קאמעדי פילמען און טיווי סעריעס

תרמב

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 20, 2024
מעסעדזשעס
257
רעאקציע ראטע
1,374
איך גלייך צו קוקן קאמעדיע, פילמען און טיווי סעריעס, ס'איז אלס גוט צו האבן א גוטע שמייכל און א לאך, ס'העלפט פאר די גיסטע.

די פראבלעם איז אז ס'איז נישט דא צו א גרויסע אויסוואל, ווייל די ליניע צווישן גוטע קאמעדי און קארני זאכן איז גאר א דינע שטריק און ס'איז גאר גרינג עס אריבערצוגיין, און פארשטייט זיך וואס פאר איינעם איז משוגע פאני איז פאר א צווייטן בכלל נישט אינטערסאנט.

אשר על כן בין איך אלס אין די לוקאוט פאר פרישע קאמעדיע, סטענד אפ קאמעדי גיי איך נישט אזוי, בעיקר מאווי'ס און טעלעוויזיע סעריעס.

עפן איך א שנירל צו הערן פונעם עולם וואס קען זיין אינטערסאנט, איך וועל אויסרעכענען עטליכע וואס איך האב שוין געזעהן, און דער עולם ווערט געבעטן צוצולייגן.


ברוקלין 99 איז נעקסט לעוול גוט, גוטע אקטיארן און זייער פאני, די פארפאלק עימי און סאנטיאגאו זענען געווען מיינע פעיוואריטס, די ניינטע סעזאן איז נישט גוט ווייל זיי זענען אריינגעפאלן אין די דיטש פון להטב רעכטן און דיפאנד די פאליס, זיי האבן פארגעסן אז זיי זענען דא צו מהנה זיין דעם עולם, מאכן דעם עולם לאכן, נישט זיין ביזי געבן לאנגע דרשות איבער ראסע אנגעלעגנהייטן, אבער ביז דארט זענען זיי זייער גוט.

מר' ביען איז פון די זאכן וואס מ'קוקט פון די ערשטע, ס'איז מער ווייניגער כשר, ער רעדט ניטאמאל אסאך, ניטאמאל ענגליש דארף מען קענען דערפאר, זשאני ענגליש איז גאר גוט, פון די זעלבע מחבר, דריי מאווי'ס וואס אפיציעל איז עס שרעקעדיג אבער ס'איז פאני מיט ענגלישע הומאר.

מאדערן פעמילי האט מיר איינער רעקאמאנדירט אז ס'איז זייער גוט יענער האט עס זייער ליב געהאט אבער איך בין נישט געגאנגען דערפאר.

סוטס האלט איך אינמיטן קוקן די ערשטע סעזאן, ס'איז גאר גוט, ס'איז נישט אזוי פאני, איך וואלט געזאגט אז ס'איז לייט קאמעדי, אבער ס'איז גאר גוט. עס עקט דארט די ווייב פון פרינץ הערי.

2 בראוקען גירל איז גאר פאני אבער זייער שמוציגע זשאוקס.

דעספרעטט האוזווייפס איז אויך אין די לייט קאמעדיע קאלום, און ס'איז גאנץ גוט, אבער איך בין באורד געווארן נאך עטליכע סעזאנען.

די דיקטאטור איז זייער א פאני מאווי, און ס'האט זייער אסאך אידישע רמזים'לעך דא דארט אז מ'קען זיך פילן היימיש דארט.

פון די ישראלישע סעריעס, היהודים באים איז משוגע גוט פאר ווער ס'קען פארנעמען ליצנות על השם ועל משיחו.

קופה ראשית איז אויך גאר פיין.

שנות השמונים און שנות התשעים איז משוגע צו ווערן, ממש א מאסט פאר ווער ס'גלייכט די ישראלישע קולטור.

שבבניקים קען אויך אריינגיין אין די קאמעדיע זשאנרע, ס'איז זייער קיוט און זיס.

דערווייל קען איך מיך נישט דערמאנען נאך, ווער ס'קען צולייגן תבוא עליו ברכה, איך וועל דאנקבאר זיין און איך גלייב אז אנדערע וועלן אויך דאנקבאר זיין.

מ'דארף עפענען שנירלעך פאר אנדערע סארטן מאוויס און סעריעס אויך, אבער מ'הייבט אן מיט איינס.
 
ייש"כ @תרמב
ווען מ'זעהט אביסל בדיחותא דערמאנט מען זיך אז די גאנצע וועלט איז נאר א דשאק, און מ'דארף עס נישט נעמען אזוי ערענסט...
--
(כ'ווייס נישט אויב ס'קומט אריין)
just for laughs gags
 
פאר איזה סיבה שהוא פארנעם נישט קאמעדיע ביימער קיין מקום. איך האב אנגעהויבן די משום איזה סיבה, אבער עס איז מער א''א לפרטם כי רבים הם.
  1. איך פארשטיי נישט רוב דזשאוקס, איך האב נישט קיין חסרון ידיעה אין גאסן (ליין גויאישע) סטאריס אדער פאליטיק, איך זעה נישט קיין פאני זאכן אין די דזשאוקס וואס דארף מיר אינטערטעינען פאר 120 מינוט נאך צוויי מינוט איי עם אוט.
  2. והשנית, ווען איינער מאכט מאדנע פאקסען מיט זיין געזיכט, אדער גוף ברענגט עס מיר בכלל נישט צו קיין געלעכטער. איך זעה נישט וואס איז פאני דערינען, איך קוק עס אנדערש אן ווי א קינדערישקייט
  3. אפשר איז מיין נשמה פון זיידן סחורה (איך מיין אז נישט) וואס איז פאני ווען מען נעמט איינעם אויפן צימבל און מען מאכט איהם צו-נער.
  4. גראדע איין סארט קאמעדיע וואס איך גלייך גראדע יא. איז ווען מען שפילט אויס ריאליטי לעבן אן קיין פאקסען אדער גרינמאסן, ווי דער קאמעדיען ברענגט ארויס די מאדנע פירעכצער פון די מענטשהייט ספישעס וואס ווערט נישט באמערקט אינעם טאג טעגליכער הלוך ילך. דזשעקי מעיסן יוכיח. (אויב האסטו אזאנע רעקאמענדאציעס, וואלט איך עס אפרישיעטעט). גראדע גלייך איך נישט מאדי Modi. אבער ווען ער שפילט אויס די סארט קאמעדיע אן קיין איבעריגע פאקסען איז ער נישט שלעכט.
ווען איך וועל טראכטן פון נאך סיבות וועל איך ציטירן אדער רעדאגירן
 
לעצט רעדאגירט:
נישט גאנץ גוט, גאר גוט

איך האב עס אינזין געהאט צו שרייבן

די לעצטע סעזאן איז אבער היבש שוואך
גאר גוט. כ'זיך נאכאיינס ווי דעם.
עניטינג?

א סימן פון א גוטע שוי איז ווען מ'בינדזש וואטשט. די ערשטע פָּאר האביך געקוקט אויף איין מאל, דערנאך זיך מיט געכאפט מיט די סקעדיואל.
 
פאר איזה סיבה שהוא פארנעם נישט קאמעדיע ביימער קיין מקום. איך האב אנגעהויבן די משום איזה סיבה, אבער עס איז מער א''א לפרטם כי רבים הם.
  1. איך פארשטיי נישט רוב דזשאוקס, איך האב נישט קיין חסרון ידיעה אין גאסן (ליין גויאישע) סטאריס אדער פאליטיק, איך זעה נישט קיין פאני זאכן אין די דזשאוקס וואס דארף מיר אינטערטעינען פאר 120 מינוט נאך צוויי מינוט איי עם אוט.
  2. והשנית, ווען איינער מאכט מאדנע פאקסען מיט זיין געזיכט, אדער גוף ברענגט עס מיר בכלל נישט צו קיין געלעכטער. איך זעה נישט וואס איז פאני דערינען, איך קוק עס אנדערש אן ווי א קינדערישקייט
  3. אפשר איז מיין נשמה פון זיידן סחורה (איך מיין אז נישט) וואס איז פאני ווען מען נעמט איינעם אויפן צימבל און מען מאכט איהם צו-נער.
  4. גראדע איין סארט קאמעדיע וואס איך גלייך גראדע יא. איז ווען מען שפילט אויס ריאליטי לעבן אן קיין פאקסען אדער גרינמאסן, ווי דער קאמעדיען ברענגט ארויס די מאדנע פירעכצער פון די מענטשהייט ספישעס וואס ווערט נישט באמערקט אינעם טאג טעגליכער הלוך ילך. דזשעקי מעיסן יוכיח. (אויב האסטו אזאנע רעקאמענדאציעס, וואלט איך עס אפרישיעטעט). גראדע גלייך איך נישט מאדי Modi. אבער ווען ער שפילט אויס די סארט קאמעדיע אן קיין איבעריגע פאקסען איז ער נישט שלעכט.
ווען איך וועל טראכטן פון נאך סיבות וועל איך ציטירן אדער רעדאגירן
איך האב ליידער אן ענליכער פראבלעם.

אבער כ׳האב געהערט אז פאר די וואס גלייכן יא קאמעדי איז the office זייער גוט
ווי אויך schitt’s creek
 
נישט קיין ליידער, על טעם וריח אין להתווכח.
איך זאג ליידער ווייל ביי מיר גלייב איך איז עס פשוט אויסגעריסן געווארן מיט אזא איבערגעטריבענע ערנסטקייט וואס מ׳האט אריינגעבאקן אין מיר פון קליינווייז אָן

היינטיגע צייטן פילן זיך עלטערן בגדול׳דיג ווען זיי באקומען א קאמפלימענט אז זייער קינד איז אזוי mature
זיי כאפן גארנישט וואספארא דורכפאל דאס איז ווען דאס קינד ווערט אוועקגערויבט פון זיין טשענס צו זיין א קינד און ווערט עקספּעקטעד זיך אויפצופירן ווי אן ערוואקסענער בעפאר ער האט טועם געווען דעם טעם בכלל פון זיין א קינד

פערצופאל (אדער בהשגחה פרטית) האב איך זיך היינט ביי מיטאג אנגעשטויסן אין דעם ווידיאו, עס איז נישט פונקטליך וואס איך ברענג דא ארויס,
nonetheless איז עס ווערד אוועקצוגעבן אפאר מינוט צו הערן

View: https://youtu.be/aISXCw0Pi94?si=9oyZQ7076MbnFitp
 
מוראדיג דאס, דאס אדער ענדליך וואלט מען אויך געדארפט אויפשפילן ביי די היימישע קאמיונעטי מסיבות און צוזאמקומען...
 
שבבניקים קען אויך אריינגיין אין די קאמעדיע זשאנרע, ס'איז זייער קיוט און זיס.
שבאבניקים איז געוואלדיג, און מער ווי ס'איז א קאמעדי איז עס א בייסיגע און טרעפליכע כתב אישום אקעגן פיל פונקטן פון די חרדי'שע חינוך און געזעהלשאפט, ווי נאר אן אינסיידער קען.
 
די פראבלעם איז אז ס'איז נישט דא צו א גרויסע אויסוואל, ווייל די ליניע צווישן גוטע קאמעדי און קארני זאכן איז גאר א דינע שטריק און ס'איז גאר גרינג עס אריבערצוגיין, און פארשטייט זיך וואס פאר איינעם איז משוגע פאני איז פאר א צווייטן בכלל נישט אינטערסאנט.
אה מיין פעוואריט טאפיק אויף די וועלט!

קודם זעה איך האסטו מיר געטראסט אויף 2 broke הגם היינט וואלט איך שוין נישט געקוקט אזא שוי, אבער זייענדיג יונג און נאאיוו האט דאס געצויגן. כ'בין קוים ארויס פון ישיבה און די וועלט האט זיך מיר געעפנט צו 2 הערליכע מיידלעך... נעכט האט מען עוסק געווען אין דעם נאכאמאל און נאכאמאל, אונז פלעג מיר דורכטוהן די עמקות פון די שמוץ וועלכע עפיסאוד איז גוטע אדער שוואכע שמוץ😅זכרונות.

אלס די טעיסט ביזטו טאקע גערעכט, אבער ווי איך האלט אין לעבן יעצט קען איך דיר זאגן, ס'האט אויך צוטוהן מיט נישט קענען די פרייע לעבן און קולטור, סא פאר א היימישע איד פון ווילי וועט נישט זיין אינטערסאנט אסאך פון די קאמעדי וואס די גוי באליט פאר דעם. מ'דארף קענען האלטן אן ”אופען מיינד” אלס דעם אז אונזער וועלט איז אזוי פיצל. דאס איז מיט יעדע מין ענטערטענימענט, א בראדוועי שאו, א קאנצערט. אויך איז דא סתם רעפערענצן פון אנדערע איקאנישע שאו'ס/מאווי'ס וואס דו דארפסט קענען צו כאפן ווי ס'קומט אריין, און אסאך מאל אין קאמעדי איז דאס פארט פון די דזשאוק.

למשל אין 99 ווען דזשעיק פעראלטע זאגט פאר טערי כ'קען זיין דיין פרענד, כ'בין פיבי, טשענדלער, רעיטשל... ס'איז מיר גראדע נישט געווען פאני, אבער דארפסט האבן געזעהן די שאו. פרענדס.
 
דעספרעט איז בארינג? ווי האלסטו? איך געדענק כ'האב עס נישט געקענט אראפלייגן. דא און דארט איז ווייניגער אינטערסאנט, למשל (
סוסן מייער מיט די ענגלישע בויפרענד.
אבער אויב דו קאנעקסט מיט די פלאט און מיט די קערעקטערס גיי אן. ס'לוינט זיך!

Curb your enthusiasm פון לערי דעוויד איז זייער פאני, אבער אביסל איבערגעקייט די זעלבע סטייל איידיעס אויף אנדערע סינעריאוס. אבער דאך פון די בארימסטע שאו'ס אין קאמעדיע. ער האט אויך געשריבן סיינפעלד וואס כ'האב שוין געקוקט ביז די פיפטע סיזן. מער ווייניגער אלע עקטערס זענען אידן.

לעצטנס קוק איך אביסל the 3 stooges זייער בארימט אבער מ'דארף פארשטיין צו די genre פון סלעפסטיק, מאנכע ווערן נערוועז דערפון. בעסיקלי מר ביען סטייל, שלימזלנות, טראסקענען קלאפן קאפ אין וואנט. מאדנע קולות...

Young Sheldon האב איך לעצטנס אנגעהויבן אויף נעטפליקס און צורייס די שטים בענדער פון חורבן בית שני געלעכטער... ס'גייט צוריק צו די קינדער יארן פון Sheldon Cooper פון ביג בענג, און מ'הערט אים רעדן פון זיך אליין אלס אן אדאולט דא און דארט. געהאט געקוקט יארן צוריק ביג בענג, כ'מיין דאס איז סך בעסער און אסאך מענטשן האלטן ווי מיר.

New girl איז זייער אינטערסאנט, אויב מ'כאפט עס. איך וואס כ'בין מער נישט פרום העלפט עס מיר מער מיט דעיטינג, זיי טריפן בעיקר אויף די גאנצע וועלט פון מענער און פרויען וואס זענען קיינמאל נישט געהעריג אויפגעוואקסן און וואוינען צוזאמען ווי ערוואקסענע אבער בעצם לוזער'ס און בעביס איינס גרעסער פונים צווייטן, דאס איז מער awkward comedy כ'האלט ס'איז זייער פאני, פאר די וואס ווערט נישט געטריגערט פון שוואכע סאציאלע סקילס אבער מ'קען זיך גאר לערנען דערפון אויך אז מ'זעט ווי יענער טוט עס אויפן סקרין. בקיצור נישט אלעס איז אזוי, יא פאני נישט פאני, ווענדט זיך וואס ווענדט זיך ווי, קוק טיף! וואס וויל מען דא! ווי די רבי האט מסביר געווען...
 
איך גלייך צו קוקן קאמעדיע, פילמען און טיווי סעריעס, ס'איז אלס גוט צו האבן א גוטע שמייכל און א לאך, ס'העלפט פאר די גיסטע.

די פראבלעם איז אז ס'איז נישט דא צו א גרויסע אויסוואל, ווייל די ליניע צווישן גוטע קאמעדי און קארני זאכן איז גאר א דינע שטריק און ס'איז גאר גרינג עס אריבערצוגיין, און פארשטייט זיך וואס פאר איינעם איז משוגע פאני איז פאר א צווייטן בכלל נישט אינטערסאנט.

אשר על כן בין איך אלס אין די לוקאוט פאר פרישע קאמעדיע, סטענד אפ קאמעדי גיי איך נישט אזוי, בעיקר מאווי'ס און טעלעוויזיע סעריעס.

עפן איך א שנירל צו הערן פונעם עולם וואס קען זיין אינטערסאנט, איך וועל אויסרעכענען עטליכע וואס איך האב שוין געזעהן, און דער עולם ווערט געבעטן צוצולייגן.


ברוקלין 99 איז נעקסט לעוול גוט, גוטע אקטיארן און זייער פאני, די פארפאלק עימי און סאנטיאגאו זענען געווען מיינע פעיוואריטס, די ניינטע סעזאן איז נישט גוט ווייל זיי זענען אריינגעפאלן אין די דיטש פון להטב רעכטן און דיפאנד די פאליס, זיי האבן פארגעסן אז זיי זענען דא צו מהנה זיין דעם עולם, מאכן דעם עולם לאכן, נישט זיין ביזי געבן לאנגע דרשות איבער ראסע אנגעלעגנהייטן, אבער ביז דארט זענען זיי זייער גוט.

מר' ביען איז פון די זאכן וואס מ'קוקט פון די ערשטע, ס'איז מער ווייניגער כשר, ער רעדט ניטאמאל אסאך, ניטאמאל ענגליש דארף מען קענען דערפאר, זשאני ענגליש איז גאר גוט, פון די זעלבע מחבר, דריי מאווי'ס וואס אפיציעל איז עס שרעקעדיג אבער ס'איז פאני מיט ענגלישע הומאר.

מאדערן פעמילי האט מיר איינער רעקאמאנדירט אז ס'איז זייער גוט יענער האט עס זייער ליב געהאט אבער איך בין נישט געגאנגען דערפאר.

סוטס האלט איך אינמיטן קוקן די ערשטע סעזאן, ס'איז גאר גוט, ס'איז נישט אזוי פאני, איך וואלט געזאגט אז ס'איז לייט קאמעדי, אבער ס'איז גאר גוט. עס עקט דארט די ווייב פון פרינץ הערי.

2 בראוקען גירל איז גאר פאני אבער זייער שמוציגע זשאוקס.

דעספרעטט האוזווייפס איז אויך אין די לייט קאמעדיע קאלום, און ס'איז גאנץ גוט, אבער איך בין באורד געווארן נאך עטליכע סעזאנען.

די דיקטאטור איז זייער א פאני מאווי, און ס'האט זייער אסאך אידישע רמזים'לעך דא דארט אז מ'קען זיך פילן היימיש דארט.

פון די ישראלישע סעריעס, היהודים באים איז משוגע גוט פאר ווער ס'קען פארנעמען ליצנות על השם ועל משיחו.

קופה ראשית איז אויך גאר פיין.

שנות השמונים און שנות התשעים איז משוגע צו ווערן, ממש א מאסט פאר ווער ס'גלייכט די ישראלישע קולטור.

שבבניקים קען אויך אריינגיין אין די קאמעדיע זשאנרע, ס'איז זייער קיוט און זיס.

דערווייל קען איך מיך נישט דערמאנען נאך, ווער ס'קען צולייגן תבוא עליו ברכה, איך וועל דאנקבאר זיין און איך גלייב אז אנדערע וועלן אויך דאנקבאר זיין.

מ'דארף עפענען שנירלעך פאר אנדערע סארטן מאוויס און סעריעס אויך, אבער מ'הייבט אן מיט איינס.
זגורי אימפריה איז אויך קאמדי
 
The Andy Griffith Show
א סיטקאם געמאכט געווארען אין די 60’ערס
ס׳נישט משוגע פאני, אבער מען צושמייכלט זיך, די סיבה איך האב הנאה געהאט דערפון איז ווייל עס (אומוועלענדיג) דאקומענטירט די טאג טעגליכע לעבן פון יענעם תקופה.
 
דעספרעטט האוזווייפס איז אויך אין די לייט קאמעדיע קאלום, און ס'איז גאנץ גוט, אבער איך בין באורד געווארן נאך עטליכע סעזאנען.
שיער פארגעסן דעספרעט איז מער דראמאדי, מיסטעריע, טרילער. און ראמאנס, ס'האט אביסל פון אלעם. פאר מיר איז עס א פלאס. גוטע בעלענס.
 
פאר איזה סיבה שהוא פארנעם נישט קאמעדיע ביימער קיין מקום. איך האב אנגעהויבן די משום איזה סיבה, אבער עס איז מער א''א לפרטם כי רבים הם.
  1. איך פארשטיי נישט רוב דזשאוקס, איך האב נישט קיין חסרון ידיעה אין גאסן (ליין גויאישע) סטאריס אדער פאליטיק, איך זעה נישט קיין פאני זאכן אין די דזשאוקס וואס דארף מיר אינטערטעינען פאר 120 מינוט נאך צוויי מינוט איי עם אוט.
  2. והשנית, ווען איינער מאכט מאדנע פאקסען מיט זיין געזיכט, אדער גוף ברענגט עס מיר בכלל נישט צו קיין געלעכטער. איך זעה נישט וואס איז פאני דערינען, איך קוק עס אנדערש אן ווי א קינדערישקייט
  3. אפשר איז מיין נשמה פון זיידן סחורה (איך מיין אז נישט) וואס איז פאני ווען מען נעמט איינעם אויפן צימבל און מען מאכט איהם צו-נער.
  4. גראדע איין סארט קאמעדיע וואס איך גלייך גראדע יא. איז ווען מען שפילט אויס ריאליטי לעבן אן קיין פאקסען אדער גרינמאסן, ווי דער קאמעדיען ברענגט ארויס די מאדנע פירעכצער פון די מענטשהייט ספישעס וואס ווערט נישט באמערקט אינעם טאג טעגליכער הלוך ילך. דזשעקי מעיסן יוכיח. (אויב האסטו אזאנע רעקאמענדאציעס, וואלט איך עס אפרישיעטעט). גראדע גלייך איך נישט מאדי Modi. אבער ווען ער שפילט אויס די סארט קאמעדיע אן קיין איבעריגע פאקסען איז ער נישט שלעכט.
ווען איך וועל טראכטן פון נאך סיבות וועל איך ציטירן אדער רעדאגירן
לייבוש לייבוש'ל! נעם נישט מיין אמעראצישע ארימע אנאליסעס צום הארצן אבער ס'קען זיין איר האט סימנים פון די ספעקטרום און איר זענט אזוי קלוג און לאגיש אז איר לאזט זיך נישט פון די ביליגע געפילישע געלעכטער... ווי באוויסט זענען מיר אינטעלעקטן געשלאגן מיט נישט פארשטיין סארקאזם איר דארפט מער ערנסט, אדער דארפט איר פשוט צוטרעפן די גוטע סארט דזשאנער וואס פאסט פאר אייער געשמאק. למשל דזשערי סיינפענלד איז געבויט אויף לאגיק און אבזערוועישן הומאר וואס איז א שטיק לאגיק אטאקירנדיג זאכן וואס מענטשן עקספירענסן זאכן אין דעלי לייף. Louie C. K אדער דזשארדזש קארלינער זענען ערנסטע לייבן אין דעם. ס'איז דא א וועלט פון לצים, יעדער מיט זיינע זאכן, און ווילאנג כ'האב נישט פארשטאנען וואס צו ערווארטן פון זיי האב איך געפילט ווי איך פארברענג די צייט. איינמאל כ'האב אנגעהויבן פארשטיין וואס מ'וויל פון מיר האב איך געזעהן אז איך בין די פראבלעם און די וועלט נעמט זיך נישט אזוי ערנסט.

ס'איז דא דארק, בלו וואס מיינט סעקס, ראוסטן, one liners א שטייגער ווי חיים מענדל מערמלשטיין אדער ראנאלד רעיגן.

אויב גלייכסטו די סארט אן גרימאסן אדער פעישל עקספרעישנס קוק פילמען אדער אינטערוויא'ס פון אובערי פלאזא. זי איז די סטייל וואס הייסט deadpan
ס'איז ווען מ'מאכט א דזשאוק אבער מיטן פולן קעלבענעם פנים ווי כאילו האלסט אינמיטן א תקיעת שופר דרשה

ווי די בילד ווייזט
typesofgenres-140217121532-phpapp02-thumbnail.jpg
 
Back
Top