קול קורא: מען מוז קויפן אינעם נייע מצא טוב חתונה מאלל

כלבין דחציפין

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2025
מעסעדזשעס
48
רעאקציע ראטע
259
אין מאנסי איז היינט ארויסגעקומען א קול קורא פון איבער הונדרעט רבנים אז מען זאל קויפן אין די נייע מצא טוב חתונה מאלל. מען מאכט געהעריג חוזק פונעם עולם מען נעמט א ערנסטע פראלעם פון חתונה הוצאות און אנשטאט טרעפן אן ערנסטע לעזונג ווי למשל אויסלערנען די עולם אז מען ספענט נישט מער ווי מען האט, קעשט איינער אריין אויף די עולם׳ס שוואכקייט.
די זעלבע איז געווען ביי די כוח היחיד קאמפיין איז געקומען איינער מיט עפעס א נייע פעקעדזש אדער פלאן אין אריין געקעשט אויפן עולם׳ס חשבון.
IMG_2838.jpeg
 
ס׳שטייט נישט קלאר אזוי משוגע זענען זיי נישט. אבער מצא טוב איז א געהעריגע ביזנעס.
 
וואס איז די אנדערע ברירה פאר קליינע קינדער וואס קענען גארנישט טוען אדער אפילו טראכטען אליינס ????
 
פונקט ווי אלע אנדערע חתונה מאללס וואס האבן זיך געעפענט אנהייב פון די חתונה תקנות עפאכע
מען מעג און מען זאל מאכן געלט, אבער מאך נישט משוגע די מענטשהייט מיט קול קורא׳ס כאילו עס איז עפעס א הייליגע זאך און מען מוז דארט קויפן, האסט געעפענט א ביזנעס איך ווינטש דיר גרויס הצלחה אבער נעם נישט דער עולם אויף קיין רייד.
 
דאס זאג איך
דעמאלטס - בערך 15 יאר צוריק - האט מען אויך געזונגען אז די מאנסי & קר"י זענען לשם מצוה, קיינע קול קורא געדענק איך נישט אויף זיכער אבער די מהלך איז די זעלבע
 
אין מאנסי איז היינט ארויסגעקומען א קול קורא פון איבער הונדרעט רבנים אז מען זאל קויפן אין די נייע מצא טוב חתונה מאלל. מען מאכט געהעריג חוזק פונעם עולם מען נעמט א ערנסטע פראלעם פון חתונה הוצאות און אנשטאט טרעפן אן ערנסטע לעזונג ווי למשל אויסלערנען די עולם אז מען ספענט נישט מער ווי מען האט, קעשט איינער אריין אויף די עולם׳ס שוואכקייט.
די זעלבע איז געווען ביי די כוח היחיד קאמפיין איז געקומען איינער מיט עפעס א נייע פעקעדזש אדער פלאן אין אריין געקעשט אויפן עולם׳ס חשבון.View attachment 4490
די כוח היחיד קאמפיין האט געהאט עפעס א פעקעדזש? נישט אמת.
 
מען מעג און מען זאל מאכן געלט, אבער מאך נישט משוגע די מענטשהייט מיט קול קורא׳ס כאילו עס איז עפעס א הייליגע זאך און מען מוז דארט קויפן, האסט געעפענט א ביזנעס איך ווינטש דיר גרויס הצלחה אבער נעם נישט דער עולם אויף קיין רייד.
די ריזיגע אסיפה פסח שני קאסט גרויסע גרויסע געלטער. עס איז נישט קיין ביזנעס.
 
די כוח היחיד קאמפיין האט געהאט עפעס א פעקעדזש? נישט אמת.
ניין, אבער איינער האט אריין געקעשט אויפן קאמפיין און ארויסגעקומען מיט א פעקעדזש, און אזוי אפגעהארגט די קאמפיין, אשטאטס יאדער זאל קומפן וואס ער וויל ווי די קאמפיין האט געלויטעט.
 
לדעתי איז די איינציגסטע מהלך ווען ס'קומט צו חתונה מאכן, אז יעדע חתן באצאלט זיין אייגענע חתונה. וואס מיינט מ'זאל חתונה האבן אפאר יאר שפעטער און ארבעטן פון די אכצען.
 
מ'קען חתונה האבן ביים 17.5 מיט די שידוך וואס די מאמע האט געגלוסט, און די חתן מאכט זיך חתונה אליין.
עס זענען דא עסקנים וואס ארבייטן אויף דעם מהלך, זיי מוטשענען זיך אז איין גרויסע חסידות זאל דאס אפקויפן, דערנאך וועט די וועלט שוין מיטאנצן.
 
וויאזוי האט א חתן די געלט?
 
וויאזוי האט א חתן די געלט?
די פלאן פון די עסקנים לאז איך פאר זיי צו אריין קומען מיט א מארקעטינג באמבע.
א געדאנק נאר וואס איך האב נאר נעכטן געהערט אין צאנז פון א ארץ ישראלדיגע יודל, אז אמאל פלעגט מען קויפן דירות פאר די קינדער (אין ארה"ק) היינט רוב חסידות'ן בויען געגנטער און די דירות פארקויפן זיי פאר יונגעלייט דורעך די קהילה'ס גמ"ח וואס פארבארגט די גאנצע (אדער רוב) דאון פעימענט פאר די יונגערמאן. אין איין קהילה (ער האט מיר נישט געזאגט קיין נאמען אבער פארשטאנען אז ער רעדט פון הר יונה - איך ווייס נישט ווער בויעט דארט) דארף די חתן און כלה אראפקומען אין קהל'ס גמ"ח וועד הישוב חתמ'נען אז זיי גייען גארנישט נעמען פון די עלטערן פינאניציעלע הילף פאר די דירה. און ווער עס חתם'עט נישט קען נישט קויפן קיין דירה אין די דיוועלאפמענט.
און די יונגעלייט צאלן יעדע חודש הלואה פארן גמ"ח פאר די הון-עצמי און משכנתא פארן באנק. און יעדער איז צופרידן.
(די יודל וואס האט גערעדט צו מיר האט מיר דערציילט אז זיין טאכטער האט זיך גע'גט א האלב יאר נאך די חתונה און נאך פסק בית דין דארף די גרוש און די גרושה יעדער פון זיי צאלן האלב הלואה - די דירה האבן זיי פארקויפט און מיט דעם באצאלט די גאנצע געלט פארן באנק און א חלק פון גמ"ח)
די געדאנק איז מיר געפאלן אפילו עס האט ע טרויעריגע סוף, ווייל שטעל דיר פאר אז די מחותנים בלייבן צאלן די הלואה נאכן גט)
 
Back
Top