ר' אברהם מרדכי מלאך " יעדע חמור עפענט א פאדקעסט "

אורות

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 9, 2024
מעסעדזשעס
905
רעאקציע ראטע
2,556
פונקטן
423
איינער ווייסט וואס ער וויל דא? יעדע חמור עפענט א פאדקעסט?
סתם אזוי צו בארעדן נארמאלע ערליכע יודן, און זיי רעדן צאם שטותים, אר יו סיריעס??

איך בין שאקט. איך האב געמיינט ר' אברהם מרדכי איז בעסער ווי דעם.

VID-20251202-WA0500.mp4
 
וואס ארט דיר אז ער זאגט יעדע חמור עפנט טאקע א פאדקעסט, און זיי רעדן טאקע שטותים, און יעדע חמור רעדט אויך קעגן די פאדקעסטס.
 
וואס האט ער געזאגט ראנג?

ער זאגט נישט אז אלע פאדקעסטס זענען חמורים, נאר אז יעדע חמור עפענט א פאדקעסט, זייער גוט געזאגט,

ס'איז נישט אמת?
 
איינער ווייסט וואס ער וויל דא? יעדע חמור עפענט א פאדקעסט?
סתם אזוי צו בארעדן נארמאלע ערליכע יודן, און זיי רעדן צאם שטותים, אר יו סיריעס??

איך בין שאקט. איך האב געמיינט ר' אברהם מרדכי איז בעסער ווי דעם.

VID-20251202-WA0500.mp4
אזוי זעהט אויס ווען מ'שניידט ארויס איין נארישע פיצי חלק פון א דרשה אן אים לאזן קומען צום פאוינט
-
איך ווייס נישט וואס די פאוינט איז, אבער געווענליך זאגט ער גוט
 
אזוי זעהט אויס ווען מ'שניידט ארויס איין נארישע פיצי חלק פון א דרשה אן אים לאזן קומען צום פאוינט
-
איך ווייס נישט וואס די פאוינט איז, אבער געווענליך זאגט ער גוט
איך האב אויך אזוי גטראכט ממילה בין איך געגעאנגען קיקן דעי גאנצע דרשה און ניין דאס איז וואס ער זאגט וייזוי דו זעהסט עס
 
לעצט רעדאגירט:
אזוי זעהט אויס ווען מ'שניידט ארויס איין נארישע פיצי חלק פון א דרשה אן אים לאזן קומען צום פאוינט
-
איך ווייס נישט וואס די פאוינט איז, אבער געווענליך זאגט ער גוט
וואס הייסט קומען צום פאוינט? האלסט ס'איז א משל?

ער זאגט טאקע גוט, ער האט א זאפטיגע שפראך, אבער איך האב שוין אויך געהערט מענטשן אויף פאדקעסטס וואס רעדן גוט, מ'ווערט נישט גרויס ווען מען רייסט יענעם אראפ.
 
מיך אויך זייער געבאדערט די שפראך. האלאו? אראפרייסן מענטשן אזוי געמיין ווען יעדער ווייסט פונטקליך פון וועם דו רעדסט? ר' אברהם מרדכי פלעגט קיינמאל נישט טון אזעלכע זאכן.

חמור? סיריעסלי...
 
ניין נישט אז ס'איז א משל
נאר ברענגן א שטיקל פון א דרשה וואס איז לכאורה געווען א גוטע דרשה און ער האט געזאגט איין נארישע קאממענט מיינט גארנישט
 
ניין נישט אז ס'איז א משל
נאר ברענגן א שטיקל פון א דרשה וואס איז לכאורה געווען א גוטע דרשה און ער האט געזאגט איין נארישע קאממענט מיינט גארנישט
פארוואס נישט? אויב ער וואלט בארעדט דיין טאטע אין דעי "איין נארישע קאמענט" כלשונך וואלט עס אויך געווען גארנישט?
 
מיך אויך זייער געבאדערט די שפראך. האלאו? אראפרייסן מענטשן אזוי געמיין ווען יעדער ווייסט פונטקליך פון וועם דו רעדסט? ר' אברהם מרדכי פלעגט קיינמאל נישט טון אזעלכע זאכן.

חמור? סיריעסלי...
💯

חמור איז פשוט אן אומריכטיגע און געמיינע ווארט צו נוצען.
 
מיר באדערט די מערסטע צו זעהן און וועלכע דיירעקשאן די סיסטם פארט, ר' אברהם מרדכי איז געווען באקאנט פאר אזא געשמאקער ליביראלער מענטש דירעקט נישט קיין עקסטערמיסט און דא ווערט ער מיר אן עקסטערמיסט...
 
ס'איז זייער פשוט וואס באדערט איהם. ער פלעגט זיין דער איינציגסטער גוטזאגער וואס קליפס פון זיינע זשאוקס פלעגן ארומפארן וויירעל. יעצט האט ער קאמפעטישן מיט קליפס פון פאדקעסטס וואס פארן ארום מער וויירעל. ער האט פארלוירן די אויבערהאנט און ס'באדערט איהם.
 
עס באדערט עים אז מען רופט עים נישט ארויף
 
און יעדע קיה האלט א דרשה
 
וואס האט ער געזאגט ראנג?

ער זאגט נישט אז אלע פאדקעסטס זענען חמורים, נאר אז יעדע חמור עפענט א פאדקעסט, זייער גוט געזאגט,

ס'איז נישט אמת?
ס'איז זייער אמת. נישט אז אלע פאדקעסטערס זענען חמורים, נאר אז יעדער וואס האט א פאון ווערט א גאנצער גוט זאגער. איך האב אליינס מיטגעהאלטן ווי איינער פון די משוגעים וואס האבן טויזענטער פאללאוערס האבן ארויסגעפליקט עפעס א מעסעדזש - עפעס וואס איז מיר געווען נוגע - וואס איז געווען שקר וכזב, און מענטשן זענען מיר נאכדעם געקומען עס איבערזאגן אלס פאקט... און איך האב מיך אפילו נישט געקענט טענ'ן, ס'איז געווען מיין ווארט (וואס איך בין אינוואלוו און איך קען די גאנצע זאך) קעגען יענעם שוטה פון וואלד.
 
ר' אברהם מרדכי (וועם איך בין מחשיב פאר זיין טאלאנט און ווארימקייט) קען נישט עפענען א פאדקעסט.
די זאכן וואס ער אפפערט ווערן פארקויפט דורך א האק אויפ'ן שטענדער, א שאקל אין א ניגון און א מעכטיגע הלצה.
פאדקעסטס פארלאנגען קאהערענט שמועסן אין מענטשליכע שפראך (רחמנא ליצלן!), עפעס וואס היימישע ערליכע אידן קענען זיך נישט ערלויבן.
 
Back
Top