קאריקאטורן

קאריקאטורן, איז טייטש נישט קיין אמת'ע בילדער וואס מאכן ליצנות פון א מענטש, א סאבדזשעקט וכדו'.

בילדער וואס ברענגען א שמייכל, מיינט מען אמת'ע בילדער וואס ברענגען א שמייכל.

אויסדרוקן און קלוגע ווערטער וואס ווערן געברענגט אויף א רענדאם בילד, קומען אין פערל רייד.


נאר דא איז א פרייע קאנטרי, יעדער לייגט וואו ער וויל. וכך אני נוהג.
פרייע קאנטרי אהין פרייע קאנטרי אהער, ס'דארף נאך אלס זיין סדר און לייגן די תגובות ווי זיי באלאנגן באמת.
אין פרייע אמעריקע דרייווט מען אויף רעכטס, אין ענגלאַנד אויף לינקס.
טריי צו האלטן סדר פון די פרייהייט...
קאריקטורן זענען נישט בילדער און בילדער זענען נישט קאראקטורן
קאריקטורן איז artistic expression נישט אינטערסאנטע אדער פאני בילדער מיט מימס.

פערל רייד איז סטעיטמענטס און אבסערוועישאן נישט לאנגע מעשיות און פאראדיע, און אויך נישט בילדער מיט מימס.
 
קאריקאטורן, איז טייטש נישט קיין אמת'ע בילדער וואס מאכן ליצנות פון א מענטש, א סאבדזשעקט וכדו'.
נישט ריכטיג. וואס דו שרייבסט רופט זיך memes.
ביסט גערעכט אז בילדער וואס ברענגן א שמייכל איז נישט די פאסיגסטע שנירל, memes וואלט געווען בעסער. איך אבער נישט אויב עס איז שוין דא אזא שנירל.
פארדעם האב איך דיר אויך געזאגט אז עס באלאנגט אין "בילדער וואס ברענגען...."
נאר דא איז א פרייע קאנטרי, יעדער לייגט וואו ער וויל. וכך אני נוהג.
ווילסט גיין די וועג? פיין. דעמאלטס לייג די בילדער אין מחשבה.

און אלס פרייע קאנטרי, קען איך דיר קריטיקירן אויב עס שמעקט מיר בעסער אזוי 😉
 
לעצט רעדאגירט:
בכל הכבוד צו ענק אלע
סיי פאר די וואס פאוסטען און סיי פאר די וואס ווילן זיכער מאכן אז אלעס קלאפט אין אונזער קאוזי קרעמל
ס'וואלט עכט געווען א מורא'דיגע זאך צו לייגן אלעס אין די ריכטיגע פלאץ אבער איך מיין אז אונז זענען נאך צו קליין פאר דעם
מ'קען נישט עפענען יעדן טאג א נייע שנירל פאר א ספעציפישע בילד וואס איך טרעף אין די גאנצע שנירל גייט נאר ליגן איין בילד
און ווען איך טרעף נאך איין אזא סטיל בילד אפאר וואכן שפעטער גיין אויפזוכן יענע שנירל וואס ליגט ערגעץ באגראבן
אבער פון די אנדערע זייט דארף מען פרואוון צו האלטן סדר די מערסטע וואס ס'שייך

סארי פאר ענק ביידע פאר'ן זיין אזוי בייעסד צו די אנדערע זייט

ריגעלע ריגעלע רוגז...🎶🎶🎶
 
Back
Top