ווער בענקט זיך צו קאווע שטיבל?

און יעצט צוריק צום נושא , נו ווער וויל מען זאל תוריק עפענען אונזער באליבטען קאווע שטיבעל?
 
און יעצט צוריק צום נושא , נו ווער וויל מען זאל תוריק עפענען אונזער באליבטען קאווע שטיבעל?
ווער נישט? די שאלה איז נאר, אויב ס'וועט זיין אזויווי ס'איז געווען.
 
איז דא איינער וואס בענקט צו פאליש?
 
פינקט יעצט שבת אדורכגעליינט א בינטל ארטיקלען פין א קובץ פין קאווע שטיבל ארטיקלן וואס איינער האט געפאוסט אין א אנדערע אשכול געשריבן דורך די גאון שש משזר.

עס איז דא אזויוויל חומר אלטע געשריבענע ווערק פין די צייטן וואס קאווע שטיבל איז אנגעגאנען, וואס די ווערט דערפון איז אומבאשרייבליך.

פין די מינוט וואס איך האב זיך באגעגענט מיט די קאווע שטיבל זייטל ביז די טראגישע ענדע, האט עס מיר צוגעגעבן אזויוויל זאפאסאן פין חומר למחשבה, גאלדענע געדאנקען, בהירות, אין סתם אינטרעסאנטע ליין מאטריאל, אויף א לעוועל שאין בדומה לו.

אין בנוגע די שרייבערס די לייבן ווי מען רופט זיי... עס איז א ווייטאג, א עכטע ווייטאג, ווי איך שטעל מיר פאר האבן רוב אויפגעהערט שרייבן וועגן פרעזענליכע סיבות, אבער כלל ישראל איז פאריתמוט אין שרייעט אויס על מי נטשנו הצאן....

מען קען אויכעט ארויסנעמען א שטארקע געדאנק די קענסט אריינלייגן כוחות אין שרייב ווערק דא אויף קרעמעל אין יארן שפעטער וועלן די צוקנופטיגע אינגע דור ליינען אין זיך דערקוויקן מיט דיין ווערק...
 
Back
Top