די זעלבע סיבה פארוואס ער האט זיך נישט געטראפן די פלאץ דא! פשט איז you cannot run away from yourself באט דאס איז א צווייטע שמועס
א צווייטע, אבער א וויכטיגע.
"א מענטש קען פון זיך נישט אנטלויפן" מיינט אזוי: נישט קיין וויפיל א מענטש וועט פרובירן אנטלויפן פון זיין אימאושענס, פארגאנגענהייט, אדער אייגענער אידענטיטעט, דורך טוישן לאקאציע, רילעישאנשיפס, אדער אפי' זיין ארבעט און סירקומסטענסעס, וועט ער אייביג מיט זיך מיטנעמען זיין אינטערנעל סטראגעל. ווי זאגט יענער, איך האב פרובירט צו גיין צו אן אנדערע שטאט אבער איך בין מיטגעגאנגען.
וואס דאס מיינט: דו ביסט אייביג דיין אייגענע קאמפעניאן. דו קענסט נישט אנטלויפן פון דיין אייגענע מחשבות, נישט קיין חילוק ווי, ווען, און וויאזוי. דיינע ביהעיווערס, העביטס, אדער אומ-רעסאלווד טראומא וועט מיט דיר מיטגיין פונקט ווי דיין הענט גייט מיט דיר מיט וואו דו שטימסט און וואו דו גייסט. דו האסט עס און קענסט עס נישט אראפנעמען.
אויב ביסט נישט צופרידן, ביסט ענקשאס, טראגסט זיך ארום מיט גילט, פארשעמט, וכו', וועט דיין אויסערליכע טדזשענדזש גארנישט טוהן פאר די אויבן דערמאנטע זאכן.
טו הילינג, ריפלעקשאן, און טעראפי פאר אינערליכע ווייטאג, דאן קענען זיך זאכן טוישן אָן אן אויסערליכע טויש.
עס מוז נישט זיין אז דער אינדיווידואל ליידט פון א קליניקעל מענטאל דיסארדער, אבער עס גאר געמאלן זיין.
אבער וואס איז זיכער אז ער פרובירט צו אוואוידען די קאופן מיט זיין סטראגעל און די אימאושענס פון זיינע אינערליכע הרגשים, און ער פרובירט צו אנטלויפן די פעיסינג פון אומאנגענעמע סיטואציעס.
אדער ריפיוזד ער צו פראצעסירן טראומא און פארלוסט.
עס קען זיין א סימן אז דעפרעסיע הייבט אן זיך צו נעסטן ביי איהם אינעווייניג.
טרויעריג, ליידיגקייט, אפי' נאך א אויסערליכע טזשענדזש איז אן סימפטאם. א הרגשה פון זיין געטראפן מיט זיין אייגענע אינערליכקייט קען ברענגען דעפרעסיע.
ענקזייעטי -
די אומרואיגקייט ווי אזוי מען איז, אן אינערליכע פארלוירנקייט וועט דיך אייביג נאכפאלגן, און עס איז א סימן אז ענקזייעטי נעסט זיך דערינען.
פי טי עס די, אדער גאר בארדערליין פערסאנאלעטי דיסארדער -
שטארקע אימאושענס, אידענטיטעט צומישעניש, אינערליכע טורמאויל גייט נישט אוועק פון זיך אליינס און אודאי נישט מיט אויסערליכע טויש. אפשר וועט עס גאר ערגער מאכן.
היסטארישע טראומא פירט צו א אומסטאבילע אייגענע אימעדזש, אדער גאר צו כראנישע ליידיגקייט פילינג.
עקזיסטענץ קריזיס -
זיך שפירן פארלוירן אדער דיסקאנעקטעד פון א ציהל און פערפוס. אדער נישט זיין די עכטע זיך.
עדיקשאן און קאמפולסיוו אויפפירונגען -
געווענליך אין אזא מצב, וועט די בעסטע אפשען פאר דעם ליידנדער זיך נעמען צו סובסטאנץ וואס וועט איהם הייבן אין די ספערן נישט צו שפירן די אלע הרגשים וואס ער שלעפט מיט זיך מיט. אבער דער בלאט איז דא, ער גייט נישט אין ערגעץ און וועט איהם כסדר אויפעסן.
רעקאמאנדירט הילף און עס ווירקט. אויב מען וויל.