וואס גייט פאר אין קאווע שטיבל?

אויב מען עפענט שוין יא וואס גייט עים אן מען זאל קענען זעהן די לייקס פון יעדער מעסעדז
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אפשר אויב קאווע שטיבל ווערט געספאנסערט דורך חברא פון קרעמל זאל ער איבערגעבן די שליסלעך פאר די פריימערי ספאנסער?
 
אפשר אויב קאווע שטיבל ווערט געספאנסערט דורך חברא פון קרעמל זאל ער איבערגעבן די שליסלעך פאר די פריימערי ספאנסער?
lol
ווילסט געבן צוויי הינדערט דאלער און באקימען די סייט???
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
lol
ווילסט געבן צוויי הינדערט דאלער און באקימען די סייט???
כל הכבוד צום מנהל דארט, אבער וואס פונטקליך מאכט אים די בעה"ב דארט? צאלן צאלט ער עס נישט, רוב תוכן דארט קומט פון מענטשן וואס זענען יעצט חברי הקרעמל, פארוואס מאכט נישט קיין סענס אז די שליסלעך פון קאווע שטיבל זאל אריבערקומען צו קרעמל?

די גוטע חלק איז, אז מער וועט מען אים נישט משוגא מאכן
 
איך האב אים געאימעילט אז איך בין עס גרייט צו ספאנסערן, די ביליגערע פרייז איז $540 איך בין עס געווען גרייט צו צאלן, אבער אויב מ'עפענט מאחורי, ער ענפערט מיר: sorry, no special privileges, only zchisim l'olam haboo.

איך האב באשלאסן אז עס מאכט נישט קיין סענס צו צאלן איבער פינף הונדערט דאללער ווען ער קען זיך ווייטער טון וואס עס שמעקט אים אן פרעגן קיינעם.
איז עס $540 פאר א יאר אדער פאר די צוויי דריי יאר פאראויס וואס ער פארלאנגט?
 
מאחורי קען איך הערן פארוואס ער וויל נישט עפענען, עס איז קיינמאל נישט געווען סתם אפן פארן פאבליק. איך געדענק אמאל אז אן ארטיקל פון מאחורי איז ארומגעפארן אויף גרופעס און די שרייבער אין מאחורי האט זיך געבייזערט.
 
ער קען עס לאזן אפען פאר אלע ניקס וואס האבן מער ווי טויזנט לייקס.
 
איך בין נישט איינער וואס בייזערט זיך סתם, אבער נאך די גאנצע מעשה מיט די אנאנימעס ניקס און וויאזוי מ'האט איהם אלעס נאכגעגעבן, און דא קומט ער פלוצלינג אז ער וויל א ספאנסער.

פארוואס האט ער נישט דעמאלט געזאגט אז ער פלאנט נישט צו צאלן מער צו האוסטן?

און יעצט וויל ער ווייטער גארנישט גאראנטיען... זייער נישט ארנטליך אין מיינע אויגן. מ'דארף דן זיין לכף זכות אז ער איז אסאך אדורך און איז היבש אויסגעברענט און דאס מאכט איהם צו איגנארירן ווי וויכטיק דאס איז פאר געוויסע אידן.

די איינציגסטע לאנג טערמיניגע אפציע איז אז מ'זאל טרעפן איינער וואס איז גרייט עס איבערנעמען און איינער וואס מ'ווייסט אז מ'קען איהם טראסטן. פארשטייט זיך איינער וואס די בעל בית פון קאווע שטיבל וועט וויסן ווער ער איז און איהם געטרויען.

יעדע פאר חדשים זיך בעטן פון פריש האט נישט קיין פנים.
 
קענסט איהם זאגן אז ווי ס'האלט יעצט דארף ער שוין נישט אזא טייערע באמבאסטישע פלאן. ער קען דאון גרעידן צו א נישטיגע שעירד האוסטינג פלאן פאר א צענטל די פרייז.

@טעלעפאן אפשר קימסטו אריין קלאר ווי מ'קען האבן האוסטינג פאר פריטות אז מ'זאל קענען אפשיקען די פאר סענט און פארטיג??
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
נאך א מעסעדזש:

please let the olam know that we will not be responding to trolls or to people who want anything beyond sponsoring ks exactly as it was until now.
a claim was made that hosting can be done for a tenth of what we paid until now.
whoever wants to sponsor that for two years or more, should write us an email with a link to the exact plan he's sponsoring, along with his cc information.
it doesn't matter to us the price of the plan, as long as it is paid for for 2 years.
 
א טיפיקעל מנהל, אונז זעמיר גאר די טראולס, ער הערט אויף צאלן פעימענטס אזוי שטילערהייט נאכדעם וואס ער האט אונז געדרייט א קאפ דא צו מאכן א אפשטומונג וועגן "נעימלעס ניקס" און אונז ניקס וואס טרייען צו טרעפן א מהלך אז קאווע שטיבל זאל זיך נישט נאכאמאל צושפארן זענען טראולס.

איך זעה אז ער איז נישט איינער מיט וועם מ'קען דילען ווי א מענטש.

אויב איינער קען אריינקומען קלאר מיט א סיבה פארוואס דער מנהל פון קאווע שטיבל האלט אזוי שטארק אן די שליסלעך, און צו איינער פון דא האט א שפראך מיט אים צי אים קאנווינסען איבעצוגעבן די שליסלעך פאר א פארלעסליכע ניק אויף קרעמל ווי @בן פלא האט געזאגט.
 
@טעלעפאן אפשר קימסטו אריין קלאר ווי מ'קען האבן האוסטינג פאר פריטות אז מ'זאל קענען אפשיקען די פאר סענט און פארטיג??
Shared Hosting: Buy Shared Hosting Services | InMotion Hosting

דאס איז געווענליך די ביליגסטע אפציע. מ'קען האבן די אפציע אפי' ביליגער ביי אנדערע פירמעס אבער איבערטוישן פון איין פירמע צו א צווייטע איז א גרויסע קאפוויי.

די גרעסטע ווייטאג איז אז ס'נישטא קיינער וואס ס'איז איהם ווערט טויזנט דאלער א יאר עס צו האלטן לעבעדיג....
 
די גרעסטע ווייטאג איז אז ס'נישטא קיינער וואס ס'איז איהם ווערט טויזנט דאלער א יאר עס צו האלטן לעבעדיג....
סאיז יא דא. אבער נישט איינער וואס איז גרייט בלינדערהייט צו איבערגעבן זיין קארטל ווען ער קען עס מארגן נאכאמאל צומאכן...
 
סאררי פארן איבערהאקן, אבער איך פארשטייט נישט וואס גייט פאר
(יא, איך בין די אורח אין די קופקע...)
ווען האט זיך קאווע שטיבל צוריק געעפנט אז עס האט זיך יעצט פארמאכט??
און וואס איז געווען די זאך פון נעימלעס ניקס?
 
די אפמאך איז געווען אז קאווע שטיבל מאכט צוריק אויף נאר אויב קרעמל צענזורירט סיי וואס איבער די נעימלעס ניקים..... ממילא קען קיינער דיר נישט מסביר זיין וואס די סטארי איז.
 
Shared Hosting: Buy Shared Hosting Services | InMotion Hosting

דאס איז געווענליך די ביליגסטע אפציע. מ'קען האבן די אפציע אפי' ביליגער ביי אנדערע פירמעס אבער איבערטוישן פון איין פירמע צו א צווייטע איז א גרויסע קאפוויי.
טאקע פריטות
פארוואס דרייט מען א קאפ מיט הינדרעטע דאלארען?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top