קוגל - פּריקוועל פון שטיסל

פין איר שאק ביים הערן די סוד פין דאפלטע צוקער, האב איך א פילונג אז זיי גייען דרייען די מעשה אז ער גייט איר צוריק כאפן, מיט די טענה אז ער האט איר עכט ליב, ווייל ער האט דאך איר אויסגעזאגט די סוד
אוודאי אזוי
איין זאך קענסטו זיין זיכער אז אגאנצן צייט גייט זיך עס ציען און אז עס גייט קיינמאל נישט קומען לידי מעשה
אנדערעש קענען זיי ענדיגן נאך די ערשטע עפעסאוד ווי ליבי האט חתונה מיט ווערמוט און ער מיט נחמה און שלום על ישראל
 
וואס האלט דער עולם וועגן שטיסל פאר א היימיש ווייבל מן השורה, נישט צי פארפרומט אבער וויל זיין וואויל?
לויט ווי איך געדענק איז עס היבש ראמאנטיש. אביסל טו מאטש פאר א פארמאכטע היימישקע.

כ'האב עס געטראפן מיט ענגליש סובטייטלס דא Episode 1: Everybody is Looking for Love | Shtisel (Season One) - Season 1 - ChaiFlicks - Watch Jewish and Israeli Movies, TV
 
לויט ווי איך געדענק, אפשר מאך איך א מיסטעיק איז די ערשטע עונה נישט אזוי ראמנטיש.

נאכדעם ווערט מען שוין אריינגעשלעפט.
 
פין איר שאק ביים הערן די סוד פין דאפלטע צוקער, האב איך א פילונג אז זיי גייען דרייען די מעשה אז ער גייט איר צוריק כאפן, מיט די טענה אז ער האט איר עכט ליב, ווייל ער האט דאך איר אויסגעזאגט די סוד
נאכמער פון דעם ער האט עס נישט געטון ווייל ער וויל ער לאגיש קענען ווייזן קוק וואס איך האב געטון פאר דיר, ער האט עס געטון אן חשבונות מיט א ריינקייט ווייל ער האט איר ליב
 
Can someone pleaseeee post links to all previous episodes ???
 
א גרויסן שכח @תרמב
-

כ'האב אזוי מיטגעפילט שטיסל'ס טראומא מעשה פון אלץ קינד (עונה 6) אז כ'האב זיך געדארפט דערמאנען אז ס'איז נאר א ווידיאו.
 
שטיסל האט מיר גענימען מער אויף אן עמאציאנאלע רייד, עפעס וואס איך שפיר נישט דא ביי קוגל.
 
די 6סטע פרק איז יא היבש רוי מיט עמאציאנאלע געפילן.
 
נישט שלעכט
אבער קיין פארגלייך צו שטיסל

איך האב נישט געגליכן די צאמגעבראכענע נוחעם הגם עס איז א גוטע סטארי ליין אבער עס הרגעט אוועק די חן פונעם כאראקטער און פונעם סדרה

א זייטיגע נקודה ליבי אין שטיסל קוקט אויס יונג און שיין
דא זעהט זי אויס היבש פארעלטערט און פארוועטשט
 
צו ווייסט איר אז מאדאם בומבאך איז די שיינע גוטע נשמה, רותם מהטלוויזיה
כ'האב נישט געוואוסט זי איז אזא מאסיוון עקטרעס.
כ'קען איר נאר פון 'סברי מרנן', דארט עקט זי אויך זייער גוט, אבער ס'איז א געוויסע סטארי ליין. דא איז עס אינגאנצן עפעס אנדערש...
 
נישט שלעכט
אבער קיין פארגלייך צו שטיסל

איך האב נישט געגליכן די צאמגעבראכענע נוחעם הגם עס איז א גוטע סטארי ליין אבער עס הרגעט אוועק די חן פונעם כאראקטער און פונעם סדרה

א זייטיגע נקודה ליבי אין שטיסל קוקט אויס יונג און שיין
דא זעהט זי אויס היבש פארעלטערט און פארוועטשט
שטיסל עונה 2 איז געווען 9 יאר צוריק גענוג צייט זיך צו פארעלטערן
 
א שנעלע גוגל זוך באשטעטיגט אז די אקטיארשע וואס שפילט ליבי איז 34 יאר אלט! און זי דארף גאר זיין די הויפט יונגע מיידל כאראקטער, די 'איט' מיידל פון די שאו. פאסט נישט אפילו פאר די 'אומגלויבליך' פלעי.
 
ווי אפט קומט ארויס א פרק
איך האב געזעהן אין איין צו אלעס איך ווארט שוין קוים אויף די נעקסטע.

איין הערה איז עס נישט אביסל פעיק
די מענער זענען ציון לבוש גאנץ פרום
און די פרויען מענסימער ליטוויש סטייל
ליבי טראכט איך נאך
 
בכלל, די גאנצע הלך ילך אז פרעמדע מענער באפריינדן זיך און שטעלן אפ פרעמדע פרויען אויף די גאס צו שמועסן איז רחוק מן המציאות.

ס'איז מסתמה שווער פאר פרייע דאס צו באגרייפן, און זיי וואלטן געקענט באשטיין אז ס'זאל אזוי זיין ביי די פרומע, אבער אין מציאות איז עס ווייט נישט אזוי.
 
Back
Top