די ווערט פון קריפטאו

קאנאדער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
377
רעאקציע ראטע
1,137
איך וויל זייער שטארק פארשטיין די ווערט פון קריפטאו

די דאלאר (פון וויפיל כ'האב מיר צוזאם געהערט) פלעגט זיין געבויט אויף גאלד
וואס מיינט אז פאר יעדע דאלאר איז געווען אוועקגעלייגט א שטיקל גאלד ווערט א דאלאר, פשוט ווייל ס'שווער און אומבאקוועם צו ארומשלעפן אזויפיל גאלד.
היינט איז עס שוין נישט אזוי אבער ס'וואלט נישט געקענט זיך אנהייבן אזויווי ס'איז היינט

קריפטאו (לויט וויפיל איך פארשטיי) האט נאר א ווערט ווייל די און איך גלייבן אז ס'איז ווערט, וואס דאס קען אפשר זיין אמת פאר ביטקוין אבער פאר אלע אנדערע נייע קאוין'ס איז די טראסט און גלייבן נישט דא אין פּאַרט ווייל ס'שוין געווען אזויפיל סקעם'ס

אבער לאמיר זאגן אז ס'האט יא די טראסט וואס איז די ווערט אויב די קענסט עס נישט נוצן?
איך קען מיך נישט עכט גוט אויס אבער איך וויל פארשטיין
 
איך בין בכלל נישט קיין עקספערט, איך האב פונקט אויך לעצטנס געטראכט דערפון. איך מיין יעדע איינס האט א ספעציפישע יוטיליטי פארוואס עס מארקעט זיך. צ.ב. געימינג, אינוועסטמענט, גרינגע טרענספער, אא"וו.

דעם מוצ"ש איז ארויף א לענגערע אינטערוויו דורך ר' משה שפיצער איבער קריפטא און דיין פראגע ווערט אויך אדרעסירט מער ווייניגער. - Yiddish 24 | ידיעות און פליאות - משה שפיצער
 
קריפטאו (לויט וויפיל איך פארשטיי) האט נאר א ווערט ווייל די און איך גלייבן אז ס'איז ווערט, וואס דאס קען אפשר זיין אמת פאר ביטקוין אבער פאר אלע אנדערע נייע קאוין'ס איז די טראסט און גלייבן נישט דא אין פּאַרט ווייל ס'שוין געווען אזויפיל סקעם'ס
מן הסתם איז דאס די סיבה פארוואס ביטקוין איז טייער און אנדערע ביליג
 
רוב פון מיין קריפטאו עקספיריענס קומט אדערווייל פון Coffeezilla אויף יוטוב וואס איז א גרויסע קעגנער

אבער מיין עיקר קשיא איז פארוואס מענטשן קויפן עס
אויב מענטשן קויפן עס פאר א אינוועסטמענט ווענדט זיך עכט וויפיל ס'איז ווערט
אויב מענטשן קויפן עס עכט צו ניצן דארף לכאורה זיין די טראסט אז יעדער זאל עס ניצן
סאו זעהט עס אויס אויסגעשפילט פון ביידע זייטן
 
אויב מענטשן קויפן עס פאר א אינוועסטמענט ווענדט זיך עכט וויפיל ס'איז ווערט
אן אינוועסטמענט דא מיינט אז מ'האלט אז ס'איז באמת נישט ווערט נאר אז איינער וועט זיין גענוג נעריש עס צו קויפן פון דיר (ווייל ער האלט אז איינער איז גענוג נעריש צו קויפן פון אים וחוזר חלילה)
 
איז קריפטא א סטאק, אן א קאמפעני?
 
נישט ממש וויל ווען די קויפסט א סטאק קויפסטו א חלק פון די קאמפעני משא"כ קריפטא קויפסטו נישט א חלק פון א זאך
איך פארשטיי אז ביטקוין למשל, האט א לימיטעד אמאונט וויפיל ס'קען זיין דערפון, סאו טעקניקלי איז עס אזוי ווי א סטאק פון א קאמפאני וואס פארקויפט גארנישט..
 
איך וויל זייער שטארק פארשטיין די ווערט פון קריפטאו

די דאלאר (פון וויפיל כ'האב מיר צוזאם געהערט) פלעגט זיין געבויט אויף גאלד
וואס מיינט אז פאר יעדע דאלאר איז געווען אוועקגעלייגט א שטיקל גאלד ווערט א דאלאר, פשוט ווייל ס'שווער און אומבאקוועם צו ארומשלעפן אזויפיל גאלד.
היינט איז עס שוין נישט אזוי אבער ס'וואלט נישט געקענט זיך אנהייבן אזויווי ס'איז היינט

קריפטאו (לויט וויפיל איך פארשטיי) האט נאר א ווערט ווייל די און איך גלייבן אז ס'איז ווערט, וואס דאס קען אפשר זיין אמת פאר ביטקוין אבער פאר אלע אנדערע נייע קאוין'ס איז די טראסט און גלייבן נישט דא אין פּאַרט ווייל ס'שוין געווען אזויפיל סקעם'ס

אבער לאמיר זאגן אז ס'האט יא די טראסט וואס איז די ווערט אויב די קענסט עס נישט נוצן?
איך קען מיך נישט עכט גוט אויס אבער איך וויל פארשטיין
די דאלער איז ווערט נאר אלס סופליי און דעמענד
גאלד איז אויך נאר ווערט אלס סופליי און דעמענד
און יעדע זאך אויף די וועלט ארבעט אזוי

קריפטא האט אין א געוויסע זין מער טראסט ווי די דאלער ווייל מ'קען נישט מאכן נאך
אין די אינוועסטערס האלטן אז מ'גייט עס איין טאג ניצן מער פון דאלער
 
איך פארשטיי אז ביטקוין למשל, האט א לימיטעד אמאונט וויפיל ס'קען זיין דערפון, סאו טעקניקלי איז עס אזוי ווי א סטאק פון א קאמפאני וואס פארקויפט גארנישט..
יא אבער א קאמפעני קען פארדינען שיין, ארויסקומען מיט נייע פראדוקטן וכו', וואס ברענגט ארויף די פרייז פון א סטאק אבער קריפטא האט נישט קיין אמתדיגע ווערט ווייל סאיז גארנישט דא אונטער דעם
למשל אויב מאכסטו אויף א קארפארעישען וואס טוט גארנישט יעצט איז די סטאק אנטקעגן א זאך וואס איז גארנישט ווערט, אבער ווען די קאמפעני זאל ווען אנהייבן טון און פארדינען ביזטו א שותף אין דעם. אבער קריפטא ביזטו א שותף אין גארנישט סאיז אזויווי ווען די קויפסט שיך פון א קאמפעני וואס די פרייז פון שיך קען ארויפגיין אבער דאס הייסט נישט אז די האסט עפעס מיט די קאמפעני
 
ביסט גערעכט

קענסט נאר אנקוקן די קריפטאו אז ס'גייט איין טאג האבן וועליו אזוי ווי די דאלער, דהיינו אז אזוי ווי א קאמפאני קען אנהייבן פראדוצירן עפעס, קען די קריפטאו זשענערעיטן טראסט, ס'קען זשענערעיטן די זעלבע טראסט וואס די דאלער האט.
 
Back
Top