Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
עס נעמט אריין די תקופות פון:
- רענאסאנס - Renaissance
- באראק - Baroque
- קלאסיקל - Classicism (נישט פארמישן מיט די ברייטערע טערמין פון 'קלאסישע' מוזיק)
- ראמאנטיק - Romanticism
- די 20סטע יארהונדערט
- היינטיגע.
א דאנק פאר׳ן מיטטיילן!א ליסטע פון זייער געשמאקע פיאנא קאמפאזיציעס, גרינג פאר'ן אויער.
לוסטיג אונד טרויעריג בעטהובן. כ'גלייך די פשטות פון די ערשטע צוויי פעלער, און די לעבעדיגקייט פון די צווייטע צוויי פעלער. (דערנאך קומט צוריק די ערשטע צוויי.)
Nuvole Bianche איינאודי (היינטיגער). איך בין משוגע אויף דעי ניגון. ס'האט צודרייטע הארץ און געפיל. איך וואלט עס ארויפגעלייגט אויף צמאה לך נפשי... עס איז ממש מומלץ צו הערן דעם ניגון ביז מ'שפירט די טיפע פשטות'דיגע בענקשאפט וואס ליגט אין דעם.
ספרינג די ערשטע טייל פון די four seasons פון וויוואלדי, נוסח פיאנא. לא מעלמא הדין. ס'קרעיזי. כ'בין מציע צו הערן די ארגינעלע דורך פידלעך.
ספרינג וואלץ פאול דע סענעוויל. אומריכטיג באקאנט פאר שאופען'ס א ניגון. הארציג, פשוט און אויפכאפנד.
דאס זענען א חלק פון מיינע פעיווערעדס, ווען איך זיך עפעס פשוט אבער אייזן און געפיליש.
דערמאנסט מיר א צייט וואס איר ליד No one can get in the way האט מיר מחזק געווען נישט אויפצוגעבן אויף מיין מערידשצוויי פאפולערע היינטיגע זינגער וואס האבן אנגעהויבן אין קלאסישע מוזיק און באקומען טרענירונג אין דעם, וואס קומט מיר אויפן געדאנק...
1. Alicia Keys
View: https://youtu.be/9smSm-L7VrQ?si=o8hcbf_yR2wvKhO_
וויאזוי רופט זיך די ערשטע שטיקל דא פון בּאַראָק?
הא הא
Wowעס רופט זיך 'קענאן אין ד די-גרויסע - Canon in D Major' - קאמפאזירט דורך Johann Pachelbel ארום 1680 (מ'ווייסט נישט פונקטליך).
עס איז קאמפאזירט געווארן צו ווערן געשפילט דורך פיר פידלעך אינאיינעם (בעסער באקאנט אלס - String quartet - צוויי פידלעך איין וויאלע, און איין טשעלא), כדלקמן:
View: https://youtu.be/Xu5TlSXEzzs&t=130s
ס'זענען דא היינטיגע שטוב טעלעפאנען וואס האבן עס אלס רינג-טאן, אסאך קענען עס פון דארט..
די אינטרעסאנטע זאך מיט דעם שטיקל איז אז עס היבש קינצליך געבויט, עס לויפט אז די טשעלא הייבט אן די ערשטע אכט נאטן*, דאן קומט די ערשטע פידל אריין און הייבט אן דעם ניגון, נאך אכט נאטן כאפט זיך די צווייטע פידל מיט און שפילט איבער די ערשטע אכט נאטן פונעם ערשטן פידל און גייט ווייטער, אכט נאטן שפעטער כאפט זיך די וויאלע מיט און שפילט אויך איבער פון אנפאנג, אזוי אז רוב ניגון זענען זיי אלע פשוט אפגערוקט אכט נאטן (צוויי בארס) איינער פונעם צווייטן - אבער עס שטומט נאכאלץ הערליך. הערטס עס אליין אויס.
*די טשעלא שפילט א גאנצע צייט די זעלבע אכט נאטן איבער און איבער, ס'ווערט טאקע אנגערופן די מערסטע באורינג שטיקל פארן טשעלא, און די ווערטל גייט אז נאכן ענדיגן די שטיקל דארף מען זיכער מאכן אז די טשעלאיסט איז נישט איינגעשלאפן וואס זיינע פינגערס שפילן ווייטער פון זיך אליין.
פאר די וועלכע קענען ליינען נאטן (אדער פאר די וואס וויל זען אן אילוסטראציע פון וואס איך האב אויסגעשמועסט) קען מען זען דעם סקאר אויף מיוסקאר - Canon in D quartet - Johann Pachelbel
די מעלה פון מיוסקאר איז אז מ'קען הערן די נאטן ווערן געשפילט דורך דרוקן די 'פלעי' קנעפל, מ'קען אויך דאונלאדען פון דארט (פאר געלט), ווי אויך האבן זיי א בחנם'דיגע פראגראם וואס מ'קען נוצן צו שרייבן מוזיק אליין.
______________________________________________
די צווייטע שטיקל דארט (די קלאסיקל) איז ווי @גצלאל האט געזאגט די באקאנטע מאנלייט - Moonlight סאנאטא פון בעטהאווען (1801-1802), עס האט דריי חלקים צו זיך, די ערשטע א שטייטע, די צווייטע מער אפביעט, און די דריטע איז די קינצליכע שנעלערע שטיקל - וואס אגב די שווערעקייט דארטן ליגט נישט אין איר שנעלקייט נאר און די דיינעמיקס וואס דארפן גיין קינצליך פון ווייכער צו העכער.
אט איז א רעקארדירונג דערפון: ביים ערשטן חלק קען מען זיך ממש מצייר זיין די לבנה-שטראלן אריינשיינען אינעם טונקעלן נאכט צימער, (די צווייטע חלק הייבט זיך אן ביי מינוט 7:10, און די דריטע ביי 10:13).
View: https://www.youtube.com/watch?v=4591dCHe_sE
אט איז א ווידעא ווי א קליין אינגל שפילט דעם דריטן חלק -
View: https://www.youtube.com/watch?v=4vN02Z-rc9s
און אט זענען די נאטן - Moonlight Sonata in full
____________________________________________
די דריטע שטיקל, פון די ראמאנטישע תקופה, איז די La Campanella (- קליינע גלעקל אין איטאליעניש) פון Franz Liszt, געענדיגט אין 1851.
עס איז אנגענומען צו זיין פון די שווערסטע שטיקלעך געשריבן פאר פיאנא. איך בין אבער נישט באקאנט מיט דעם ניגון מער בפרטיות. דא האט איר א רעקארדירונג:
View: https://www.youtube.com/watch?v=H1Dvg2MxQn8
און אט זענען די נאטן - La Campanella (full version inspired by Liszt)
____________________________________________
די קומענדיגע שטיקל(עך) ווייס איך נישט וועלכע עס איז.
דא איז עס אויך נישט ארגינעל. עס דארף צו זיין נאך פידלען וואס קומען אריין. דא, ווידער, מאכט עס א פיאנא במקומו.וויוואלדי קען איך נאר הערן מיט׳ן פידל (אז נישט פילט עס פאר מיר ווי זופ אן קיין זאלץ)
View: https://youtu.be/nK0ltYwNoLw?si=SQGwWYZ7HXjiMu4n
כ'האב אזוי הנאה צו הערן.א דאנק פאר׳ן מיטטיילן!
געוואלדיג!
די צווייטע האט מיר געברענגט צו טרערן און איך ווייס ניטאמאל פארוואס. Something magical אין קלאסישע מוזיק אז מוזיק אז ס׳קען דיר אריבערפירן אין אן אנדערע וועלט. און מ׳דארף נישט ווערטער, ס׳גייט גראד צום הארצן.
(ס׳דאס ערשטע מאל דאכטצעך וואס בעטהובן איז נישט צו שטאַט פאר מיר צו דולדן)