ר' אברהם מרדכי מלאך: "יעדע חמור עפנט א פאדקעסט"

מענדי פעפערקארן רעדט צאם שטותים? יונתן שווארץ רעדט צאם שטותים?
שמואלי אונגאר איז א חמור? שלומי זייענץ איז א חמור? Struggle podcast איז א חמור ?
 
לעצט רעדאגירט:
מענדי פעפערקארן רעדט צאם שטותים? יונתן שווארץ רעדט צאם שטותים?
שמואלי אונגאר איז א חמור? שלומי זייענץ איז א חמור? אלי וועבער איז א חמור?
גערעכט, נישט אלעס ח"ו, איך מאך נישט אלעס אזוי גלאט אוועק,
ר' אברהם מרדכי אויך נישט,
אבער נישט מיר נישט דיר, האלב פאדקעסטס וואס זענען אינדרויסן קענען זיך רואיג פארמאכן, קיינער וועט נישט וויינען נאך זיי,
 
מענדי פעפערקארן רעדט צאם שטותים? יונתן שווארץ רעדט צאם שטותים?
שמואלי אונגאר איז א חמור? שלומי זייענץ איז א חמור? אלי וועבער איז א חמור?
קענסט רואיג אראפנעמען די קוועסטשאן מארקס און איבערליינען בניחותא

נישט אז מ'מעג זאגן ברבים אז זיי זענען חמורים, און נישט אז הרב מלאך רעדט יא עפעס מורא'דיגע תוכן, אבער אים צאלט מען גרויס געלט פאר זיינע דרשות, משא"כ רוב פון די וואס דו רעכנסט אויס דא וואלט מען נישט געלאזט אפי' אויפטרעטן ביי א שבע ברכות בחינם
 
💯

חמור איז פשוט אן אומריכטיגע און געמיינע ווארט צו נוצען.
אויב איינער הערט איהם אויס אסאך גייט ער קענען זאגן צי איך בין גערעכט...
דאכט זיך מיר אז 'חמור' איז א טיטל וואס איז רגיל על לשונו במקום 'אורח' און ער האט דייקא נישט געמיינט די 'געמיינקייט' פון די ווארט ווי די הערסט עס...
און איך מיין ער איז נישט אזוי אףף....
 
וואס האט ער געזאגט ראנג?

ער זאגט נישט אז אלע פאדקעסטס זענען חמורים, נאר אז יעדע חמור עפענט א פאדקעסט, זייער גוט געזאגט,

ס'איז נישט אמת?
עקזעקטלי, די צוויי בלעטער ווי יעדער רעגט זיך האט נאך קיינער נישט דעיס אפגעפרעגט.
 
פאר סאם ריזען, אלע בדחנים, מאכן חוזק/ליצנות פון פאדקעסט'ס. נישט נאר מלאך, און נישט נאר ביי קרבתנו.

זאל די סיבה זיין ווייל זיי שפירן זיך באדראעט אויף א געוויסע אופן, צו ווייל זיי שפירן זיך לעפט אויט, צו פשוט ווייל דעיס איז די לעיטעסט טרענד בויט דזשאוקס אויף דעים אזוי ווי ווי בשעתם אונגערישע, שוויגערס, חזנים, יעדע תקופה האט זיך געהאט זיין אינדערסטרי וואס איז געווען די ציל ברעט פון די לצים.
 
די אמת איז אז די אלע שמיעסן אויף קול מבשר קען פונקט אזוי ווערן גערופן א פאדקעסט. ווייל סאיז נישט אויף יוטיוב הייסט עס נישט פאדקעסט?

סא וועלוועל שמעלצער איז אויך א חמור...
 
אמאל איז עס געווען קול מבשר, יעצט איז עס פאדקעסט. די נקודה איז נישט איבער וואס זיי האַקן, די נקודה איז פארוואס זיי האַקן דערויף, זיי באדערט אז מ'הערט זיי נישט אויס. פינטל.

ווען קול מבשר האט זיך געעפנט און טעכניש אוועקגעשלעפט די היימישע עולם פונעם טריפה'נעם ראדיא, וואלסטו געמיינט אז די רבנים וועלן דאס אוודאי שטיצן און שעצן, למעשה? זענען זיי די וואס האבן גע'אסר'ט און אראפגעריסן וכו'.

די סיבה איז א פשוט'ע, זיי ווילן מ'זאל זיי אויסהערן. אמאל האט מען צום דינער גערופן ר' אברהם מרדכי מלאך, היינט מאכט מען א לייוו פאדקעסט. נו, זאל דאס אים נישט באדערן?

איך וויל סתם זאגן, איך גראדע גלייך הרב מלאך, ער איז בכלל נישט קיין עקסטרעמיסט. אנדערש איז דא, ווי זיין שפראך איז א ווילדן.
די פאקט אז ער קען רעדן פון די פאדקעסט איידיע, ווייזט אז ער איז אפן. אמער, די אלע פאדקעסטער זענען דאך אויפ'ן אינטערנעט, עכ"פ די ארגינעלע פלאץ דערפאר.

דער אלגעמיינער רבי ווייסט נישט וויאזוי אנצוגרייפן די פאדקעסט שגעון, די אינטערנעט איז דאך גע'אסר'ט!
 
וואס האט ער געזאגט ראנג?

ער זאגט נישט אז אלע פאדקעסטס זענען חמורים, נאר אז יעדע חמור עפענט א פאדקעסט, זייער גוט געזאגט,

ס'איז נישט אמת?
עקזעקטלי, די צוויי בלעטער ווי יעדער רעגט זיך האט נאך קיינער נישט דעיס אפגעפרעגט.
ס'פשוט פעקטשאלי נישט אמת, איך קען גענוג חמורים וואס האב נישט קיין פאדקעסט...
 
ווער איז מענדי פעפערקארן?
די איד וואס איז מעורר איבער אינוועסטן אין די ספ500
(ארי'ס פאטער איז זיינס א קוזין, ביידע פון זיי זענען ווייט פון זיין חמורים און זיכער רעדן נישט קיין שטותים, אבער איך וואלט געווען סופרייזד אויב אונזערע רבנים וואלטן זיך 'נישט' דערשראקן פון ארי'ן וחבריו, סך הכל ווייזט עס אז זיי זענען אויף די ריכטיגע טרעק...)
 
ס'איז מיר אינטרעסאנט ווייל איך האב געמיינט אז איך בין די איינציגסטע וואס האט נישט געגליכן די קליפ, יעצט זעה איך אז ס'דא נאך מענטשן וואס האלטן ווי מיר


אנרופן א מענטש חמור, איז זייער דיסריספעקטפול, עס ווייזט אז דו האלסט אז דו ביסט די זאך, דו ביסט קלוג געלונגען, סוקסעספול, און נאך דעם זענען דא אזעלכע חמור who cares about them, they are nothing, זענען חמורים געמאכט צו שלעפן אונזערע פעקלעך, ווער איז ער צו רעדן אפילו...

מ'דארף רעספעקטירן יעדעם איינעם, יעדער האט זיינע אייגענארטיגקייטן וואס ער גיט צו צו די וועלט, נישט קיין חילוק ווי קלוג אדער נאריש ער איז.

יעצט, איינער וואס האט א פאדקעסט - אויב האט ער נישט קיין צוהערער, וואס גייט דיך אן? אויב האט ער יא, איז איינע פון די 2: אדער גלייכן עס מענטשן צו הערן, אויב אזוי וואס פארפירסטו? אדער איז פשוט נישט דא עפעס אנדערש, איז אויך נישט דא וואס צו פארפירן, נאר שטעל דו צו אינטערעסאנטע אינטערטעינמענט.
 
איינער האט די פאדקעסט פון אברהם'ס חמור, און בלעם'ס אייזל און משיח'ס אייזל.
 
איינער געדענקט די פייט פון ר' אברהם מרדכי מיט יואלי ראטה?
 
Back
Top