גענומען פון דאגדולי הרבנים אין ניו יאָרק קומען ארויס מיט שארפע ווערטער ביי די שובבי"ם שיעורים, אין איינקלאנג מיטן לעצט ערשינענעם קול קורא איבער געוויסע מחריבי הדת
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
גענומען פון דאגדולי הרבנים אין ניו יאָרק קומען ארויס מיט שארפע ווערטער ביי די שובבי"ם שיעורים, אין איינקלאנג מיטן לעצט ערשינענעם קול קורא איבער געוויסע מחריבי הדת
גדולי הרבנים אין ניו יאָרק קומען ארויס מיט שארפע ווערטער ביי די שובבי"ם שיעורים, אין איינקלאנג מיטן לעצט ערשינענעם קול קורא איבער געוויסע מחריבי הדת.
עס איז געהערט געווארן קלארע ווערטער פון כ"ק הגה"צ המפורסם ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד בד"ץ דחסידי סקווירא, ודומ"ץ סקווירא מאנטריאל, ווען ער האט זיך אפגעשטעלט אינמיטן דעם שובבי"ם שיעור און ארומגערעדט איבער די גרויסע פארזיכטיגקייט וועלכע מען דארף האבן ווען מען פרעגט אן שאלות ביי רבנים, ווייל בעוה"ר איז אונזער דור נפרץ מיט אזעלכע שלא הגיעו להוראה, און זענען מתיר אלע מיני איסורים, אפי' אזעלכע וועלכע גרעניצן זיך מיט איסורי כריתות. דעריבער ליגט א פליכט אויף יעדן איד צו גיין אנפרעגן שאלות דייקא ביי די רבנים און מורי הוראה וועלכע גייען בדרכם של רבותינו הק' מצוקי ארץ, אן משנה זיין קיין זיז כל שהוא פונעם דרך המסורה, און נויגן נישט אפ אפי' פונעם קוצו של יו"ד פון די פסקים וואס ווערן דערמאנט אין שו"ע.
ווי אויך איז אין ב"פ געהערט געווארן די וויכטיגע דיבורים דורך הגה"צ ר' בנימין זאב פליישער שליט"א וויזניצער דיין פון ב"פ במעמד כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ב"פ שליט"א און א ציבור פון הונדערטער אידן, ווען די לעצטע 15 מינוט פונעם שיעור איז געווען געווידמעט צו רעדן איבער דעם נושא. דער חשוב'ער וויזשניצער דיין שליט“א האט זיך באצויגן צום ערשינענעם קול קורא וואס צווישן אנדערע איז אויך געשטאנען דארט איבער די איסורי כריתות וועלכע דער פערזאן טוט מתיר זיין, און אזויווי דער דיין שליט"א איז באקאנט אין אזעלכע פעלער וואס האט זיך אפגעשפילט און אזעלכע היתרים וואס ער האט מיטגעהאלטן פון נאנטע עדות און אייגענע פראקטיק, האט ער זיך אריינגעלאזט אין די פרטים.
אנהויב דעם שיעור האט ער פארציילט אז ער פערזענליך האט אנגערופן איינע פון די וועלכע האבן מתיר געווען חמורות שבחמורות ממש, וואס עס איז אפילו נישטא דערין קיין ספיקות מיט ליצנות'דיגע און רעפארמער התירים. ער האט יענעם אנגערופן און פארגעווארפן היתכן ער טוט אזעלכע זאכן מתיר זיין, די אינהאלט פון יענעמ'ס אנטווארט איז געווען אז: ער טוט זיך מוסר נפש זיין פאר אידן'ס וועגן. האט אים דער דיין געענטפערט אז ער דארף זיך מוסר נפש זיין נישט מכשיל צו זיין ח"ו מיט איסורי כריתות רח"ל. אזוי אויך האט ער דערמאנט אז אויב ח"ו מען וועט עס צולאזן און לאזן די זאכן לויפן, וועט מען דארפן מאכן ח"ו א טיילונג ביים חרדי'שן אידענטום.
ביים ענדע פונעם שיעור האט ער ארומגערעדט איבער א פערטל שעה איבער דעם ברענענדיגן נושא, און צווישן אנדערע האט ער ארויסגעברענגט אז עס איז א ווייטאג אז מען דארף צו ערליכע אידן רעדן איבער אזעלכע נושאים, און ער האט אנגעהויבן מיטן באוואוסטן מאמר פון רבן יוחנן 'אוי לי אם אומר אוי לי אם לא אומר'. דערנאך האט ער ארומגערעדט איבער וואס די מדת הדין האט געזאגט ביי די פרשה פון 'פלגש בגבעה': 'על כבוד בשר ודם מחיתם ועל כבודי לא מחיתם', און ער האט דערצו צוגעלייגט אז דא איז נישטא קיין ברירה און מען מוז זאגן און משמיע זיין דעם דבר אמת. עס איז נישט בא'טעמ'ט און נישט פאפולער צו רעדן דערפון, עס איז אסאך בא'טעמ'טער צו זאגן אז יעדער איז גוט, און דאס וועט יעדער עקסעפטן, און זיך פרייען דערמיט. עס איז פאפולער צו זאגן אז עס איז אלעס פיין און וואויל. דערנאך האט ער ארומגערעדט וואס דער פסוק זאגט 'שמש ירח עמד זבולה'.. און אפגעטייטשט דעם פסוק אז אויפן חשבון פון כבוד שמים קען מען נישט באהאלטן דעם אמת. דערנאך האט ער געזאגט אז כל זמן הגה"ק מרן אדמו"ר מוויזניץ זצוק"ל איז נאך געווען מיט אונז, זענען נאך די אלע פירצות געווען פארהאלטניסמעסיג באהאלטן, אבער זייט ער איז נסתלק געווארן זענען שוידערליכע פירצות אין די יסודות הדת – אין צוגאב צו וואס עס איז געטון געווארן במחשך מעשיהם, האט מען אנגעהויבן צו געבן די סארט הוראות אויך ברבים.
דער וויזשינצער דיין שליט“א האט אויך ערקלערט אז עס קען זיין אז בשרשם האבן זיי געוואלט העלפן דעם ציבור, אבער למעשה זענען זיי ווייט פארקראכן. דער דיין האט אויך געגעבן צו פארשטיין אז די שלחן ערוך אין או"ח און יו"ד וועלכע די פערזאנען רייסן אויס, זענען יסודות הדת וואס מען האט אלעמאל געוואוסט אז עס זענען נוגע פאר יעדן איד, און מען קען נישט פון די זאכן משנה זיין, ווי די צוואה פונעם הייליגן חת“ס, 'יש לנו אב זקן לא נשתנה ולא ישתנה'.
ווי אויך איז געהערט געווארן אין מאנסי פייערדיגע ווערטער פון הגה"צ ר' יחיאל שטיינמעץ שליט"א, דיין בק"ק וויזניץ במאנסי ואב"ד דק"ק ניקלשבורג, ווי ער האט ביי די קביעות'דיגע שיעורי ימי השובבי"ם ארומגערעדט איבער די עניינים העומדים על הפרק, און האט אנגעהויבן מיטן 'הן עם לבדד ישכון', און ארויסגעברענגט די נקודה פונעם 'עם הנבחר', די יסודות און גדרים וואס די תוה“ק האט אונז אראפגעשטעלט, בפרט אין די ענינים און הלכות. דערנאך האט ער זיך באפאסט צו דעם פארשוין וואס ווערט דערמאנט אינעם קול קורא, און געזאגט אז ער האט גענומען צוויי סימנים אין שו“ע און עס אויסגעריסן, און אראפגעווארפן דעם גאנצן עול פון וואס עס שטייט ארויס אין שו“ע, און דאס איז איינע פון די סימנים פון א איד, וואס זענען 'ביישנים רחמנים וגומלי חסדים', ביישנים דאס איז די מדה פונעם איד, ער מוז לעבן מיט בושה און מען טאר נישט אוועקווארפן פון זיך די בושה, און דער פערשוין האט אריינגעברענגט אינעם דור דעם מציאות אז עס עקזיסטירט מער נישט קיין בושה, און עס אראפגעווארפן אויפן ערד. ער האט מיט ווייטאג געזאגט אז ער קען נישט מפרט זיין וואס מען הערט פון זיין מויל רח“ל. ער האט אראפגענומען די בושה פון א מענטש.
דער דיין האט ערקלערט אז מען קויפט נישט אפ די שטוב אויב מען ווארפט צו א קידושין רינגל, אויב גייט מען צו מיט א תורה'דיגן מהלך און מען פאלגט אויס די ציוויים פונעם שו“ע, מען טוט וואס די תורה הייסט בקדושה ובטהרה, דאן איז מען רעספעקטירט אין שטוב, און מען ווערט ארויפגעקוקט. און אויב ח“ו פארקערט, פארלירט מען דעם גאנצן רעספעקט, מען פארלירט די שטוב און עס ווערט די גרעסטע פראבלעמען. און אויסער דעם וואס מען איז קיין איד נישט אין אזא פאל, איז אפילו בגשמיות מאכט עס אלע חורבנות. דער דיין האט אויך ציטירט דברי חז“ל וועלכע דער פארשוין איז מתיר, און די הארבקייט וואס שטייט אין חז“ל דערויף. ער האט פארגעווארפן אז מען וועט טרעפן תירוצים אויף יעדע זאך. דער דיין האט אויסגערופן אז זיי ווילן האבן דעם גאנצן עוה“ז, אבער חז“ל לערנען אונז דאס פארקערטע, ציטירנדיג די ווערטער פון די הייליגע חכמים, אז דאס ברענגט פונקט פארקערט מען זאל אויך נישט האבן קיין עוה“ז.
דער דיין האט אויסגעפירט אז דער מציאות האט געוויזן אז ווען מען האט זיך אריינגעלאזט אין פראבלעמען און געמיינט אז מען וועט נאכגעבן דעם יצה“ר, האט נישט נאר נישט געהאלפן אפצושטעלן דעם יצה“ר, נאר אדרבה עס איז נאר פארגרעסערט און פארערגערט געווארן, 'ומבקש לימודו ואינו מוצא'. דערנאך האט ער ארויסגעברענגען אז מען לעבט ווי א בהמה, נידריגער ווי די בהמה פונעם דזשונגעל אין אפריקע, א איד מוז וויסן אז מען דארף לעבן בקדושה ובטהרה.
דער דיין האט אויך אנגערירט די נקודה אז עס קען גאר זיין אז עס איז א טייל פונעם טומאת ההשכלה, ווען אין יעדן דור איז געקומען פרישע נסיונות און יצרים, ווי די השכלה, ציונות אא“וו. און ווער ווייסט אויב דא רעדט זיך נישט פון א נייעם כת נוסח השכלה, און מען ציעט דערין אריין מענטשן רח"ל.ער האט אויך ארויסגעברענגט אז בס“ד איז מען יעצט ארויסגעקומען מיט קלארע דיבורים וואס האט שוין אויפגעטון אויף למעשה אן א שיעור, אויסער אין אמעריקא איז דער פערשוין פארשריגן געווארן דורך רבנים אויך אין אייראפע און אנדערע מקומות, און אידן וועקן זיך אויף אז עס איז א קרומע וועג, און געפאדערט אז די זאכן דארפן זיך שוין אפשטעלן.
כ'קען שוין קוים ווארטן דערויף!
דער דיין האט אויך אנגערירט די נקודה אז עס קען גאר זיין אז עס איז א טייל פונעם טומאת ההשכלה, ווען אין יעדן דור איז געקומען פרישע נסיונות און יצרים, ווי די השכלה, ציונות אא“וו. און ווער ווייסט אויב דא רעדט זיך נישט פון א נייעם כת נוסח השכלה,
אבער צענדליגע רבנים וואס האבן געחתמ'ט אנטקעגן אים, און אים אנגערופן מיט געוויסע אומבטעמ'טע לשונות, זיי ווייסן יא אז ער גייט קעגן הלכה.הגאון ר’ שמואל ניימאן, וועט קיינמאל נישט גיין אקעגן די הלכה לויט ווי איך קען איהם
דו דערמאנסט מיך פון הרב טייכטאהל הי"ד א תלמיד פונעם מנחת אלעזר. שרייבט ער זיין אם הבנים שמחה און באוויינט דארט די מהלך וויאזוי מ'האט געשאפן חתימות קעגן די ציונים, קעגן די פרייע און קעגן אלעס וואס האט געהאט צוטוהן מיט ציונות און ארץ ישראל, שרייבט ער דארט אז ער אליין האט עס מיטגעהאלטן זייענדיג א תלמיד פונעם מנח"א און אליין א קנאי פאר דעם קריג, איינעם איז בייגעפאלן עפעס אן עוולה איז מען געגאנגן צו איין רב ארויסגעריקט א חתימה, און פון דארט און ווייטער צו שאפן אנדערע חתימות איז שוין בכלל נישט געווען שווער ווייל דער פונעם נעקסטן דארף/שטעטל האט געזעהן א חתימה פונעם רב/רבי פון זיין שכינות האט ער יענעם געשטעלט אויף די חזקה אז יענער רב/רבי אידאך אן עהרליכער און אז יענער האט אינטערגעשריבן מן הסתם ווייסט יענער וואס ער רעדט, נו על איך אויך אינטערשרייבן.אבער צענדליגע רבנים וואס האבן געחתמ'ט אנטקעגן אים, און אים אנגערופן מיט געוויסע אומבטעמ'טע לשונות, זיי ווייסן יא אז ער גייט קעגן הלכה.
סארי איך וויל נישט טאטשן דיין אינאסענס, אדרבה אויב שפירסטו סיקיורט מיט רבנים/רבי'ס דאן כל הכבוד. כ'האב נאר צוגעברענגט צוויי פעלער וואו רבנים/רבי'ס האבן אינטערגעשריבן ווייל יענער האט אינטערגעשריבןאיך האב ציטרוי אין רבנים, זיי ווייסן וואס ס'טוט זיך און פון זייער זייט אלס רבנים זעען זיי די פראבלעם סאך גרעסער ווי אונז
ווען איין אדער צוויי רבנים זעען א פראבלעם און דו קומסט מיר זאגן אז זיי האבן זיך טועה געווען, קען איך הערן, אבער דא רעדט מען פון אלע רבנים!
מסתם אזעלכע איסורי כריתות וואס אלע דיינים זענען מקיל טעגליךווייסט איינער וואס פונקטליך ער האט מקיל געווען אין חייבי כריתות וואס האט געברענגט די בייז בלוט?
זיי ווייסן וויאזוי הלכה ארבעט?אבער צענדליגע רבנים וואס האבן געחתמ'ט אנטקעגן אים, און אים אנגערופן מיט געוויסע אומבטעמ'טע לשונות, זיי ווייסן יא אז ער גייט קעגן הלכה.
ווער דען?
דורכ'ן שבת איז מיר בייגעפאלן פון וועלכע חייבי כריתות זיי רעדן, פון די מיני עבירות וועלכע ברענגט צו, צו ווערן פארשניטן פון די קאמיוניטיווייסט איינער וואס פונקטליך ער האט מקיל געווען אין חייבי כריתות וואס האט געברענגט די בייז בלוט?
Brilliantדורכ'ן שבת איז מיר בייגעפאלן פון וועלכע חייבי כריתות זיי רעדן, פון די מיני עבירות וועלכע ברענגט צו, צו ווערן פארשניטן פון די קאמיוניטי
געוואלדיג!דורכ'ן שבת איז מיר בייגעפאלן פון וועלכע חייבי כריתות זיי רעדן, פון די מיני עבירות וועלכע ברענגט צו, צו ווערן פארשניטן פון די קאמיוניטי
Wow א בריליאנטענע אויפפאסונגאיך האב שוין לאנג געטראכט אז לויט די ליטערארישע טייטש שטימט מער צו זאגן אז די אריגינעלע באדייט פון כרת האט געמיינט דאס ארויסווארפן פונעם סיסטעם (צום ווייניגסטענס אין טייל פעלער);
ונכרתה הנפש ההיא מעמיה
ונכרתה הנפש ההיא מעדת ישראל
ונכרתה הנפש ההיא מקרב ישראל
אזוי ווי אסאך אנדערע זאכן האבן חז"ל און אויך שפעטעריגע חכמים ארויסגענומען זאכן פון פשוטע אפטייטש