קאמענטארן אויף 'משיב כהלכה, שואל שלא כענין...'

איש מבקש

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יאנ. 9, 2025
מעסעדזשעס
1,297
רעאקציע ראטע
6,595
פונקטן
933
איך עפן דעם שניר פאר קאמענטארן אויפן פריש געגרינדענטען שפיל משיב כהלכה, שואל שלא כענין... אזוי קען מען האלטן יענס פאר די שפיל אליין!

@החוקר, וועלקאם בעק, איך זעה די האסט שוין רעדאגירט דיין שאלה, מענטשן זענען זייער נייגעריג וואס די ארגינעלע שאלה איז געווען אז @חבקוק האט גענעפערט יורה דעה 🤣

@חבקוק האסט באגרעניצט דיין שאלה אז נאר איינער קען עס ענטפערן, @החוקר
 
די ארגינעלע פראגע איז געווען "וועלכע גוטע ספר האסטו לעצטענס געליינט", אדער עפעס אזוי.

איך וואלט פארגעשלאגן אז מען זאל נישט שרייבן די ארגינעלע פראגע, עס קען זיין אינטערעסאנטער אזוי. אויב עפעס, זאל מען פראבירן צוטרעפן די ארגינעלע פראגע.

איך האב געזען @חבקוק'ס פראגע און איך האב בכוונה נישט געענטפערט ווייל איך וויל נישט מען זאל מיינען אז עס איז געבונדן צו מיר.

אבער בעצם איז עס נישט עכט באגרעניצט נאר צו מיר, 1) ווייל יעדער קען ענטפערן, עס מוז נישט דווקא זיין א פראגע וואס איז ממש אמת. 2)עס גייט דאך ממילא ווערן געטוישט, איז די ארגינעלע פראגע נישט עכט אזוי ווייט נוגע. 😉
 
איך האב געזען @חבקוק'ס פראגע און איך האב בכוונה נישט געענטפערט ווייל איך וויל נישט מען זאל מיינען אז עס איז געבונדן צו מיר.
סארי, איך האב דיר געוואלט געבן דיין פארדינטע ברוך הבא אן פארדרייען די שנירל, לאמיך טראכטן שנעל פון א בעסערע פראגע
 
א גוטן טייערע חברים!

זעענדיג דעם שנירל, האב איך געטראכט פון א נייע שפיל'כל פאר'ן עולם דא. עס איז זייער פשוט, אבער עס קען זיין אינטערסאנט און גאר קאמיש.

די כללים זענען אזוי:
* איך הייב אן מיט א פראגע.
* דער נעקסטער (לאמיר אים רופן 'בערל') ענטפערט אויף מיין פראגע, און פרעגט א פרישע פראגע פאר'ן קומענדיגן.
* יעצט קומט דער כאפּ, נאכדעם וואס בערל האט שוין געענטפערט, גיי איך צוריק צו מיין תגובה און איך טויש (edit) מיין ארגינעלע פראגע צו עפעס אינגאנצן אנדערש, כדי ראובן'ס תשובה זאל אויסקומען מאדנע!

א ביישפיל, כדי צו פארשטיין בעסער:
החוקר (איך) פרעג די ארגינעלע פראגע:
וואס איז דיין באליבסטע שבת'דיגע מאכל?
בערל (דער צווייטער) ענטפערט:
> קישקע מיט פאטעיטע קוגל.
נייע פראגע: וויפיל שעה שלאפסטו א נאכט?

יעצט גיי איך צוריק און איך טויש מיין פראגע אויף:
וואס ליגט אין דיין בערזל?

דער שמועס קוקט יעצט אויס אזוי:
החוקר: וואס ליגט אין דיין בערזל?
> בערל: קישקע מיט פאטעיטע קוגל.

מיין ערשטע פראגע איז:
ווען/וואו האסטו געזען די בעסטע טיפס אויף א גוטן יאפטשיק?
איך וויל דאך אויך קענען זעהן די ארגינעלע פראגע אויף וואס ער האט עכט געענטפערט
 
ס'איז כאאס דא... איך מיין מ'דארף מאכן א מיטינג אויסארבעטן עפעס א בעסערע געים...
זאכן גייען זיך אנטוויקלען.. ס'נעמט צייט ביז די עולם כאפט עס... שאלה אויף צירוק יוכיח..

איך פיל ווי די שנירל דא איז א שנירל לבטלה ח"ו.. יעדער קאמענט דארטן
 
איך האב אויך צוגעלייגט א ביטע צו האלטן דאס פלאץ זויבער. @חבקוק, מען קען עס פינען?
 
ש'כח פארן צוגעבן צו די כאאס דארט. 😉
איך פיל שלעכט... איך האב אוועקגעמאכט אין א געאיילטע מינוט.

איך האב געמיינט צו זאגן אז דאס צוריק גיין עדיטן איז עפעס וואס וועט זיין שווער צו איינהאלטן און געדענקען... דאס הייסט דו פארלאנגס צו ארבייטן צוויי מאל פאר יעדע מעסעזש. אפשר איז דא אן ענליכע געים וואס מען דארף אבער נישט געדענקן צו צוריקגיין עדיטן?
 
איך האב געמיינט צו זאגן אז דאס צוריק גיין עדיטן איז עפעס וואס וועט זיין שווער צו איינהאלטן און געדענקען... דאס הייסט דו פארלאנגס צו ארבייטן צוויי מאל פאר יעדע מעסעזש. אפשר איז דא אן ענליכע געים וואס מען דארף אבער נישט געדענקן צו צוריקגיין עדיטן?
שטארקע נקודה.

@החוקר, האסט עפעס א נייצע
 
עכט קלער איך נישט אז עס איז א פראבלעם, נאר אויך די שנירל איז טויט.

אויב ווערט יעדע פראגע געענטפערט ביז אפאר שעה, וועסטו דאך זיין נייגעריג צו זען וואס יענער האט געענטפערט און צוריק גיין. אויב גייט דורך אפאר טעג פאר איינער שרייבט אן ענטפער קען מען טאקע פארגעסן צו צוריק גיין. אבער אויב דאס גייט זיין די מציאות, מאכט שוין נישט אויס.
 
Back
Top