, שנעל און שטייט, א זעץ, ס'חזר'ט זיך איבער א תנועה אפאר מאל, שטיל און הויך (יא. ביי סימפאניעס איז זייער נפוץ צו טאנצן ארויף און אראפ מיט די פשוט'ע וואליום פון די כלים, א זאך וואס ברענגט מורא'דיגע דראמא און געפיל ווען מ'לייגט צו קאפ). ווען דו לייגסט צו קאפ צו באמערקן די דראמא און אייגנארטיגקייט, וועסטו אטאמאטיש ווערן שנעלער קאנעקטעד צום ניגון, ווי אנדערשער אים אנצינדן אין בעקראונד, און ווארטן אז דו זאלסט פארשטיין די ניגון פון זיך אליינס.

און אזוי אויך מאך מיט די הענט און פיס! נישט קיין ווערטל. ס'ברענגט א משונה'דיגע אומפאקט אויפ'ן צוהערער צו קאנעקטן צום ניגון, ער פילט עס מיט, ער לעבט עס, ער שפירט עס... יעדע דראמאטישע זעץ אדער רונדע פון זעצעס ווייזטו מיט דיין האנט א זעץ... ווען די מוזיק ווערט דראמאטיש שטיל, בייגסטו זיך צו ווי צו זאגן א סוד און דו מאכסט מיט די הענט אזוינע איידעלע תנועות... דאן ווען די מוזיק רייסט אויף און קומט צוריק מיט איר פילן קראפט און מאכט, מאך מיט ביידע הענט ווי דו פירסט די ארקעסטרא און ווער ווילד!

בקיצור, מ'כאפט וואס איך מיין. אויב דיין גוף, הענט, און פיס און מוח שפילן מיט צום טאקט און אלעס ארום די ניגון, וועט מען שנעלער קאנעקטן און פיל מער עפרישיעיטן די טיפע קאמפאזיציעס.

פלוצלינג גייסטו אנהייבן צו פילן ווי די קאמפאזיטאר נעמט דיר אויף א רייד, געמישטע געפילן (יא ס'דא געפילן און נאך ווי!!!!!), שמחה, טרויער, דראמא, איידלקייט, ווילדקייט, רואיגקייט און אנגעצויגנקייט, און נאך.

פארשטאנען?
 
  • בעטהאווענס 5טע סימפאניע - וואס איז באקאנט פאר איר אריסטאקראטישע אנהייב.
איך קען גראדע רוב ניגונים וואס דו האסט אויסגערעכט, אויסער דע צוויי קאנצערטאו'ס. די אנדערע זענען ווירקליך פון די מערסט באקאנטע קאמפאזיצעס.

אבער דאך... די פיפטע סימפאניע... אך... ס'ווערט מיר נישט נמאס. שוין געהערט צענדליגע מאל אין איין אטעם (נעמט 35 מינוט) און גייט נישט ארויס פון די נאז.

אזוי אויך די 4 סעזאנען פון וויוואלדי (פערציג מינוט, פידלעך) איז מורא'דיג באקאנט אין די וועלט פאר אירע ריינע, קלארע און היפש פשוט'ע תנועות, און ספעציעל די ערשטע אז"ג פזמון פון די ערשטע סעזאן.
 
דו שרייבסט און זאגסט גאר גוט!

און ווי גוט איז אז דו ליגסט מער אין די פיאנא דזשאנרע, אזוי ווער איך אויך קלוגער.. (איך ליג מער אין פידל).
א דאנק.

איך נאש פון איבעראל. אויך פידל. נעם למשל באך'ס air on string G וואס איז קרעיזי רירענד. אדער טאקע די פיר סעזאנען וואס איך בין גאנץ היימיש מיט. דאך שפיר איך די מערסטע אינדערהיים ביים הערן סימפאניעס (וואס האבן נישט קיין פיאנא).
 
אלעקס אקאנאר (א יוטובער און פילאזאף, באקאנט פאר זיינע דעבאטעס און שמועסן איבער רעליגיע און אטעאיזם) ברענגט ארויס אין א לעצטיגע ארטיקל וויאזוי מיר זענען געווארן צו ספוילט מיטן הערן מוזיק איבעראל און אלעמאל, ווי ער זאגט הרג'ט עס אוועק די עכטע עקספיריענס וואס מוזיק דארף ברענגען, און ער אפילירט אז מ'זאל אויפהערן הערן מוזיק סתם אזוי ווען עס איז נישט אין די מקום מיוחד - ווי ביי א קאנצערט אדער באר.

דא האט ער קורצע קליפ איבער דעם:

View: https://www.youtube.com/watch?v=J-BcSSk3VOg
 
Back
Top