קאווע שטיבל און קרעמל

ס׳שוין לאנג דא די שנירל איבער די גאנצע פארשפארונג פון קאווע שטיבל, איך זיך נישט אריינצוגיין אין די גאנצע נושא ״פארוואס״ ס׳האט זיך פארשפארט.

כ׳וויל ארויסברענגען אן אנדערע געדאנק וואס כ׳האב געטראכט איבער די פארשפארונג, און איבער די אויפבלי פון קרעמל; און מיט וואס איך האלט/טראכט אז קרעמל קען עס עכט נישט אנפילן.

קאווע שטיבל האט זיך געגרינדעט אין 2012, ווען וואטסעפפ איז נאך געווען היפש אומפאפולער, אנדערש ווי ס׳איז היינט צוטאגס, ביים גרינדונג האבן רוב וואס זענען געגאנגן צו קאווע שטיבל געוואלט זיין (פאר פארשטענדליכע סיבות) אנאנים, און רוב זענען טאקע געבליבען אזוי.

אבער א גרויס חלק, האבן ווי פארשטענדליך, מיט די יארן, זיך אנגעהויבן צו באקענען אויף פרעזענליכע אופנים און געטרענספערט צו וואטסעפפ און אנדערע פלאטפארמע׳ס.

אבער, ביז ווילאנג קאווע שטיבל איז נאך געשטאנען האבן זיי עס אנגעקוקט ווי זייער היים, און זיך געלאזט הערן, הויך אין קלאר.

ווען קאווע שטיבל האט אנגעהויבן זיך צו פארמאכן, און מיט די אויפבלי פון ״קרעמל״, דא האבן זיך זאכן געטוישט.

די אלע וואס האבן געפילט זייער היימיש אין קאמפערטעבל אין קאווע שטיבל, האבן זיך בלית ברירה געדארפט שיידן, און געזעגענען פון זייער ווארעמע היים, און אפגעלאזט די פארום וועלט, און געבליבן אויף די וואטסעפפ טשעטס וכו.

ווען קרעמל האט אויפגעשיינט מיט א הערליכן וועבזייטל, וואס זינט וועלט באשאף איז נאכנישט געווען אזאנס אויפן אינטערנעט, א פלאץ וואס האט איבערגענומען די שיינקייט פון א יעדע וועבזייטל, קאווע שטיבל/אייוועלט/איד טיש.. און מיט פרייהייט פון ווארט וואס @שעפטאל האט שוין ערווענט אז דאס איז די עיקר מטרה, דאך, פילן די אלטע לייט פון קאווע שטיבל זיך נישט אזוי באקוועם, ארויסצוקומען פון זייערע באהעלטעניש אהער דא..

גייען זיי זיך צוכאפן צו קרעמל?
גיימיר אונז בלייבן שטעקן אויף צירוק?
גיימיר אונז בלייבן קלאגן אויף וואס מיר האבן פארלוירן, אדער קוקן וואס שטייט פאר אונזערע אויגן?

ס׳צייט פאר ענק זיך צו שטארקן, און מחזק זיין די מקום דא!
ס׳צייט פאר אונז צו אנערקענען די נייע עולם,וואס גייען אין צען יאר ארום, זיין די ״לייבן״ פון קרעמל!!
די פאקט איז זאכן קומען און גייען די וועלט גייט און דארף ווייטער אנגיין.
ס׳איז א ווייטאג? יא.
נעקסט.

גראדע פון די פאקט אז קאווע שטיבל האט זיך געלייגט שלאפן, דורך דעם איז געגרינדעט געווארן אסאך א שענערן ״קרעמל״, ירידה לצורך עלייה!
 
אויף א וואטסעפפ גרופ וכדו' קענסטו נאר קאמיוניקירן מיט די גרופ מעמבערס (וואס קען טאקע זיין אסאך מענטשן). עס האט אסאך מעלות ווי וואויסנאוטס און נאך.

אבער די מעלה פון א אנליין פלאטפארמע ווי קרעמל איז פילפאכיג מער אין אנדערע הינזיכטן. קודם כל, אז שמועסן זענען איינגעטיילט אין קאטעגאריעס. עס איז נישט קיין בלבול המוחות פון צענדליגער סארט שמועסן איינס אינעם אנדערן.

נאכדעם קענסטו האבן אלע שיכטן און קרייזן, יעדער שרייבט פון זיין פערספעקטיוו, בשעת רוב וואטסעפפ גרופעס זענען אין אלגעמיין איין געוויסע סארט סטייל מענטשן.

בכלל איז סאושעל מידיא נישט געמאכט פאר לאנגע באשרייבונגען נאר פאר קורצע זאצן, אז איינער וויל באשרייבן א געוויסע ארטיקל אין די לענג און אין די ברייט, איז אזא קרעמל פלאטפארמע טויזענט מאל מער געאייגענט.

און אזוי קען מען אויסרעכענען נאך און נאך... ועוד יותר טוב...
 
מסתמא אין אידטיש
 
איך קום יעצט פון קאווע שטיבל, איך האב באזיכט די 'למעשה אשכול' פון יידל, אין פון דארט האט עס מיר געפירט צי די "אויפגעקלערטקייט לשם אויפגעקלערטקייט" אשכול, וואס יענס האט מיר געפירט צי די שערי יצחק אשכול.

צוויי זאכן,

איינס, מיר קוקט אויס ווי קאווע שטיבל איז געווען סאך מער בעלענס צווישן אויפגעקלערטע לשם אויפגעקלערט, פלעין אויפגעקלערט, פלעין קאלט, אין פרום..

ס'געווען דארט עפעס א רעד ליין וואס מ'האט נישט געקראסט, אזא אשכול ווי 'דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקייט' איז געווארן אנגעפילט מיט תגבות פון אידן וואס זענען טאקע אין קאווע שטיבל, אבער האבן אויסגעדריקט זייער מחאה אויף די אסאך זאכן וואס יידל אויסגערעכנט, איינער האט אפילו מוחה געווען ווי אזוי ער ברענגט לינקס ווי מ'הערט פרויען זינגען, אין 'יידל' האט אים אפילו געגעבן גערעכט,

דא אין קרעמל זעהט מען עס נישט.. ס'ניטאמאל א דיסקאשען, דאס וואס ס'דא אפאר שנירן וואס רעדן פון דעם איז עס נאר אלס א זכר, איינעם אינטערעסירט דא באמת צי מ'מעג הלכה'דיג קוקן אויף פרויען?

מ'זעהט דארט אויך א שטארקע דורשט צי די אידישע היסטאריע, דא אין קרעמל זעהט מען עס נישט, געב מיר עפעס א גוטע מאווי צי וואטשן, איך איך בין דיין חבר..

וואס דאס ברענגט מיר צי מיין צווייטע קאנספירעסי, אז די 2015 בומעס פון קאווע שטיבל זענען נישט קיין ווייטע קוזענס מיט די עווערעדזש 2025 קרעמל בום, די 2025 קרעמל איד איז דזשאסט א איד וואס איז דזשאסט נאט פילינג איט, קענסט אים ברענגן 20 פילמס אויף נ"ך, ער וועט ענדערש ספענדען זיין זונטאג אויף א געשמאקע דיי הארד מאווי,

איך זאג עפעס?
 
אונז זעמיר תוצאות פון קאווע שטיבל, ווען אין קאווע שטיבל האט מען אין 12'-13' געדארפט היתרים צו הערן פרויען זינגען, איז אויפגעוואקסן א דור וואס דאס איז שוין פשוט אז מ'מעג.
אונז קומען נאך קאווע שטיבל, און זענען די נעקסטע דור פון די עוואלוציע אין די היימישע ציבור.

וכן הדין ביי עניני אמונה, וואס אין קאווע שטיבל זענען געווען פון די לייבן (ווי יאיר, און אפי' לעיקוואד) וואס האבן באמת געגלייבט און פארטיידיגט די אידישע אמונה.
אונז האבן נישט אזעלכע חברה, לעצטנס האבן אונז באקומען @ריבי, אבער זיינע תגובות זענען נישט משכנע.

קוק למשל אזא תגובה פון יאיר, פון די גרעסטע קאפ שטיק אין קאווע שטיבל, ווי ער בייגט זיין קאפ צו עכטע געפילישע אידישע דיבורים, און צו אונזערע פריערדיגע גדולים, ווען ס'קומט צום ספר הזהר, כאטשיג ער אליין איז מסביר פארדעם באריכות אלע פראבלעמען פון זהר:
אזעלכע דברי הפלגה מעומק הנפש היהודי האב איך שוין יארן נישט געהערט אויפ'ן זוהר אדער אויף סיי וועלכער ספר, און איך בייג מיין קאפ דערפאר.
איך וועל זיך יעצט מצרף זיין צו שליח און מכריז זיין: פאר מיר איז גענוג אז אזעלכע ריזן ווי דער אריה"ק, ר' יהונתן אייבשיץ, רמח"ל, גר"א, רב אלישיב הראשון (בעל הלשם), בעל הסולם, און @שליח האבן אזוי געוויסט און משיג געווען.
ומה אעשה שעונותי גרמו שלא זכיתי להיות במחיצתם.

כאטשיג לעיקוואד מאכט עס שוין אוועק דארט, עיי"ש
 
לעצט רעדאגירט:
אונז זעמיר תוצאות פון קאווע שטיבל, ווען אין קאווע שטיבל האט מען אין 12'-13' געדארפט היתרים צו הערן פרויען זינגען, איז אויפגעוואקסן א דור וואס דאס איז שוין פשוט אז מ'מעג.
אונז קומען נאך קאווע שטיבל, און זענען די נעקסטע דור פון די עוואלוציע אין די היימישע ציבור.

וכן הדין ביי עניני אמונה, וואס אין קאווע שטיבל זענען געווען פון די לייבן (ווי יאיר, און אפי' לעיקוואד) וואס האבן באמת געגלייבט און פארטיידיגט די אידישע אמונה, אזא תגובה פון יאיר.
אונז האבן נישט אזעלכע חברה, לעצטנס האבן אונז באקומען @ריבי, אבער זיינע תגובות זענען נישט משכנע.

קוק למשל אזא תגובה פון יאיר, פון די גרעסטע קאפ שטיק אין קאווע שטיבל, ווי ער בייגט זיין קאפ צו עכטע געפילישע אידישע דיבורים, און צו אונזערע פריערדיגע גדולים, ווען ס'קומט צום ספר הזהר, כאטשיג ער אליין איז מסביר פארדעם באריכות אלע פראבלעמען פון זהר:


כאטשיג לעיקוואד מאכט עס שוין אוועק דארט, עיי"ש
איז יאיר נישט סארקאסטיש?
 
אונז זעמיר תוצאות פון קאווע שטיבל, ווען אין קאווע שטיבל האט מען אין 12'-13' געדארפט היתרים צו הערן פרויען זינגען, איז אויפגעוואקסן א דור וואס דאס איז שוין פשוט אז מ'מעג.
אונז קומען נאך קאווע שטיבל, און זענען די נעקסטע דור פון די עוואלוציע אין די היימישע ציבור.
איך ציטער צי טראכטן וואס ביי מיינע קינדער גייט זיין פשוט..:cry:
(אפשר דעיס אליין אז זיי גייען נישט ציטערן וואס ביי זייערע קינדער גייט זיין פשוט :cool:, they will not give a damn )
 
וואס דאס ברענגט מיר צי מיין צווייטע קאנספירעסי, אז די 2015 בומעס פון קאווע שטיבל זענען נישט קיין ווייטע קוזענס מיט די עווערעדזש 2025 קרעמל בום, די 2025 קרעמל איד איז דזשאסט א איד וואס איז דזשאסט נאט פילינג איט, קענסט אים ברענגן 20 פילמס אויף נ"ך, ער וועט ענדערש ספענדען זיין זונטאג אויף א געשמאקע דיי הארד מאווי,
איך ווייס גראדע נישט וועלכע איך גלייך ענדערש, ס'איז דזשאסט מיין שנעל אפשאציגע אבזערוועישען..

אבער דאס איז אמאל זיכער אז מ'קען דא ניצן מער תורה טרייע אידן, ס'וועט מאכן די פלאץ דא מער לעבעדיג, אין קאלערפול.. ס'וועט מאכן אלע טויטע שרייבערס צירוק לעבעדיג.

די שאלה איז צי ס'איז בכלל דא היינט ציטאגס אזא קלייענט טעל, ממה נפשך, די מענטשן וואס זענען פולי אין די סיסטעם, פארמאכט פון די גאס, אין האבן א שטרענגע פילטער, איז קרעמל טריפה, אין פון די אנדערע זייט, אויב איינער שרייבט אויף קרעמל מיינט דאך עס אז ער איז קאלט צי די גאנצע אידישקייט, ווייל איך גלייב נישט אז דורך ספיקות אין אמונה איז ער אנגעקומען צי קרעמל, אפשר א מיעוט.

סא, ווי טרעפט מען דעי מענטש וואס אידישקייט איז קליפ אין קלאר ביי אים, אין ער זאל אין די זעלבע צייט אויך זיין וויליג צי שרייבן אויף קרעמל?
 
וכן הדין ביי עניני אמונה, וואס אין קאווע שטיבל זענען געווען פון די לייבן (ווי יאיר, און אפי' לעיקוואד) וואס האבן באמת געגלייבט און פארטיידיגט די אידישע אמונה, אזא תגובה פון יאיר.
דאס טריי איך ארויסציברענגן, וויפיל אידן פון קרעמל אינטערעסירט זיי צי די אייבערשטער האט געגעבן זיין תורה אויפן בארג סיני צי אויפן אייפעל טאור, אין צי די וועלט שטייט 6000 יאר צי טריליען יאר, ווי העפלט עס מיר אין מיין טאג טעגליכע לעבן, געב מיר א גוטן מאווי אין פארטיג..
 
איך ווייס גראדע נישט וועלכע איך גלייך ענדערש, ס'איז דזשאסט מיין שנעל אפשאציגע אבזערוועישען..

אבער דאס איז אמאל זיכער אז מ'קען דא ניצן מער תורה טרייע אידן, ס'וועט מאכן די פלאץ דא מער לעבעדיג, אין קאלערפול.. ס'וועט מאכן אלע טויטע שרייבערס צירוק לעבעדיג.

די שאלה איז צי ס'איז בכלל דא היינט ציטאגס אזא קלייענט טעל, ממה נפשך, די מענטשן וואס זענען פולי אין די סיסטעם, פארמאכט פון די גאס, אין האבן א שטרענגע פילטער, איז קרעמל טריפה, אין פון די אנדערע זייט, אויב איינער שרייבט אויף קרעמל מיינט דאך עס אז ער איז קאלט צי די גאנצע אידישקייט, ווייל איך גלייב נישט אז דורך ספיקות אין אמונה איז ער אנגעקומען צי קרעמל, אפשר א מיעוט.

סא, ווי טרעפט מען דעי מענטש וואס אידישקייט איז קליפ אין קלאר ביי אים, אין ער זאל אין די זעלבע צייט אויך זיין וויליג צי שרייבן אויף קרעמל?
דאס האט אויך מיט די פילטערס, דעמאלטס האבן נאכנישט די פילטערס געבלאקט קאווע שטיבל.
 
דאס טריי איך ארויסציברענגן, וויפיל אידן פון קרעמל אינטערעסירט זיי צי די אייבערשטער האט געגעבן זיין תורה אויפן בארג סיני צי אויפן אייפעל טאור, אין צי די וועלט שטייט 6000 יאר צי טריליען יאר, ווי העפלט עס מיר אין מיין טאג טעגליכע לעבן, געב מיר א גוטן מאווי אין פארטיג..
100% די פארצייטישע באם האט דיר געקענט מסביר זיין פארוואס ער טוט עס אדער טוט נישט. האסט זיך אנגעהויבן טענהן מיט אים האט ער דיר אריינגעווארפן פופציג קשיות דיר לאזענדיג שטיין און זיך פארענפערן. די היינטיגע באם - קודם טוט ער נישט אויס זיין קאפל, פארקערט ער האט נאך די גרעסטע שטריימל.. - הייבסט אים אן פרעגן פארוואס פארווען, ענטפערט ער דזשאסט קאט די קרעפ.. נעקסט.. ווילסט אריינגיין טיפער שרייט ער לאמיכאפ..
 
דאס טריי איך ארויסציברענגן, וויפיל אידן פון קרעמל אינטערעסירט זיי צי די אייבערשטער האט געגעבן זיין תורה אויפן בארג סיני צי אויפן אייפעל טאור, אין צי די וועלט שטייט 6000 יאר צי טריליען יאר, ווי העפלט עס מיר אין מיין טאג טעגליכע לעבן, געב מיר א גוטן מאווי אין פארטיג..
איך קען נאר שרייבן פון מיין קוקווינקל...., קרעמל האט אסאך חלקים ציטיילט ציווישן ידיעות, טיפס, און געדאנקען, מ'קען זאגן אז די חלק פון טיפ'ס, זיך ארויסהעלפן , אויסשמועסן, איש את רעהו יעזרו, איז עס אמבעליעוועבל!!!! א נחת!!! אויך די חלק פון געדאנקן און רעיונות איז מוראדיג, צום באלעקן, אבער יא די חלק פון וויסנשאפט איז דעפענעטלי דא א לעק, געב א קוק אין 'היסטוריע' שנירלעך.... אגב הנ"ל איז לגבי נייעס, (לכאורה איז עס ווייל נישט דאס איז די אייגנארטיגקייט פון קרעמל,) ס'קוקט אויס ווי די עולם דא איז נישט אזוי אינטערסירט (איך פערזענליך האב די לעצטע צייט געשריבן אין שנירל 'שיטות גדו"י לגבי ציונות, און פון די רעאקציע ראטע קוקט אויס ווי קיינער טרעט בכלל נישט אריין דארט....)
פון ליינען אשכולות פון קאווע שטיבל נאכן פארמאכן קוקט מיר אויס אז די חילוק אין אידישקייט איז, דער וואס איז מוחה אויף קאנטערווישאל זאכן, וואס איז נישט דא אין קרעמל, (אפשר טאקע וועגן די פילטערס....)
אבער לא אלמן ישראל, עס גייט נאך פון קרעמל ארויסקומען הערליכע פירות!!!!
looking forward!!!!!
 
דאס טריי איך ארויסציברענגן, וויפיל אידן פון קרעמל אינטערעסירט זיי צי די אייבערשטער האט געגעבן זיין תורה אויפן בארג סיני צי אויפן אייפעל טאור, אין צי די וועלט שטייט 6000 יאר צי טריליען יאר, ווי העפלט עס מיר אין מיין טאג טעגליכע לעבן, געב מיר א גוטן מאווי אין פארטיג..
אינאמתן קען טאקע זיין דאס איז די ציהל מעיקרא. קודם ארויסהאקן די אמונות טפילות וואס שטערן צו נעמען דאס אייגענע לעבן אין די הענט אריין אזוי אז נאכדעם זאל מען בעסער קענען ענדזשויען לייף.
 
דאס טריי איך ארויסצוברענגען, וויפיל אידן פון קרעמל אינטערעסירט זיי צי די אייבערשטער האט געגעבן זיין תורה אויפן בארג סיני צי אויפן אייפעל טאוער, און צי די וועלט שטייט 6000 יאר צי טריליאן יאר, ווי העלפט עס מיר אין מיין טאג טעגליכע לעבן, געב מיר א גוטן מאווי און פארטיג..
דאס איז גראדע יא א פלא, אויב עס איז וואהר!
ווייל איז דען דער עולם אין קרעמל אנדערש פון אויפגעקלערטע צווישן די אומות העולם, בכל גוייהם ללשונותיהם, אשכנז, ריפת ותורגמה, וואס דער פאקט איז אז דער מעמד הר סיני און צעהן געבאטן זענען א סובזשעקט וואס איז תופס מקום במחשבה דבור מעשה? אזש כאטש עס איז נישט דא קיין קלארקייט אויף דעם מקום המעמד, א טייל זאגן אין די סיני, און אנדערע ווייזן א מקום אין סעודיה, איז דא א אנטוויקלטע טוריזם אינדוסטרי אויף די סודזשעסטעט פלעצער, וואס די אינטערעסע פון די כלליות'דיגע מענטשהייט ווייזט אז מעמד הר סיני איז א רעלעוואנטע ענין, אפילו אין די דיגי'טאל וועלט, ווייל דאס איז א נאטורליכער כח וואס איז אין מוח און אין הארץ, צו פארשן "מאין באת", פון ווי קומט מען דא, און דער מעמד קומט דאס קלעריפייען ווען ער זאגט "אשר הוצאתיך", און נישט "אשר בראתיך", ווייל ער רעדט צו א געוויסע טייל פון מענטשהייט, ווייל זיי זענען ספעשל, און לויט די תלמוד, האט זיך פון דא אנגעהויבן די אנטיסעמיטיזם אלץ דזשעלעסי און קנאה, וואס עפעס דוקא פאר זיי, פארוואס נישט פאר די גאנצע מענטשהייט (סיני, שמשם ירדה שנאה).

לויט די היינטיגע פארשטאנד און באגריף איז דאס באמת א תמיהה, און מסתם איז דאס די סיבה פארוואס דער לעצטע רבי פון חב"ד האט אסאך גערעדט פון די שבע מצוות בני נח, און אז מען זאל עס מפרסם זיין צווישן די אומות, מיט דעם האט ער געוואלט ממתיק זיין דעם ענין אז עם ישראל איז עם הנבחר, אבער די אנדערע זענען גענוג חשוב פאר שבע מצוות, דער פראבלעם ווערט נישט געלעזט מיט דעם, ווייל למעשה קיינער לעבט נישט אין א וואקיום און זיי האבן זיך מסדר געווען רעליגיעס, יעדער לויט זייער טראדיציע און מסורה מדורות, און יעדע רעליגיע האט אין זיך די שבע מצוות, ממילא איז דער ארבעט אויף שבע מצוות פון ליובאוויטש חב"ד לבטלה.
 
ווייל למעשה קיינער לעבט נישט אין א וואקיום און זיי האבן זיך מסדר געווען רעליגיעס, יעדער לויט זייער טראדיציע און מסורה מדורות, און יעדע רעליגיע האט אין זיך די שבע מצוות.
כ'גלייך זייער דעם סטעיטמענט.
איז וואו און ווען האבן זיך די רעליגיעס און טראדיציעס אנגעהויבן? און יעדער האקט און לאכט אויף אנדערע רעליגיעס און טראדיציעס, כאילו נאר מיין איז די ריכטיגע, איז וועמענס איז למעשה אמת? איז יעדע רעליגיע אמת?
 
Back
Top