קאמעדי פילמען און טיווי סעריעס

The Andy Griffith Show
א סיטקאם געמאכט געווארען אין די 60’ערס
ס׳נישט משוגע פאני, אבער מען צושמייכלט זיך, די סיבה איך האב הנאה געהאט דערפון איז ווייל עס (אומוועלענדיג) דאקומענטירט די טאג טעגליכע לעבן פון יענעם תקופה.
שוין געהערט דערפון, איינער האט מיר געזאגט ער פלעגט קוקן דאס מיט I Love Lucy דאכט זיך

South Park הייסט אויך פון די אויסגערופענסטע שאו'ס אין קארטונס, און אז מ'רעדט שוין פון דעם מוז מען דערמאנען פעמילי גיי. געוויסע סיזנס מיט א צוויי לילקע'ס פאר חמין און מ'קען דערשטיקט ווערן פון די גג על גג טריפענישן וואס Seth McFarlane קומט נישט אויף מיט, זייער זיס און פאנטאסטיש.
 
איך גלייך צו קוקן קאמעדיע, פילמען און טיווי סעריעס, ס'איז אלס גוט צו האבן א גוטע שמייכל און א לאך, ס'העלפט פאר די גיסטע.

די פראבלעם איז אז ס'איז נישט דא צו א גרויסע אויסוואל, ווייל די ליניע צווישן גוטע קאמעדי און קארני זאכן איז גאר א דינע שטריק און ס'איז גאר גרינג עס אריבערצוגיין, און פארשטייט זיך וואס פאר איינעם איז משוגע פאני איז פאר א צווייטן בכלל נישט אינטערסאנט.

אשר על כן בין איך אלס אין די לוקאוט פאר פרישע קאמעדיע, סטענד אפ קאמעדי גיי איך נישט אזוי, בעיקר מאווי'ס און טעלעוויזיע סעריעס.

עפן איך א שנירל צו הערן פונעם עולם וואס קען זיין אינטערסאנט, איך וועל אויסרעכענען עטליכע וואס איך האב שוין געזעהן, און דער עולם ווערט געבעטן צוצולייגן.


ברוקלין 99 איז נעקסט לעוול גוט, גוטע אקטיארן און זייער פאני, די פארפאלק עימי און סאנטיאגאו זענען געווען מיינע פעיוואריטס, די ניינטע סעזאן איז נישט גוט ווייל זיי זענען אריינגעפאלן אין די דיטש פון להטב רעכטן און דיפאנד די פאליס, זיי האבן פארגעסן אז זיי זענען דא צו מהנה זיין דעם עולם, מאכן דעם עולם לאכן, נישט זיין ביזי געבן לאנגע דרשות איבער ראסע אנגעלעגנהייטן, אבער ביז דארט זענען זיי זייער גוט.

מר' ביען איז פון די זאכן וואס מ'קוקט פון די ערשטע, ס'איז מער ווייניגער כשר, ער רעדט ניטאמאל אסאך, ניטאמאל ענגליש דארף מען קענען דערפאר, זשאני ענגליש איז גאר גוט, פון די זעלבע מחבר, דריי מאווי'ס וואס אפיציעל איז עס שרעקעדיג אבער ס'איז פאני מיט ענגלישע הומאר.

מאדערן פעמילי האט מיר איינער רעקאמאנדירט אז ס'איז זייער גוט יענער האט עס זייער ליב געהאט אבער איך בין נישט געגאנגען דערפאר.

סוטס האלט איך אינמיטן קוקן די ערשטע סעזאן, ס'איז גאר גוט, ס'איז נישט אזוי פאני, איך וואלט געזאגט אז ס'איז לייט קאמעדי, אבער ס'איז גאר גוט. עס עקט דארט די ווייב פון פרינץ הערי.

2 בראוקען גירל איז גאר פאני אבער זייער שמוציגע זשאוקס.

דעספרעטט האוזווייפס איז אויך אין די לייט קאמעדיע קאלום, און ס'איז גאנץ גוט, אבער איך בין באורד געווארן נאך עטליכע סעזאנען.

די דיקטאטור איז זייער א פאני מאווי, און ס'האט זייער אסאך אידישע רמזים'לעך דא דארט אז מ'קען זיך פילן היימיש דארט.

פון די ישראלישע סעריעס, היהודים באים איז משוגע גוט פאר ווער ס'קען פארנעמען ליצנות על השם ועל משיחו.

קופה ראשית איז אויך גאר פיין.

שנות השמונים און שנות התשעים איז משוגע צו ווערן, ממש א מאסט פאר ווער ס'גלייכט די ישראלישע קולטור.

שבבניקים קען אויך אריינגיין אין די קאמעדיע זשאנרע, ס'איז זייער קיוט און זיס.

דערווייל קען איך מיך נישט דערמאנען נאך, ווער ס'קען צולייגן תבוא עליו ברכה, איך וועל דאנקבאר זיין און איך גלייב אז אנדערע וועלן אויך דאנקבאר זיין.

מ'דארף עפענען שנירלעך פאר אנדערע סארטן מאוויס און סעריעס אויך, אבער מ'הייבט אן מיט איינס.
פון שטיסעל האסטע פארגעסען?
 
פון שטיסעל האסטע פארגעסען?
שטיסל איז מיין ערשטע סעריע וואס איך האב געקוקט, ס'איז מיר אריין אין די ביינער, ס'איז עפעס גאר גוט, אבער איך וואלט עס נישט אריינגעלייגט אין די קאמעדיע זשאנרע.
 
שטיסל איז מיין ערשטע סעריע וואס איך האב געקוקט, ס'איז מיר אריין אין די ביינער, ס'איז עפעס גאר גוט, אבער איך וואלט עס נישט אריינגעלייגט אין די קאמעדיע זשאנרע.
שלום מיט נחום איז נישט קיין קאמדי ?
 
The Office איז מורה'דיג. ס'נעמט די ערשטע פאר עפיזאדס זיך צו באקענעןמ מיט די קערעקטערס, אבער ס'ווערט נאר בעסער און בעסער ביז'ן סוף.

אויב האסטו ליב דראמא מיט קאמאדי דאן מוזטו קוקן The Outlaws. וועסט דיך נישט קענען אפטיילן דערפון ביז'ן סוף.
 
The Office איז מורה'דיג. ס'נעמט די ערשטע פאר עפיזאדס זיך צו באקענעןמ מיט די קערעקטערס, אבער ס'ווערט נאר בעסער און בעסער ביז'ן סוף.
ליידער פארבלייבט נישט מייקל ביז'ן סוף, ער איז פון די בעסטע כאראקטערס וואס איך האב נאר אמאל געזעהן
 
כ'האלט אינמיטן די סעריע Scrubs

ס'איז אויסטערליש גוט צום לאכן!

@תרמב פראביר עס אויס...
 
חברה, סקומט באלד תשעה באב
דארף מיר עפעס גוטס אויף דורכצושטופען דעם תענית עפעס א גוטע געשמאקע סיעריס וואס מאכט פארגעסן פונעם הונגער
וואס רעקאמענדירט די עולם?
 
תשעה באב איז די מנהג צו קוקן מאוויס פון די צווייטע וועלט מלחמה...

אבער איך וואלט דיר געזאגט אז דו זאלסט עס נישט לייגן אין די קאמעדיע אשכול.

מ'דארף מאכן א אשכול פאר טרויעריגע זאכן, נישט מישן.
 
איך בין נישט קיין גרויסע קאמעדיע מאווי קוקער, אבער פין די wolf of wall Street, האבעך גאר שטארק הנאה געהאט...
פין מיינע בעסטע מאוויס.

עס איז אבער נישט די קלינסטע מאווי, מילד גערעדט...
 
פון friends האסטו פארגעסן!!!

סתם א ידיעא בעלמא: אין יזרעאל, איז דא א זעלעכע, וואס לערנען ענגליש דורך קוקן אויף די סעריע.
 
פון friends האסטו פארגעסן!!!

סתם א ידיעא בעלמא: אין יזרעאל, איז דא א זעלעכע, וואס לערנען ענגליש דורך קוקן אויף די סעריע.
אינטערסאנט טאקע אז איך האב פארגעסן פון דעם, איך האב עס אינזין געהאט בשעתן שרייבן, אבער ס'איז ארויסגעפלויגן פון קאפ

איך האב געקוקט אביסל, און נישט משוגע געווארן דערפאר, די לאכן צווישן די סענטענסעס נערווירט מיר געפערליך

אויך האב איך פארגעסן א ישראלישע סעריע פון זיבן שטיקלעך וואס איז היבש פאני, ס'הייסט השגרירות, ס'ווייזט זייער שטארק די איזרעילי מענטאליטעיט ווען זיי זענען אין די פרעמד, ס'איז זייער גוט.
 
איך בין נישט קיין גרויסע קאמעדיע מאווי קוקער, אבער פין די wolf of wall Street, האבעך גאר שטארק הנאה געהאט...
פין מיינע בעסטע מאוויס.

עס איז אבער נישט די קלינסטע מאווי, מילד גערעדט...
אוי איז דאס גוט, אבער די פורנאגראפישע צענעס איז אביסל איבערגעטריבן שוין.
אבער ס'האט א א צווייטע פארט צו זיך: ס'איז אויך א בייאו אדער בייאופיק פון א עכטע פאסירונג און מ'זאגט זיי האבן גאר גוט אראפגעשפילט די גאנצע וואל סטריט אוויר, פון מאכן געלט, געשליפענע סעיל טעקטיקס ארבעטן 12 שעה א טאג און פארטיען ביינאכט. און אין דזשענערל אינטערסאנטע צענע'ס פון די ניו יארקע פינאנץ וועלט

צוריק צו סעריעס איז וויכטיג צו באמערקן א טעות וואס אסאך מענטשן מאכן, מ'איז דן צו פרי און מ'גייט צום נעקסטן, אן כאפן אז ביי סעריעס איז דעוועלאפמענט אסאך שטייטער ווי ביי פילם. אין קעיס איינער דא ווייסט נאכנישט, די יודעים וועלן זאגן קענסט נישט געבן מבינות פאר א פינף עפיסאודס, איך זאג אפילו ביז א season, ס'איז נישט מעגליך אנדערש, אפי' קאמעדי, קענסט נאכנישט די כאראקטערס, קענסט אוודאי גיין מיט א גאט פילינג אבער ס'קען זיין פארקערט.

אז מ'לייגט זיך שוין יא אריין אין די האבי טוה עס כאטש די ריכטיגע וועג ס'איז א שאד.

אלנפאלס, איינע פון די וועלטס בארימסטע אמעריקן דראמא'ס איז ברעקינג בעד קריעטעד דורך ווינס גיליגען, און אראפגעעקט דורך ברייען קרענסטאן, איך זאג ענק, אזאנס איז נישט דא. ס'הייסט די בעסט שאו אף אל טיים נאך ביזן היינטיגן טאג ווער ס'קען זיך אויס מיט דראמא, אבער וויבאלד די שאו הייבט זיך אן זייער אנדערש ווי ס'ווערט - איך וויל נישט ארויסגעבן מער - פילט עס בארינג, איך האב געמיינט איך פלאץ!

און כ'האב פונקט געזוכט א סאורס וועגן דזשאדזשן שאו'ס בכלליות און עפעס א קריטיק ברענגט דא ארויס זייער אינטערסאנט איבער עטליכע שאו'ס און דערמאנט די ברעקינד בעד און כ'האב ממש געהאט די זעלבע עקספירענס, ער האט עס שיער געדראפט, ווייל ס'פילט ווי ס'גייט נישט אין ערגעץ אבער למעשה אז דו גייסט אן פארט עס אזוי צודרייט גוט אז קענסט נישט דערקענען אז ס'איז די זעלבע שאו, אבער מ'קען טענה'ן אז די שאו וואלט נישט געהאט קיין טעם ווען נישט די שטייטע pace און דוקא דאס מאכט עס משונה'דיג אינטערסאנט און דארק.

איך מיין איך האב נאך אפי' געפילט באורד נאך לענגער. אבער כ'האב אויך געוויסט אז ס'איז אן אויסגערופענע שאו האב איך געוויסט צוצווארטן...
 
לעצט רעדאגירט:
New girl איז זייער אינטערסאנט, אויב מ'כאפט עס. איך וואס כ'בין מער נישט פרום העלפט עס מיר מער מיט דעיטינג, זיי טריפן בעיקר אויף די גאנצע וועלט פון מענער און פרויען וואס זענען קיינמאל נישט געהעריג אויפגעוואקסן און וואוינען צוזאמען ווי ערוואקסענע אבער בעצם לוזער'ס און בעביס איינס גרעסער פונים צווייטן, דאס איז מער awkward comedy כ'האלט ס'איז זייער פאני, פאר די וואס ווערט נישט געטריגערט פון שוואכע סאציאלע סקילס אבער מ'קען זיך גאר לערנען דערפון אויך אז מ'זעט ווי יענער טוט עס אויפן סקרין. בקיצור נישט אלעס איז אזוי, יא פאני נישט פאני, ווענדט זיך וואס ווענדט זיך ווי, קוק טיף! וואס וויל מען דא! ווי די רבי האט מסביר געווען...
למשל דעס האב איך שוין אנגעהויבן און גראד גע'סטאפט אפאר מאל, היינט קען איך עס נישט אראפלייגן ווייל ס'האט פיינעלי געקליקט.

סבלנות סבלנות
 
לכבודך האב איך געקוקט די גאנצע ברעיקינג בעד, דו האסט מיר עס רעקאמאנדירט, איך בין באורד געווארן אינמיטן, איך האב געסטאפט, ווייל דו האסט מיר געזאגט אז מ'דארף אנציען ווייל מ'קומט צום טעם, האב איך מסיים געווען, און איך האב חרטה אז איך האב דיר געפאלגט...

ס'איז נאכאלס געווען באורינג...

אבער איך מיין אז מ'זאל זיך האלטן צום נושא האשכול, מ'דארף עפענען א נייע אשכול פאר די סארט סעריעס, ברעיקינג בעד מיט קאמעדיע האבן זיך קיינמאל נישט געטראפן, חוץ אין סאול גודמאנס אפיס... דארט יא...
 
אינטערסאנט טאקע אז איך האב פארגעסן פון דעם, איך האב עס אינזין געהאט בשעתן שרייבן, אבער ס'איז ארויסגעפלויגן פון קאפ

איך האב געקוקט אביסל, און נישט משוגע געווארן דערפאר, די לאכן צווישן די סענטענסעס נערווירט מיר געפערליך

אויך האב איך פארגעסן א ישראלישע סעריע פון זיבן שטיקלעך וואס איז היבש פאני, ס'הייסט השגרירות, ס'ווייזט זייער שטארק די איזרעילי מענטאליטעיט ווען זיי זענען אין די פרעמד, ס'איז זייער גוט.
כ'האב שוין געקוקט פינף סיזנ'ס איך בין אויך נישט משוגע דערפאר, אסאך יונגע מענטשן היינט קענען טאקע נישט ענדזשויען די אמאליגע סיטקאם'ס וואס מ'פלעגט שיסן פאר א לייוו אודיענס וואס פלעגט לאכן פון די וויצן, אבער אזוי איז דעמאלטס געווען די מאדע.
Rosanne א אידישע בדחן'טע איז אויך געווען מיט די לאכן אבער ס'האט אסאך פענ'ס. היינט מאכט מען אויך מער סינגל קעם וואס נערווירט עקסטער די מענטשהייט אז מ'דארף קוקן א מולטי קעם געמאכט אין א סטודיא. למשל די אפיס איז א סינגל קעם, ס'הייסט די פילסט ווי דו ביזט דארט ווייל די קעמרע וואקלט זיך מער ארום פון מענטש צו מענטש פון צענע צו צענע, אביסל ווי להבדיל א וולאג...

א וועלט פון ענטערטעימענט און דעות
 
לכבודך האב איך געקוקט די גאנצע ברעיקינג בעד, דו האסט מיר עס רעקאמאנדירט, איך בין באורד געווארן אינמיטן, איך האב געסטאפט, ווייל דו האסט מיר געזאגט אז מ'דארף אנציען ווייל מ'קומט צום טעם, האב איך מסיים געווען, און איך האב חרטה אז איך האב דיר געפאלגט...

ס'איז נאכאלס געווען באורינג...

אבער איך מיין אז מ'זאל זיך האלטן צום נושא האשכול, מ'דארף עפענען א נייע אשכול פאר די סארט סעריעס, ברעיקינג בעד מיט קאמעדיע האבן זיך קיינמאל נישט געטראפן, חוץ אין סאול גודמאנס אפיס... דארט יא...
to each its own

ס'קען זיין ס'איז נישט דיין זאך, נישט יעדער גייט פאר די זעלבע סטייל פיקשן, אדער קען זיין דו פארשטייסט נישט צו גוטע עקטערס. סאול גודמאן, מייק ערמענטראוט, גאסס?? ניין?

איז נישט.

געדענק נישט צו ענדיגן desperate housewives ווייל כ'וויל נישט זאלסט צוויי מאל זיין בייז אויף מיר:cool:

איך זאג דיר איך בין אויך געווען באורד און יעצט ווען איך קוק זיי צווייטע שאו פון סאול בין איך אויך באורד און צומישט

טוישן שנירל? מ'וועט טראכטן דערפון
 
איך זוך נישט דיך צו פארטרייבן פון דא...

ביסט אן אנגענעמער גאסט דא אין דעם אשכול

ס'איז נאר א שאד אז מ'זאל נישט עפענען נאך שנירלעך פון אנדערע זשאנערס

אז דו ווילסט האבן אזא ראמאנטישע היסטארישע געפיל, קענסטו עס אנקוקן מיט א בליק פון עטליכע יאר ארום

ווען מ'וועט באזוכן דא אויפן זייטל תשצ"ה וועט מען טרעפן אן אשכול איבער קאמעדיע מיט צענדליגע בלעטער און אן אשכול איבער מער דראמאטישע פילמען

יעצט איז עס אזא קליינע אשכול פון צוויי דריי בלעטער, און דו טראכסט הו קעירס אז מ'מישט ארום צוויי נושאים...

יו גאט מי?

איך נעם שוין זאכן צו ערנסט פאר א קאמעדיע ווינקל...
 
Back
Top