קשיות פארן סדר

Thanks

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 18, 2025
מעסעדזשעס
516
רעאקציע ראטע
2,052
פונקטן
413
גיימיר אפרעכטן די ערשטע סדר די יאר מיט די משפחה ביי מיין טאטע. ער פלעגט אלעמאל זאגן ווען מפלעגט פרעגן סיי וואס, קשיות וועסטו איבערלאזן פארן סדר נאכט. נו, איז דבר בעתו מה טוב, אז מהאט אפאר אמונה קשיות צו פרעגן האב איך אנגעגרייט מיין ליסטע פון פרישע קשיות.

אויב איז טאקע דא א גאט, פארוואס איז ער באהאלטן? פארוואס די שטילקייט? די נסיונות זענען גענוג גרויס, פארוואס זאל זיין עגזיסטענץ נישט זיין אפן און פשוט פאר יעדעם? אויב וויל ער אז אונז זאלן זיך מדבק זיין אין אים, פארוואס זאל ער בכלל לאזן א ספק אין זיין עצם עגזיסטענץ? פארוואס אמאל האט ער בכלל נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו באווייזן, מאכן מופתים, און נאר היינט האט זיך אלעס געסטאפט? פארוואס קען די עווידענס נישט זיין אפן? פארוואס איז די איינציגסטע זאך וואס מיר האבן פון אים א בוך וואס לאזט אזויפיל זאכן אומקלאר און אויף יעדע דעטאל קען מען זיך טענה'ן און קריגן? פארוואס איז נישטא קיין געהעריגע סייענטיפישע באווייזן אדער איבערבלייבענישן פון יציאת מצרים, מתן תורה, משה רבינו? פארוואס איז דא אזוי פיל רעליגיעס און פראקציעס אין יעדע רעליגיע וואס יעדער איינער שרייט אז נאר ער האט די ריכטיגע וועג צו גאט און אונז קליינע מענטשן דארפן אויסוועלן די ריכטיגע? פארוואס זאל די פלאץ ווי מען ווערט געבוירן האבן אן אפעקט אויף וואס מען גלייבט וועגן גאט, אדער צו מען גלייבט אין גאט בכלל? אויב קען גאט אלעס טון, און ער איז א גוטער, פארוואס שטארבן טויזנטע קינדער יעדן טאג פון הינגער?

די תירוץ אויף די אלע קשיות זענען...
 
ר' עקיבא איגר האט נישט געטראכט פון די אלע קשיות?
דיינע קשיות קומען ווייל דו היטסט נישט דיינע אויגן.
ערגעץ רעדט מען שוין דערוועגן. אין ארץ ישראל זענען דא מעכטיגע קעפ וואס האבן שוין אלעס פארענטפערט.
אויב מ'קוקט גוט, זעט מען ניסים היינטיגע צייטן אויך, מתיא בן חרש, גליון נקדישך, מוסדות רמ"א.
און בעיקר, דו האסט נישט קיין קשיות, נאר תירוצים...
 
גיימיר אפרעכטן די ערשטע סדר די יאר מיט די משפחה ביי מיין טאטע. ער פלעגט אלעמאל זאגן ווען מפלעגט פרעגן סיי וואס, קשיות וועסטו איבערלאזן פארן סדר נאכט. נו, איז דבר בעתו מה טוב, אז מהאט אפאר אמונה קשיות צו פרעגן האב איך אנגעגרייט מיין ליסטע פון פרישע קשיות.

אויב איז טאקע דא א גאט, פארוואס איז ער באהאלטן? פארוואס די שטילקייט? די נסיונות זענען גענוג גרויס, פארוואס זאל זיין עגזיסטענץ נישט זיין אפן און פשוט פאר יעדעם? אויב וויל ער אז אונז זאלן זיך מדבק זיין אין אים, פארוואס זאל ער בכלל לאזן א ספק אין זיין עצם עגזיסטענץ? פארוואס אמאל האט ער בכלל נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו באווייזן, מאכן מופתים, און נאר היינט האט זיך אלעס געסטאפט? פארוואס קען די עווידענס נישט זיין אפן? פארוואס איז די איינציגסטע זאך וואס מיר האבן פון אים א בוך וואס לאזט אזויפיל זאכן אומקלאר און אויף יעדע דעטאל קען מען זיך טענה'ן און קריגן? פארוואס איז נישטא קיין געהעריגע סייענטיפישע באווייזן אדער איבערבלייבענישן פון יציאת מצרים, מתן תורה, משה רבינו? פארוואס איז דא אזוי פיל רעליגיעס און פראקציעס אין יעדע רעליגיע וואס יעדער איינער שרייט אז נאר ער האט די ריכטיגע וועג צו גאט און אונז קליינע מענטשן דארפן אויסוועלן די ריכטיגע? פארוואס זאל די פלאץ ווי מען ווערט געבוירן האבן אן אפעקט אויף וואס מען גלייבט וועגן גאט, אדער צו מען גלייבט אין גאט בכלל? אויב קען גאט אלעס טון, און ער איז א גוטער, פארוואס שטארבן טויזנטע קינדער יעדן טאג פון הינגער?

די תירוץ אויף די אלע קשיות זענען...
כבר קדמוך, דוד המלך זאגט למה פניך תסתיר חשכח
ענינו ולחצנו ,
עורה למה תישן פארוואס שלאפסטו גאט?
הקיצה וועק זיך אויף אל תזנח לנצח , די זענען אלע פראגעס צו פרעגען און זענען ריכטיג , פאר א מענטש וואס געפינט זיך דא אין די הסתרה, אבער מיט דעם אלעם קומט מען צום אויספיר ווי דוד זאגט אם שכחנו שם אלהינו ונפרש כפינו לאל זר ,פון די קושיות קומט מען צום סוף צו די מסקנא אז מען איז אהנגעוויזען צו גאט ולו אנחנו עבדים
אין תלמוד ברענגט ער אויף ההוא בר דרומא וואס האט געפיערט מלחמה קעגן די רוימער וואס האבען ארום גערינגעלט ירושלים מיט אבני קלע איינצוברעכן די חומה און דער בר דרומא ברוב גבורתו האט זיי אבגעהאלטען און געהארגעט פון די רוימער אז זיי האבען שוין געטראכט פון אויפגעבען די מערכה איז דער בר דרומא האט זיך דענסטמאהל מבטא געוועהן - הלא אתה אלהים זנחתנן ולא תצא אלהים בצבאותינו , ער האט גערעדט ברייט קעגען גאט אזוי צוזאגען איך קען מיר אליינס א עצה געבען, ווערט דערציילט אז דער בר דרומא האט געכאפט א ביס פון נחש און געשטארבען , פרעגט ער דארט, נו,וואס האט ער שלעכט געזאגט דוד האט דאך געזאגט די ווערטער אין תילים,ענטפערט די גמרא , דוד אתמוהי מתמה, דוד האט דאס געזאגט אלץ א הקדמה, אבער ער איז אהנגעקומען צו , למען יחלצון ידידיך הושיעה ימינך וענני , די קושיות זענען נאר א התחלה צו טראכטען און קומען צו די השגה אשר גאלנו וגאל את אבותינו - והיא שעמדה - והקדוש ברוך מצילנו מידם
 
Back
Top