קרעמל, איך גיי מיר בענקן...

שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
1,669
רעאקציע ראטע
12,034
פונקטן
1,943
איך האב באלד ביים אנהייבן צו שרייבן געפילט א פרעשור צו שרייבן עפעס זאפטיגע לשונות און מליצות, איך האב שוין געטראכט פון די לייקס וואס איך וועל באקומען וכו'....

דערנאך בין איך מיד געווארן פון די אלע חשבונות און יעצט שרייב איך וואס קומט מיר אויפן געדאנק, און זאל זיין וואס זאל זיין.

צוליב פערזענליכע סיבות און פאר מיין מענטל געזונט וועל איך דארפן ארויסטשעקן פאר אביסל פון דא. איך גיי נאכאלץ ליינען אין א רוהיג מינוט (און קאמענטירן אפשר מיט עפעס א נייע ניק) אבער שושני גייט אויף וואקאציע... איך שרייב דאס מיט טרערן אין די אויגן. קרעמל איז מיין לעבן, מיין היים, פאר איבער א יאר שוין.

קרעמל האט מיר געגעבן טרייסט פאר א בעסערע מארגן.
קרעמל האט מיר געגעבן אן אנערקענונג וואס מיין סאסייאיטי און אויפבראכונג האט נישט קיינמאל מיר געקענט געבן.
קרעמל האט מיר געגעבן א פלאטפארמע צו אויסגיסן מיינע אלטע ידיעות, אזוי אויך צו אריינעמען פרישע.

איך האב געלערנט אזוי סאך דורכן ליינען און שרייבן אויף קרעמל. פון פילאזאפיע ביז חקר מקרא, פון היסטאריע ביז סאציאלאגיע, פון חסידות ביז השכלה.
פון אריסטו ביז קאנט, העיגעל, און דעקארט.
איך בין אינגאנצן אן אנדערע מענטש פון פאר איך האב אנגעהויבן שרייבן. געמיינט האב איך אז איך קום אויסגיסן מיין געוויסן, גענאשט האב איך אבער פון יעדער באזונדער... איך בין אין בחינה פון די העכסטע מדריגה פון ידיעה, דעם שלא נדע.

א באזונדערע חשיבות איז מיר די געציילטע ניקים וואס איך האב זוכה געווען צו טרעפן און רופן היינט אלס מיינע חברים... ווי ווייט איך קען רופן סיי וועם א חבר... איך פיל מער נישט אליין, איך פיל מער נישט איינזאם אין מיין אייגענע מח, איך וואונדער נישט יעדן טאג צו איך בין די איינציגסטע צודרייטער וואס טראכט זעלבשטענדיג. איך ווייס שוין אז איך בין אין א גאנצע קאטאגאריע פון מענטשן אין היסטאריע, און ס'איז דא טויזענטער ווי מיר, און אין א יעדע סאסייאיטי.

א באזונדערע שכוח פאר די טאַפּ ניקים וואס האבן באמת בארייכערט מיין פארשטאנד און מיינע ידיעות.
@מי אני פארן ווייזן וואס ס'איז אלץ דא צו וויסן.
@אלפא פאר די טיפע מאמרים
@חבקוק אן דיר איז גארנישט דא
@שעפטאל פאר די נשמה ווייבס
@אפענער פאר די אומשאצבארע ידיעות און כסדר'דיגע צושטייער געבן צו יעדע נושא

איך לאז אויס אסאך אבער יעדער איינער ווייסט ווער זיי אלע זענען...

א ריזיגע דאנק פאר @פרידא פארן ארויסטרעטן די וועג צן א פארשטאנד צווישן אלע סארטן
פאר @שפרה לאווען פארן מיר מאכן גלייבן אז די פלאטפארמע האט א צוקונפֿט פאר די אנדערע האלב כלל ישראל אויך.
און פאר נאך פילע וואס איך געדענק נישט יעצט אויפן מינוט.

איך וועל נאך דא דארט האפנטליך ארויסלייגן עפעס מאמרים אויף זאכן וואס אינטערעסירן מיר.
איך וועל פרובירן צו שרייבן ארטיקלען אין @כוואליעס וויפיל די צייט ערלויבט מיר, און אויך אריינקומען דא שמועסן וועגן די ארטיקלען.

א שטיקל צוואה מיינע, ארויס פון ארבל:
הגם איך האב נישט פערזענליך געליטן פון אזא זאך קיינמאל, וויל איך דא ארויסגעבן מיין ווייטאג אז אפי' דא אויף קרעמל האט די סיסטעם א שטארקן כח שטיל צו מאכן געוויסע. ודי בזה...

ווי אויך קען איך מיר נישט איינהאלטן פון זיך בעטן בתחנונים, ביטע פאלט נישט אריין פון הייסע טאפּ גלייך אריין אין פייער. פאלט נישט פון גלייבן באמונה שלימה אין א רבי צו גלייבן באמונה שלימה אין פאליטישע דעמאגאגיע. פאלט נישט צו צינישע פראפאגאנדע פון שלעכטע פירער וואס מיינען נישט אייער גוטס. פאפוליסטישע דעמעגאגן (פון ביידע זייטן) האבן קיינמאל אין היסטאריע קיין גוטס נישט געברענגט.

אויף דערווייל האטס מיר אלע א זיסע פרייליכע ווינטער. צום ווידערזעהן.
 
מי בן שיח פון אונזער טייערע שושני...

איך טראכט נאך אז אפשר איז היינט אפריל דעם ערשטן...

דאס לאזט זיך גארנישט גלייבן וואס מיינע אויגן האבן נארוואס גענדיגט ליינען,:cry:

די ביסט ממש א שטיק פונעם הארץ און נשמה פון אונזער קרעמל,

ווער גייט קענען ערפילן דעם אומגעהויערן חלל וואס די לאזט אונז דא איבער?...

ווער גייט באגריסן אלע פרישע צוגעקומענע קרעמלער מיט אזא זיסע טעם און געשמאק אזוי ווי נאר די קענסט?....

ווער גייט בארייכערן די אלע שנירלעך וואס די האסט אונז אלע אזויפיל בארייכערט?...

פאר מיר פרעזענדליך איז דאס א שווערע פיל צו אראפ שלינגען,

עס וועט זיך גאר שטארק דערקענען דיין אפוועזנהייט דא אינעם קרעמל,

על מי נטשת הצאן?😭



גאט זאל דיר באגליקן אין אלע דיינע דרכים, ווי אימער די קערסט דיך זאל דיר שטענדיג שיינען און לייכטן, עס זאל דיר אלץ זיין לעכטיג און פרייליך!!!❤️
 
לעצט רעדאגירט:
יהי רצון שתצליח אין דיין פערזענדליכן לעבן וואס דאס איז וויכטיגער ווי גאנץ קרעמל!


וואס מיינט עטץ? א מגילה וועט קומען? נישט יעצט!
אין לי מילים!

קרעמל גייט זיך בענקן נאך קרעמל!
 
@שושני לאז אונז נישט איבער אזוי, גיי צי א מקובל וואס זאל דיר צוגעבן א נאמען אין אלעס וועט זיין מסודר, אפשר חיים שושני?

אן א סיריעס נאוט, @שושני איך גיי זיך בענקען צי דיר, איך האב מיר געפילט גרויס צי שרייבען אויף די זעלבע פלעטפארם ווי דיר, איך האב מיר געפילט גוט צי באקומען א לייק פון דיר.

אין יעצט א ווארט צי דיין נייע ניק, גאד לאק אין באהאלטן די שושני פינגער אפדריקן, וועסט דארפן שרייבן פיל מיט מיסטעיקס אין זייער שארף אז די עולם זאל נישט כאפן, אבער די עיקר איז שרייב שרייב שרייב!

❤️
 
לך בשלום ותנוח בשלום
איך האף אז עס נישט מחמת חמת המציק וד"ל
ואקוה שיבואו ימים טובים ותחזור לאיתנך כבראשונה.
 
שוין, האמיר נאך איינעם וואס די טראמפ רעזשים האט פארשטילט...

זיי שטעלן זיך נישט אפ פאר גארנישט...

ווער ס'רעדט קעגן דעם קעניג ווערט פארשטילט איין וועג אדער די אנדערע...
 
איך האב באלד ביים אנהייבן צו שרייבן געפילט א פרעשור צו שרייבן עפעס זאפטיגע לשונות און מליצות, איך האב שוין געטראכט פון די לייקס וואס איך וועל באקומען וכו'....

דערנאך בין איך מיד געווארן פון די אלע חשבונות און יעצט שרייב איך וואס קומט מיר אויפן געדאנק, און זאל זיין וואס זאל זיין.

צוליב פערזענליכע סיבות און פאר מיין מענטל געזונט וועל איך דארפן ארויסטשעקן פאר אביסל פון דא. איך גיי נאכאלץ ליינען אין א רוהיג מינוט (און קאמענטירן אפשר מיט עפעס א נייע ניק) אבער שושני גייט אויף וואקאציע... איך שרייב דאס מיט טרערן אין די אויגן. קרעמל איז מיין לעבן, מיין היים, פאר איבער א יאר שוין.

קרעמל האט מיר געגעבן טרייסט פאר א בעסערע מארגן.
קרעמל האט מיר געגעבן אן אנערקענונג וואס מיין סאסייאיטי און אויפבראכונג האט נישט קיינמאל מיר געקענט געבן.
קרעמל האט מיר געגעבן א פלאטפארמע צו אויסגיסן מיינע אלטע ידיעות, אזוי אויך צו אריינעמען פרישע.

איך האב געלערנט אזוי סאך דורכן ליינען און שרייבן אויף קרעמל. פון פילאזאפיע ביז חקר מקרא, פון היסטאריע ביז סאציאלאגיע, פון חסידות ביז השכלה.
פון אריסטו ביז קאנט, העיגעל, און דעקארט.
איך בין אינגאנצן אן אנדערע מענטש פון פאר איך האב אנגעהויבן שרייבן. געמיינט האב איך אז איך קום אויסגיסן מיין געוויסן, גענאשט האב איך אבער פון יעדער באזונדער... איך בין אין בחינה פון די העכסטע מדריגה פון ידיעה, דעם שלא נדע.

א באזונדערע חשיבות איז מיר די געציילטע ניקים וואס איך האב זוכה געווען צו טרעפן און רופן היינט אלס מיינע חברים... ווי ווייט איך קען רופן סיי וועם א חבר... איך פיל מער נישט אליין, איך פיל מער נישט איינזאם אין מיין אייגענע מח, איך וואונדער נישט יעדן טאג צו איך בין די איינציגסטע צודרייטער וואס טראכט זעלבשטענדיג. איך ווייס שוין אז איך בין אין א גאנצע קאטאגאריע פון מענטשן אין היסטאריע, און ס'איז דא טויזענטער ווי מיר, און אין א יעדע סאסייאיטי.

א באזונדערע שכוח פאר די טאַפּ ניקים וואס האבן באמת בארייכערט מיין פארשטאנד און מיינע ידיעות.
@מי אני פארן ווייזן וואס ס'איז אלץ דא צו וויסן.
@אלפא פאר די טיפע מאמרים
@חבקוק אן דיר איז גארנישט דא
@שעפטאל פאר די נשמה ווייבס
@אפענער פאר די אומשאצבארע ידיעות און כסדר'דיגע צושטייער געבן צו יעדע נושא

איך לאז אויס אסאך אבער יעדער איינער ווייסט ווער זיי אלע זענען...

א ריזיגע דאנק פאר @פרידא פארן ארויסטרעטן די וועג צן א פארשטאנד צווישן אלע סארטן
פאר @שפרה לאווען פארן מיר מאכן גלייבן אז די פלאטפארמע האט א צוקונפֿט פאר די אנדערע האלב כלל ישראל אויך.
און פאר נאך פילע וואס איך געדענק נישט יעצט אויפן מינוט.

איך וועל נאך דא דארט האפנטליך ארויסלייגן עפעס מאמרים אויף זאכן וואס אינטערעסירן מיר.
איך וועל פרובירן צו שרייבן ארטיקלען אין @כוואליעס וויפיל די צייט ערלויבט מיר, און אויך אריינקומען דא שמועסן וועגן די ארטיקלען.

א שטיקל צוואה מיינע, ארויס פון ארבל:
הגם איך האב נישט פערזענליך געליטן פון אזא זאך קיינמאל, וויל איך דא ארויסגעבן מיין ווייטאג אז אפי' דא אויף קרעמל האט די סיסטעם א שטארקן כח שטיל צו מאכן געוויסע. ודי בזה...

ווי אויך קען איך מיר נישט איינהאלטן פון זיך בעטן בתחנונים, ביטע פאלט נישט אריין פון הייסע טאפּ גלייך אריין אין פייער. פאלט נישט פון גלייבן באמונה שלימה אין א רבי צו גלייבן באמונה שלימה אין פאליטישע דעמאגאגיע. פאלט נישט צו צינישע פראפאגאנדע פון שלעכטע פירער וואס מיינען נישט אייער גוטס. פאפוליסטישע דעמעגאגן (פון ביידע זייטן) האבן קיינמאל אין היסטאריע קיין גוטס נישט געברענגט.

אויף דערווייל האטס מיר אלע א זיסע פרייליכע ווינטער. צום ווידערזעהן.
you will be sorely missed
that’s for sure.

I love דיין צוואה.
wise last words 🙏
 
Back
Top