קוגל - פּריקוועל פון שטיסל

אויב קען איך נישט עפענען ביי מיר קיין טעלעגראם, דעמאלס טאר איך נישט זען שטיסל? - וואו איז אביסל רחמנות?
מיין הארץ גייט אויס פאר דיר פון גרויס רחמנות..
 
איינער קען פארשטיין פארוואס נחום האט אויסגעזאגט פאר פנינה די סוד פין די דאפלטע. ציקער?
 
ווי אפט קומט ארויס א פרק
איך האב געזעהן אין איין צו אלעס איך ווארט שוין קוים אויף די נעקסטע.

איין הערה איז עס נישט אביסל פעיק
די מענער זענען ציון לבוש גאנץ פרום
און די פרויען מענסימער ליטוויש סטייל
ליבי טראכט איך נאך
 
וויאזוי פארשטייט דער עולם אהן סובטייטלס? מ'קען א פליסיגען עברית?
איך קען א פליסיגן עברית
און איך גלייב אז אנדערע דא קענען אויך מאור אר לעסס
 
איינער קען פארשטיין פארוואס נחום האט אויסגעזאגט פאר פנינה די סוד פין די דאפלטע. ציקער?
ליבע

גיי לערן מיט א גוי ברטנורא, סארי גיי לערן מיט א היימשע איד ליבע
 
און וועגן דעים סקעמט ער אלמנות?
ער בארעכטיגט עס אין זיין קאפ? ער טוט א חסד, מאכט שלום בית מיט די פארשטארבענע מאן, געווענדליך שטארבט מען אן א גוד ביי, און א גריס פון הימל ווי שטארק דער מאן האט איר ליב געהאט איז באמת א חסד, דאס הייסט ווען די מעשה איז ווען אמת איז דאך עס געוואלדיג, נו לאזט ער זיי מיינען אז זייערע מענער האבען געקערט פאר זיי, און ער מאכט נאך א מטבע, ווין ווין.

ווי איך מיין האט ער נאר געסקעמט די וואס קענען זיך ערלויבן.
 
וויאזוי פארשטייט דער עולם אהן סובטייטלס? מ'קען א פליסיגען עברית?
איך האב מיך גוט צוגעלערנט מיין עברית ביים זען שטיסל מיט סאבטייטלס
היינט איז עס פליסיג
 
יא, דאס איז די כח פון אהבה
פין איר שאק ביים הערן די סוד פין דאפלטע צוקער, האב איך א פילונג אז זיי גייען דרייען די מעשה אז ער גייט איר צוריק כאפן, מיט די טענה אז ער האט איר עכט ליב, ווייל ער האט דאך איר אויסגעזאגט די סוד
 
Back
Top