איך דריי זיך נישט אסך דא לעצטנס (זייער פארנומען) ממילא קען איך נישט וואוטן וועגן שארפקייט אדער נישט שארפקייט,
אבער אזויפיל וויל איך ארויסברענגען אז ס׳געווען זייער א ווארימע אטמאספער דא באלד פון אנפאנג און איך האב זיך מחי׳ געווען יעדעס מאל וואס כ׳האב דא אריינגעטרעטן. חברים זענען געווען מלא גוטהארציגקייט און ארויסגעהאלפן איינע דעם צווייטן און ס׳האט זיך געפילט ווי איך האב נייע משפחה-קרובים.
@כוכבים האט מיטגעטיילט זיין פערזענליכע איבערלעבענישן אין די ביזנעס וועלט און אנדערע האבן מוסיף געווען,
@שעפטאל האט מיטגעטיילט ניגונים און ס׳האט זיך געגאסן ליבשאפט
@אפענער האט געפאוסט גוטע לינקס פון קאווע שטיבל ז״ל און אסך האבן זיך אריינגעלייגט ארויסצוהעלפן איינע די צווייטע מיט א זעלטענע געטריישאפט צו פארגרינגערן פאר א איד דאס לעבן (זיי מיר מוחל אויב כ׳האב אויסגעלאזט נאך אסך געטרייע contributors ווער ס׳געדענקט נאָך זאל זיך ביטע אנרופן און קען אוודאי צולייגן דא אין די קאָמענטס)
איך זאג ״געווען״ נישט ווייל ס׳אינגאנצן פארשווינדן חלילה, נאר ווייל ס׳טאקע גרעסער געווארן דאס פלאץ און שטייטצעך די טשעלענדשעס ווערן גרעסער אויך- ווי מ׳קען ערווארטן
איך וויל נאר מחזק זיין דעם עולם נישט צו פארגעסן אז אסך פארפלאגטע אנשי שלומינו קומען דא אריין אין קרעמל פאר א שטיקל חיות אין א געדריקטע מצב, אדער זיך צו דערפרישן נאך א לאנגע שווערע טאג אדער וואָך, אבער וואס מ׳לייגט אריין קען מען גרינגער ארויסנעמען. און יעדער פון אונז קען זיך משתתף זיין אין מאכן דאס פלאץ א ווארימע welcoming פלאץ וואו מ׳איז מכבד איינע די אנדערע און ס׳איז א נחת דא אריינצוקומען