קשיא

Reb Yid

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
סעפ. 8, 2024
מעסעדזשעס
61
רעאקציע ראטע
211
וויאזוי קען זיין א מציאות פון א אומלעגאלע אימיגראנט. אויב איז ער נישט קיין לעגאלע בירגער, מיינט עס אז דער אמעריקאנער געזעץ איז נישט חל אויף אים. יעצט, אויב דער געזעץ איז נישט חל, איז ער דאך נישט אומלעגאל. ווידער, אויב איז דער אמעריקאנער געזעץ יא חל אויף אים, און דערפאר איז ער א אומלעגאלע אימיגראנט, איז ער דאך א לעגאלע בירגער און א לעגאלע אימיגראנט.
 
לעצט רעדאגירט:
אומלעגאל אימיגראנט, על שם וואס ער האט אימיגרירט קיין אמעריקא אומלעגאלערהייט, דהיינו ער האט זיך אריינגעשמוגעלט, אלע דינים וואס זענען חל אויף די אמעריקאנער בירגער זענען אויכט חל אויף איהם.
 
ער איז דאך נישט קיין אמעריקאנע בירגער נא אויב אזוי זענען די אמעריקאנע דינים אויך נישט חל אויף אים
 
וויאזוי קען זיין א מציאות פון א אומלעגאלע אימיגראנט. אויב איז ער נישט קיין לעגאלע בירגער, מיינט עס אז דער אמעריקאנער געזעץ איז נישט חל אויף אים. יעצט, אויב דער געזעץ איז נישט חל, איז ער דאך נישט אומלעגאל. ווידער, אויב איז דער אמעריקאנער געזעץ יא חל אויף אים, און דערפאר איז ער א אומלעגאלע אימיגראנט, איז ער דאך א לעגאלע בירגער און א לעגאלע אימיגראנט.
היתר כרוך בצד האיסור
 
זיי עס מדמה צו סתם א פרעמדער וואס טוט סיי וועלכע עבירה
 
ער איז דאך נישט קיין אמעריקאנע בירגער נא אויב אזוי זענען די אמעריקאנע דינים אויך נישט חל אויף אים
ס'איז געווען אמאל איינער וואס האט געטענה'ט אין געריכט צום ריכטער, פארוואס שפארסטו מיר איין אין תפיסה? איך האב דען געהרגעט? מיין הענט האט געהרגעט, איך בין גארנישט שולדיג!

די ריכטער האט געפאסקנט אז יענער איז גערעכט ער איז אומשולדיג, ער קען גיין פריי, אבער זיין הענט איז יא שולדיג סאו זיין הענט דארף יא גיין אין תפיסה...

לענינו יענער קען שרייען חי וקים אז די געזעץ איז נישט חל אויף אים ווייל ער האט נישט קיין דין בירגער, און ס'איז טאקע נישט חל, מ'קען אים נאר כאפן און ארויפזעצן אויף א פליגער און אפשיקן אויף ווענעזועלע אדער קאלאמביע און שוין, אן קיין שום חלות...
 
ער איז דאך נישט קיין אמעריקאנע בירגער נא אויב אזוי זענען די אמעריקאנע דינים אויך נישט חל אויף אים
געזעצליך גערעדט איז נישטא אזא זאך חלות, אויב טוסטו עפעס אומלעגאל גייסטו (נישט) זיצען דערפאר, פינטעל.

אויב ווילסטו גיין הלכה׳דיג מיט חלות, כאטש וואס אין איסור חל על איסור קען עס צוגיין אלץ תקנות בני העיר כמבואר בבא בתרא.
 
און ס'איז טאקע נישט חל, מ'קען אים נאר כאפן און ארויפזעצן אויף א פליגער און אפשיקן אויף ווענעזועלע אדער קאלאמביע און שוין, אן קיין שום חלות...
דאס איז לאו דוקא אמת בפרט אויב ס'איז א הוציא ונכנס וואס מען קען זיכער איינשטיין אין חד גדיא אדער קנס'נען
 
וויאזוי קען זיין א מציאות פון א אומלעגאלע אימיגראנט. אויב איז ער נישט קיין לעגאלע בירגער, מיינט עס אז דער אמעריקאנער געזעץ איז נישט חל אויף אים. יעצט, אויב דער געזעץ איז נישט חל, איז ער דאך נישט אומלעגאל. ווידער, אויב איז דער אמעריקאנער געזעץ יא חל אויף אים, און דערפאר איז ער א אומלעגאלע אימיגראנט, איז ער דאך א לעגאלע בירגער און א לעגאלע אימיגראנט.

די תירוץ איז פשוט.

טאקע ווייל די געזעץ איז נישט חל אויף אים איז גארנישט וואס ער טוט 'לעגאל', קומט אויס עס איז די שלילי פון דעם - וואס איז 'אומלעגאל'.

דו שטעלסט אוועק די הנחה אז 'אומלעגאל' איז אזא אקטיווע פענאמענאן פון 'נישט טון ווי דאס געזעץ' וואס דאס לכאו' קומט נישט אריין ביי איינעם וועמען די געזעץ איז נישט מחייב, אין פאקט אבער איז עס פשוט א שלילי פון די אקטיווע לעגאליטי, וממילא קען מען אזוי אנרופן יעדע מענטש אין יעדע פעולה אויף וואס די געזעץ איז נישט חל..
it's a matter of language..
 
טאקע ווייל די געזעץ איז נישט חל אויף אים איז גארנישט וואס ער טוט 'לעגאל', קומט אויס עס איז די שלילי פון דעם - וואס איז '
לפי זה, ווען דו עסט, וואס לעגאל איז נישט דא קיין היתר אדער איסור, הייסט עס אומלעגאל?
 
לפי זה, ווען דו עסט, וואס לעגאל איז נישט דא קיין היתר אדער איסור, הייסט עס אומלעגאל?

עס איז יא לעגאל!
יעדע רעכט (פון אמעריקענער בירגער) וואס שטייט נישט ארויסגעשריבן אז נישט - בלייבט אטאמאטיש 'לעגאל'...

עס איז נישט די תורה... :cool:
 
לכאורה איז פשט ווען ע"ס איז דא צוויי אופנים איין ע"פ חוק און איין נישט, דעמאלטס איז שייך שם אומלעגאל.
עס איז נישט די תורה... :cool:
ע"פ תורה וואס איז נישט אסור איז מותר מצד הדין
 
Back
Top