רעדן שארף

וואס האט זיך לעצטנס געטוישט אז מ'זעט עס מער אפט?

  • ס'נישטא קיין "מנהל" אין קרעמל, סאו דערעולם נעמט אליין קעיר פון זיך

    Votes: 0 0.0%
  • די שמועסן זענען געווארן ערענסטער און ווי א שיטה און מלחמה וועגן די איידיעלאגיע

    Votes: 5 25.0%
  • ס'אלץ געווען, האסט זיך אפשר פיינעלי אויפגעכאפט פון דיין שלאף

    Votes: 1 5.0%
  • שעפעלע קיינער איז נישט שארף, דיין צינג איז דיר אפגעברענט און אלעס שפירט זיך שארף

    Votes: 5 25.0%
  • הער אויף מאכן וואוטס אויף שטותים און הייב אהן ארבטן זונטאג אויך

    Votes: 3 15.0%
  • מ'איז מער באקוועם איינער מיטן צווייטן סאו מ'נעמט זיך נישט אזוי ערענסט

    Votes: 6 30.0%
  • עפעס אנדערש (שרייב אינעם שנירל)

    Votes: 3 15.0%

  • Total voters
    20
  • Poll closed .

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
796
רעאקציע ראטע
6,675
לעצטענס ווערן דעבאטעס אין קרעמל אביסל מער שארף, כאילו מטענהט זיך ווער איז די נער אין מקוה...

אלץ א צוקוקער איז עס זיס, ווילאנג קיינער שרייבט נישט שארף צו מיר...
 
איך ווייס נישט פונקטליך צו וואס דו באציסט דיך (אפשר צו מיינע טענה'רייען מיט @טעלעפאן?! :) ), איך מיין אז וואטעווער דו זעסט איז פשוט ווייל קרעמל איז שוין אביסל געוואקסן, די עולם און די טראפיק איז גרעסער, אטאמאטיש קומען ארויף מער סארט נושאים און טענה'רייען.
ס'האט זיכער אויך מיט דעם פאקט אז די מנהלים זענען זייער וועלקאמינג און לויז מיט צענזורירן..
 
איך דריי זיך נישט אסך דא לעצטנס (זייער פארנומען) ממילא קען איך נישט וואוטן וועגן שארפקייט אדער נישט שארפקייט,
אבער אזויפיל וויל איך ארויסברענגען אז ס׳געווען זייער א ווארימע אטמאספער דא באלד פון אנפאנג און איך האב זיך מחי׳ געווען יעדעס מאל וואס כ׳האב דא אריינגעטרעטן. חברים זענען געווען מלא גוטהארציגקייט און ארויסגעהאלפן איינע דעם צווייטן און ס׳האט זיך געפילט ווי איך האב נייע משפחה-קרובים.
@כוכבים האט מיטגעטיילט זיין פערזענליכע איבערלעבענישן אין די ביזנעס וועלט און אנדערע האבן מוסיף געווען, @שעפטאל האט מיטגעטיילט ניגונים און ס׳האט זיך געגאסן ליבשאפט @אפענער האט געפאוסט גוטע לינקס פון קאווע שטיבל ז״ל און אסך האבן זיך אריינגעלייגט ארויסצוהעלפן איינע די צווייטע מיט א זעלטענע געטריישאפט צו פארגרינגערן פאר א איד דאס לעבן (זיי מיר מוחל אויב כ׳האב אויסגעלאזט נאך אסך געטרייע contributors ווער ס׳געדענקט נאָך זאל זיך ביטע אנרופן און קען אוודאי צולייגן דא אין די קאָמענטס)

איך זאג ״געווען״ נישט ווייל ס׳אינגאנצן פארשווינדן חלילה, נאר ווייל ס׳טאקע גרעסער געווארן דאס פלאץ און שטייטצעך די טשעלענדשעס ווערן גרעסער אויך- ווי מ׳קען ערווארטן

איך וויל נאר מחזק זיין דעם עולם נישט צו פארגעסן אז אסך פארפלאגטע אנשי שלומינו קומען דא אריין אין קרעמל פאר א שטיקל חיות אין א געדריקטע מצב, אדער זיך צו דערפרישן נאך א לאנגע שווערע טאג אדער וואָך, אבער וואס מ׳לייגט אריין קען מען גרינגער ארויסנעמען. און יעדער פון אונז קען זיך משתתף זיין אין מאכן דאס פלאץ א ווארימע welcoming פלאץ וואו מ׳איז מכבד איינע די אנדערע און ס׳איז א נחת דא אריינצוקומען
 
Back
Top