- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,222
- רעאקציע ראטע
- 8,769
- פונקטן
- 943
אנטרעפנדיג א פרישע קרעמל חבר לעצטנס איז אויסגעקומען צו רעדן איבער פארמירן א 'קרעמל קהילה' אין ריעל לייף, אין די נושא איז נבוך פון אפאר זייטן, וואס איך וויל דא צונעמען.
ערשטנס איז דא די געאגראפישע ווייטקייטן ווי איטליכע וואוינען צושפרייט איבערן וועלט, קוים וואס מ'קען צוזאמשטעלן א מזומן אין איין געגנט. אבער לייגענדיג דאס אין א זייט איז דא די 'אליינמענט (alignment) פראבלעם', נעמליך אז די מצב און שאיפה ביי יעדעם דא איז היבש אנדערש איינער פונעם צווייטן אזוי אז פארמירן א קהילה און אריינלערנען פשט אין דאס ווארט קהילה איז שנוי במחלוקת נאך איידער מ'עפנט דעם נושא.
איינער איז באקוועם וואו ער איז, זיינע קינדער אין די היימישע מוסדות, ער איז צופרידן מיט זיין דזשאב און סטאטוס, דאווענען – אדער יא אדער נישט, ס"ה וויל ער א זאפטיגע אומצענזורירטע שמועס אין קאווע שטיבל, און דערפאר וויל ער אזא בית המדרש פון לייק-מיינדעד חברים ווי די יאך איז נישטא.. איי, ווער וועט דאווענען אויב יעדער שטייט אינדרויסן?! נו שוין, די טעכניקלס וועט מען שוין אויסארבייטן שפעטער.
א צווייטער מוטשעט זיך מיט זיין שלום בית – אדער בעסער געזאגט, מיטן פאקט אז זיין ווייב טאר נישט געוואר ווערן אז ער האלט אז קוקן אויף פרויען איז מותר לכתחילה (צווישן אנדערע זאכן), ער טרעט אויף אייער שאלעכטץ אויף טריט און שריט, ער זוכט נעבעך מיט ליכט אן עיר מקלט וואו ער קען זיין זיך אליין פאר אפאר מינוט. שאפן אזא קהילה מיינט פאר אים ווי לופט צום אטעמען.. ס'נישט קיין חילוק צו עס איז א פארברענג אין קרעטשמע אדער א ביהמ"ד ווי ער קען טרעפן נאך איינעם זיינס גלייכן, אפי' קרעמל איז פאר אים ווי קאלט וואסער, די עיקר איז ער קען אויסטון זיין פארשוויצטע מאסקע פאר א רפואה..
א דריטער האט פון ביידע וועלטן, ס"ה וויל ער א בעסערע חינוך פאר זיינע קינדער אדער וויל ער זיין ווייב זאל זיך מאדערנעזירן אביסעלע, און ער דערזעט נישט קיין עתיד אונטער די נעגלעך פונעם 'סיסטעם' און אונטער די לאפעס פון זיין שוויגער, פארט וויל ער נישט אפלאזן די טראדיציעס וואס זענען ביי אים טייער און אוועקמופן מיינט ווידער אן איבערגעטריבענע פרייז, טרעפט ער זיך נאטורליך ווארטן אויף איינער וואס נעמט קטלא קניא'ס 'ותינוק' צום נעקסטן שטאפל, אדער פאר א פרישע וועקער אויפצוקלערן די מאסן אז רוב פאלק איז נישט גערעכט געווען..
א פערטע איז שוין מיט דריי פיס ארויסגעטשעקט, כל נדרי זעט ער אפטער ווי זיינע תפילין, קראצמעך אויפן לוח קען ער בעסער ווי עשרה בטבת, און שבת היט ער ווי דער מקושש אליין. ער איז בעצם מסודר מיט א קאמיוניטי, זאגאר זיין ווייב קומט נישט פון א 'טשאלענט בעקגראונד' בכלל, אבער נאכאלץ וויל ער אויף קיין חסידישע לשון הרע נישט אויפגעבן, ער דארף פארט אידיש רעדענדע מיטגלידער צו שיטן ווייטאג אויף די סליחות געזאגעכטץ אין זיין יוגנט..
און דאס אלעס איז איידער'ן נעמען אינדיווידואלע פסיכאלאגיעס אין באטראכט, ביי איינעם שיינט די וועלט סתם אזוי, בעת א צווייטער איז דעפרעססד ביז גאר, איינעם גיסט זיך געלט אומעטום און ביים צווייטן איז בלויז די צארן ביים גרום. בקיצור, צונויף נעמען אזא ספעקטרום פון מענטשן און מענטאליטעטן איז ווייט פון א רעאליטעט, און ווי ס'זעט מיר אויס איז קרעמל מיט די ביסעלע כוס של ברכה וואס רינט דערפון איבער דאס ווייטסטע וואס מ'קען האפן אין דעם הינזיכט..
*****
צוריק פאר א מינוט צו מיינע 4 קאטעגאריעס אין כלל ישראל (די וויליאמסבורגער כלל ישראל פארשטייט זיך.. פלעטבוש איז אויף א צווייטע מאפע..).
גרופע פיר – די אינטעלעקטואלן – ווי איך זע עס, זענען א מינאריטעט נישט נאר אין פראקטיק נאר אין עסענס. אויב לערן איך עס אפ גוט זענען אינטעלעקטואלע מענטשן א קליינטשיגע עליטע אין יעדע סאסייעטי אבער זיי זענען בשום אופן נישט קיין 'מאוומענט' וואס קען רוקן זאכן צופיל אדער שאפן באדייטדענע מאכט.
אניווערסיטעטן און אקאדעמישע אינסטיטוציעס זענען אולי א יוצא דופן – ווי א חבר מיינע טענה'ט – אבער איך מיין אז אפי' דארט איז די איבערפלוס פון טפשות און אידעאלאגיע מער א פיטשור ווי א באג, יא – די אידעאל איז אפענע דיסקוסיעס און אינטעלעקטואלע דיסקאורס, אבער במציאות האט אזא זאך נישט קיין קיום אויף סיי וועלכע 'אינסטיטוציאנאלע' פארנעם, און די צוזאמפאל דערפון איז אריינגעבויט דערין מעיקרא..
און מעגליך איך בין אביסל צו פעסימיסטיק אדער גראנדיעז מיט מיין ארגומענט דא, איך וועל דערפאר טאקע צוריק פאקוסן אויף אונזער היימישע סאסייעטי ווי האבן אן אייגענע אקאדעמישע אינסטיטוציע איז סייווי ארויס פון די אופק, און די טענות קומען צוריק צום שאלה אויב קנאת סופרים איז נאר מרבה חכמה אדער עס האט אויך א שאנס עס הונטערצושטוצן מיט א מעשיו מרובין מחכמתו'דיגע באזע.
@שושני האט נארוואס אויפגעוועקט די טעמע פון די פארגאנגענע 'וועקער' אויסגאבע, און איך וועל נישט פראבירן צו מגרע זיין פון זיינע ווארעמע דיבורים במקומו. איך וועל עס אבער יא נוצן אלס ראי' אז מיט די גאנצע טאראראם, מיט די אלע מענטשן וואס האבן עס געליינט, געשטיצט, נהנה געווען, און צוגעשטימט, שטייט כלל ישראל היינט ביים זעלבן ווי 10 יאר צוריק כלפי די 'אינטעלעקטואלע אויפוואכונג' און אויב עפעס איז די פארמאכונג פונעם וועקער אן אנדייטונג אז אקטיוויזם מיט אינטעלעקטואליזם זענען נישט אייביג פאניע-בראט, אפגעזען די סיבות דערפאר וואס מ'קען עקסטער שפעקולירן. (הגם סטאטיסטיקלי איז די פארמאכונג פון איין מאגאזין נישט קיין ברעכענדע דאטא, אנעקדאטאל און טעארעטיש איז עס אבער פארט עפעס).
השכלה בשעתו איז שוין לכאו' יא עפעס וואס קען ווערן אנגעקוקט ווי א סוקסעספולע מאוומענט און אויפוואכונג. טא, ווער זאגט אז אן איבערשפילונג איז אוממעגליך?
וועל איך נאר צוצייכענען א קאונטער היסטארישע נאראטיוו וואס איך האב לעצטנס באגעגנט – היסטארי סאונדבייטס – ווי ער טענה'ט אז די גאנצע הייפ ארום די השכלה מאוומענט איז א פארפירענע טייגער וואס מ'האט באשאפן בעיקר נאכן קריג, און אז אפי' די טיילונג איז נישט געווען מיט די משכילים נאר מיט די נעאלאגן וואס זענען שוין געווען מער פון די רעפארם חדר.. ער צייכנט דארט אויך צו גורדון'ס מאמר 'למי אני עמל' אלס אינדיקאציע אז אפי' די משכילים אליין האבן שוין געשפירט (ענליך צו וואס אסאך שפירן דאהי) אז זייער ווערק איז מער ווייניגער א ברכה לבטלה אויפן ברייטן בילד.. און מ'קען געוויס אריינגיין סיי אין דעם אנעקדאטאלע פאעם און סיי אין די נאראטיוו וואס ער שטעלט פאר צו עס איז ריכטיג אדער מ'קען קוקן אנדערש אויף היסטאריע, כ'בין זיכער מאנכע וועלן עס גערן טון דא נאכפאלגענדיג, איך שטעל עס בלויז אהער אלס נאך א רינגל אין מיין טעזע.
ווידעראום, ליינענדיג דעם יו"ט אן אויסוואל פון אקאדעמישע ארטיקלען איבער חרדישע סאציאלאגיע האבן צוויי פאפירן ספעציעל ארויסגעשטארצט מיט זייערע טעזע אז אפי' די אינטעלעקטואלע באזע אינעם היימישן קווארטל איז ווייט פון אהערשטעלן א 'ליבעראלע אנטידאוט' צום סטאטוס-קווא ווי איידער ארויסהייבן און פארשפרייטן אלטרא-ארטאדאקסיע אינעם ברייטערן גאס..
Modern Haredim and Contemporary Haredi Society: Beyond the Paradigm of Liberalization - איתמר בן-עמי טענה'ט דא אז די פענאמען פון 'מאדערנע חרדים' איז ווייט נישט אזוי שטארק צו מאדערנעזירן חרדיזם ווי איידער צו חרדי'זירן מאדערניזאציע, און ער לייגט ספעציעלע געוויכט אויף די אינטעלעקטואלע פליגל פון די 'מאדערנע חרדים'. הגם ווידער קען מען טענה'ן אז ער טאפט נישט ממש אריין צו די וועקער/ק"ש/קרעמל סטיל עולם, אדער קען מען פראבירן צו מחלק זיין צווישן ארץ ישראל מיט אמעריקע, אבער א קעיס מאכט ער..
די זעלבע איז מיט די פאפיר – https://www.tandfonline.com/doi/full/10.1080/14725886.2025.2462323?af=R#d1e250 – פון Asher Suzin וועלכע שטעלט אויך אהער א שטארקע קעיס אז אפי' מאדערנע חרדים זענען מער דא צו פרעזערווירן ווי צו רעוואלוציאניזירן, און ווידער קען מען זיך טענה'ן איבער די מעטריקס פון די שטודיע און די פונקטליכע אפטיישט פון די עווידענס (מעגליך אן אנדערס מאל מער בפרטיות) אבער א טעזע איז עס און מ'דארף עס קענען אפווארפן מיט מער ווי wishful thinking..
איך וועל גיין אפי' ווייטער און טענה'ן אז די גאנצע יצחק לאווי און צבי יונתן מארטאן 'רעוואלוציע' איז ווייט פון א רעוואלוציע אין סיי וועלכע מינינגפול וועג – ירבו כמותם בישראל וכבודם במקומם מונח, איך מיין חלילה נישט אוועקצומאכן. אבער טאקע זיי 'פארשפרייטן' מדע וחכמה פאר די מאסן (אויף וויפיל זייערע יוטוב וויוס זענען בכלל ציילבאר אנקעגן שיזאליס נומערן..) און זיי האבן א ביהמ"ד מיט א גאנצע מכון.. ווען מ'טראכט אבער אריין אין וויאזוי פונקטליך דאס באדארף זיך צו מאניפעסטירן, קענען זיי אויפשטעלן כאטש איין מוסד חינוך ווי עדיוקאציע ווערט גענומען ערנסט? קענען זיי ברענגען צום טיש א פלאן וויאזוי צו מרים זיין די קרן התורה והחכמה אביסל מער? וויאזוי צו עדווענסן חרד'ישע מחשבה והשקפה, אדער גאר מאדיפיצירן הלכה ומנהג על דרך התורה?! איז דא דא עפעס מער ווי דרשות ומעמדים?
איך זע עס נישט.. אדרבה פראווט מיר ראנג, אדער זייט מסביר פארוואס איך זע נישט ריכטיג..
ס'איז יתכן – אזוי ווי שושני האט מיר פריוואט אנגעמערקט – אז למעשה שטייט א נדבן/נדבנים אונטער די פראיעקטן, און דאס אליין ווייזט לכאו' אויף עטוואס מער ווי בלויזע ווערטער, ס'ווייזט אז כאטש א הייפעלע פון געלט און ווילן איז דא פארהאן ביאנד שיעורים און גערעדעריי. און ס'איז זיכער יש 'דברים' בגו, איך וואלט אבער ערווארטעט מער 'מעשה' און אקטיוויזם אלס אינדיקאציע אז ס'קען זיך אפי' עפעס מאכן..
איך וועל נאר צוענדיגן מיט חברינו @שעפטאל'ס ווערטער אז מ'קען זיך נישט ערלויבן צו ווארטן ביז די סיסטעם טוישט זיך נאר מ'דארף זיך אליין נעמען אין די האנט ווילאנג דאס לעכטל ברענט נאך..
און ער איז ווייט נישט קיין איינציגער מיט דעם געדאנק, פון צאנזער רב איז באקאנט די מימרא אז נאכ'ן אויפגעבן אויף פארריכטן די וועלט האט ער מחליט געווען זיך צו נעמען צו זיך אליין ענדערש (די מגיהים וועלן שוין צוברענגען די פולע מימרא..)
ווידער מיכאל אברהם טענה'ט ווייטער דאס זעביגע אז פונעם חרדי'שן סיסטעם זאל מען ענדערש זיך זען ארויס ווי איידער ווארטן פאר א ישועה אז 'די מצב' זאל זיך טוישן..
געוויס זאל יעדער פרעגן זיין לאקאלע דיין איידערן טון סיי וועלכע געוואגטע שריט אויף די אייגענע האנט בכל אופן..
Thank you for the attention to this matter!