קומסט אריין אין קרעמל, הייב אן פון פריש!

צדיק הדור

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מאי 18, 2024
מעסעדזשעס
103
רעאקציע ראטע
219
יא, ס'איז אפעציעל, קאווע שטיבל פארמאכט זיך. עס איז צו ערווארטן איז אלע אקטיווע ניקים פון קאווע שטיבל וועלן אהערקומען.

אין פאקט זעט מען שוין געוויסע ניקים דא וואס זענען די זעלבע ווי אויף קאווע שטיבל.

עס איז אבער זיכער אז אסאך זענען געקומען מיט פרישע ניקים. עס לאזט זיך זאגן מיט א היבש ביסל זיכערקייט אז אפילו די וואס האבן די זעלבע ניק דא ווי דארטן, האבן אבער נאך א צווייטע ניק.

איך מוז זאגן דער אמת, עס נערווירט אביסל. הגם א ניק איז נאר א ניק, אבער נאכן זען און ליינען אזויפיל פון ניקים, באקומט מען א בילד, א בליק אויף דעם פערזענליכקייט אויף זיין שניט און מהלך. מען באקומט א פילינג אז "איך קען אים".

אסאך האבן עס גענומען צום נעקסטן שטאפל, זיי זענען געווארן גאר אנציגט פון געוויסע שרייבערס און עס גענומען אין אישי אדער גאר צו אנדערע טשעט פלאטפארמעס, אדער אפילו זיך געטראפן אין ריל לייף.

און דא הייבט מען אן פון אלף. איך דארף שטיין און דערטאפן יעדע ניק... ווער איז דאס נאר? וועלכע שניט פארט ער? איז ער פרא סיסטעם אדער אנטי? איז ער אפן אדער פארקוועטשט? זאגט דער תוכן אדער מען קען רואיג איבערהיפן זיינע תגובות?

רבותי! ווי פלעגט נאר די נייע מלמד זאגן? קינדער! כ'האב זיך גארנישט נאכגעפרעגט פון די פאריגע מלמד! יעדער קען אנהייבן פון פריש! (און דא איז עס עקשעלי אמת)

הגם, לבי אומר לי אז עס וועט נישט נעמען קיין סאך צייט און כ'וועל דערגיין ווער איז ווער...

אגב, איז בערל בעלעגאלע שוין דא...?

ווי ניד יו העיר!!!
 
למעשה איז דא ניקס וואס ווילן דייקא נישט ווערן געלינקט פון איין פלאטפארמע צום צווייטן!

למשל מיין ניק אויף אייוועלט קען אריינגיין אין די קאטאגאריע פון די אזויגערופענע "עליטע" ניקס... (גאווה אלערט!?) ניקס רעספעקטירן מיין דעה וכו' און איך בין אויף די ליסטע וואס מעג אישי'ען קנאפער אפילו ווען ער איז אויף וואקאנץ!!!

אבער פארוואס זאל איך נוצן יענעם זעלבן ניק דא? אויב האב איך א געשמאקע פאזעטיווע ווייב גייסטו עס זעהן דא אויך, אפשר טאקע נישט גלייך אבער געב עס א שטיק צייט.
 
אנקומענדיג דא אין קרעמלין האב איך געפילט אזוי ווי אן אימיגראנט וואס קומט צום ערשטן מאל אן קיין עליס איילענד. דער אפיציר שרייט אויס "נעקסט אין ליין", און פרעגט, ווי אזוי הייסט איהר? כ'האפ א שטימעניש, איך טראכט צו מיר, ווי אזוי וויל איך טאקע הייסן? אינדערהיים האט מען מיך גערופן וואלווי, ווער אין אמעריקא הייסט וואלווי? האסט שוין אמאל געהערט פון א סענאטאר וואס הייסט וואלווי?

נעה, שטארק איך מיך. א איד ברענגט אייביג מיט זכותים. שלא שינוי את שמם זאגט דער מדרש. נאר מיט דעם (ובזכות נשים צדקניות..) איז מען ארויס פון מצרים.

וואלווי! רוף איך אויס מיט שטאלץ.

כ'טראכט צו מיר, אוי מיי גאד! טויזענטער תגובות האב איך שוין איינגעזייעט אין ק"ש. ס'איז צייט צו שניידן די זאָמען. נושא משך הזרע בא יבא ברינה. אלעס קומט מיט, וואלווי מיט אלע רענצלעך, מיט די גאנצע בעגעדזש.

די ספרים הק' זאגען דאך אז ביים נאמען געבן הערשט א שטיקל רוח הקודש. ויקרא שמו בישראל "וואלווי", האט מען אויסגערופען ביים ברית. זאל זיין כשם שנכנס לק"ש, כן יכנס לתורה לחופה למעשים טובים ולקרעמל.
 
איך ברענג ארויף די שנירל אז די נייערע ניקים זאלן זיך קענען ארויסברענגען איבער וויאזוי זיי שפירן איבער דאס מקום און וואס איז די ווייב וואס זיי באקומען נאכ'ן זיין דא א שטיק צייט.
 
איך האב א פארקערטע פראבלעם ווי @צדיק הדור,

איך בין געווען אין 'קאווע צטיבל' ממש אין די לעצטע צייטן, איך קען נישט די ניקים פון דארט,
אין איך זעה דא ווי די עולם קען זיך אין גרויסן, איך האב לעצטענס געכאפט אז דעי ניקים וואס קענען זיך דא זענען אלטע שרייבערס פון ק"ש
 
איך האב א פארקערטע פראבלעם ווי @צדיק הדור,

איך בין געווען אין 'קאווע צטיבל' ממש אין די לעצטע צייטן, איך קען נישט די ניקים פון דארט,
אין איך זעה דא ווי די עולם קען זיך אין גרויסן, איך האב לעצטענס געכאפט אז דעי ניקים וואס קענען זיך דא זענען אלטע שרייבערס פון ק"ש
גראדע יאך בין נישט פון די ק"ש הנשבר שרייבערס, אבער איך בין אריין דא ממש אנפאהנג, האב איך זיך זייער שנעל היימיש געמאכט דא, פראביר עס אויס וועסטו אויך ווערן היימיש דא.
 
לעצט רעדאגירט:
גראדע יאך בין נישט פון די ק"ש הנשבר שרייבערס, אבער איך בין אריין דא ממש אנפאהנג, האב איך זיך זייער שנעל היימיש געמאכט דא, פראביר עס אויס וועסטו אןיך ווערן היימיש דא.
דו געבסט אסך צו!
 
דו געבסט אסך צו!
א דאנק
אגב ווער ס'רעדט - דו ביזט דאך פון די גרעסטע שרייבערס דא (TOP 5)....

ואגב דאגב יעדער וואס שרייבט לייגט צו, נאך א תגובה, נאך א הערה, נאך א הוספה און אזוי וואקסט אונזער קרעמעל'ע צו א שיינעם קרעמל וואס יעדער האט חלק און נעמט א טייל.
 
לעצט רעדאגירט:
א דאנק
אגב ווער ס'רעדט - דו ביזט דאך פון די גרעסטע שרייבערס דא (FOP 5)....

ואגב דאגב יעדער וואס שרייבט לייגט צו, נאך א תגובה, נאך א הערה, נאך א הוספה און אזוי וואקסט אונזער קרעמעל'ע צו א שיינעם קרעמל וואס יעדער האט חלק און נעמט א טייל.
גערעכט ביזטו אז יעדע ביזל לייגט צו, א לייק מיינט אסך - ווען איינער געבט הארץ און מחשבה מיטצוטיילן עפעס און יעדער פון אונז שפילט א ראלע אין בויען די סביבה וואס מיר ווילן הנאה האבן דא צו זעהן. So א דאנק א גרויסע פאר דיין ווארימע קאמפלימענט! I really appreciate it

אגב, וואס מיינט FOP 5?
בינעך אן עם הארץ אין דעי זאכן (גוגל האט מיר נישט קיין סך געהאלפן ווייל זיי האבן נאר געהאט FOP און נישט קיין פינף)
 
אגב, וואס מיינט FOP 5?
בינעך אן עם הארץ אין דעי זאכן (גוגל האט מיר נישט קיין סך געהאלפן ווייל זיי האבן נאר געהאט FOP און נישט קיין פינף)
אוי וויי עס איז גרויס בושות....
TOP איך וויס נישט ווי די T איז געווארן אן F

איך זעה יעצט אז @דער גאלדענער אדלער האקט, און ער איז 100% גערעכט
 
הייסטעס אז איינער שרייבט Tucker Carlson און איז מתחלף מיט אן F , איז עס פארשטענדליך...
מיין רבי אין חדר וואלט געזאגט אין אזא צייט, ביסט א שיינער בעל מחדש, אדער א גוטער טראכטער, פארשטייצעך באגלייט מיט א גוטן פראסק🤣
 
Back
Top