קומזיץ 2025

איש יהודי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 11, 2024
מעסעדזשעס
118
רעאקציע ראטע
575
פונקטן
113
איך מיז איין מאל פאר אלעמאל קלאר מאכן ווי אזוי עס זעהט אויס א קומזיץ מיט א ניכטערן בליק

איך זיץ מיט א טעלער בשר, יעדע צווייטע ביסן פארט אריין צום שכן אין נאז ווייל די לעקטער מיז למען השם זיין אויסגעלאשן, מיין רעכטן שכן פעלט שוין צוויי שטים בענדער אבער ער גייט אן מיטן זינגען ווי כאילו זיין לעבן איז אין דעם געוואנדן.

פון די אנדערע זייט זיצט די מוזיק מייסטער פונעם דור, ער וועט פארשטייט זיך נישט זינגען ווי א נארמאלע מענטש, ער מאכט נאר הארמאניע, די סארט וואס מען דארף זיך לערנען מוזיק טעאריע נישט אויסצופלאצן אין א געלעכטער, זיין בן גיל זיצט אויפ'ן אנדערן זייט טיש, ער האט אפגעמאכט אז זיין תפקיד אויף דעם עולם איז צו צוברעכן די טיש, ער גייט מייסטערהאפטיג פון א 6/8 צו א 3/4 וחוזר חלילה, מיין שטיקל פלייש מיט זויער פיקל קען איך גיין אויפהייבן פון דער ערד.

פונעם אנדערן עק האבן מיר דעם קאנדאקטער מיטן בעטאן (ששש ס'איז א גאפל זאג נישט פאר קיינעם) וואס האט אונז אלע דערקלערט זיינע עבדים כנענים ביזן עלות השחר, על פיו ימהר און ווען די האנט טוט עם שוין וויי דארף מען זינגען שטאט, ער איז אויך די יעניגער וואס וועט יעדען שטעלן אויף די ווייעדיגע פיס אז ער זאל נישט זיין די איינציגסטע וואס לויפט ארום דעם טיש.

געווענליך וועט אויך זיין די סגן קאנדאקטער, ער איז דער וואס וועט אריינברענגען די וואס דארפן שוין גיין שלאפן און פרובירן זיך ארויסצושארן, די זעלבע וועט אויך אנכאפן דער שטילער בחור וואס זיין איינציגסטע באגער אין לעבן איז צו טרעפן זיין אנדערע אויער שטאפעל.

איך זיץ דא געפאנגען שוין פאר די לעצטע צוויי שעה, איך קען נישט ארויסגיין אן צוטרעטן לפּחות צוויי גראבע פינגער, די זייגער ווייזט שוין קרוב צו טאג און איך שווער מיך קומענדיגע מאל זיץ איך ביים טיר, אויב די סגן וועט לאזן פארשטייט זיך.
 
Back
Top