ערשטער פראגע בויגן! ענטפערט אין די מאסן!!!

קהילה חדשה

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 17, 2025
מעסעדזשעס
5
רעאקציע ראטע
74
פונקטן
13
פתח דבר

ברוכים הבאים אלע טייערע חשוב׳ע ידידים - אונז האבן מיר געהאט א וויברירנדער אנהייב. אראפ לאזן די אבני יסוד אויף די גרונד איז געקומען מיט יגיעה רבה, אבער וואס טוט מען נישט פאר א היים, און דאס איז בלויז די אנהייב, א סך א סך ארבייט שטייט פאר אונז, זאל עס זיין אין א מזל׳דיגער שעה און זאל אונזער ארבייט שלאגן גוטע און ווייטע ווארצלען.

מיר האבן ערהאלטן א שלל שיינע הערות און ערמיטונגען, א פריידיגע סימן אז דער עולם איז דערביי און אז דער עולם קוקט ארויס בכליון עניים אויף ווייטערדיגע אנטוויקלענגען אין אונזער פראיעקט. דערמיט ווילן מיר ארויס ברענגען אונזער שעצענג צו די חשוב׳ע ערשטע אימעיל שיקערס, אייערע אימעילס ווערן גענומען מיטן גרעסטן ערנסטקייט. איר זענט די רוקן ביין פונעם פראיעקט. זייט אונז מוחל וואס מיר ענטפערן נישט פערזענליך. מיר וועלן אייערע הצעות איבערטייטשן אין פראגן, וועלעכע וועלן ערשיינען אין לויף פון די קומענדיגע חדשים, (וועגן אייערע רעפרענצן וועלן מיר זיך פארבינדן מיט אייך ווען דער באדן וועט זיין גרייט). און מיר מוטיגן די איבעריגע, אל תמנע טוב מבעליו, לאזט אייך הערן אינעם אימעיל! לויט אייערע רעיונות און הצעות פארמירן זיך די פראגע בויגנס.

און דערמיט גרייטן מיר זיך צו עפענען די טויערן צו א סעזאן אין וועלעכן מיר רעכענען יעדער סוף וואך צו באהאנדלען אן אנדער נושא באשר די אבני יסוד פון אונזער קהילה/באוועגונג, וואס דער עולם מיט זייערע תשובות וועלן אונז העלפן מלבן צו א בעסערער און בעסערער קוואלטעט.

פאלגט נאך די קומענדיגער מודעה בקרוב
 
לעצט רעדאגירט:
בואו ברוכי השם!!! מיט דעם עפענען מיר דעם ערשט וואכעדיגן פראגע בויגן פלאטפארמע.

פאלגנד זענען אנווייזונגען וויאזוי די פראגע בויגן׳ס וועלן ארבעטן:

די פראגע בויגנס זענען נישט אויסגעשטעלט באופן פון מאלטיפל טשויסעס, א טשעק אויף יוצא צו זיין, נאר באופן עס זאל פאדערן מלתא בטעמא, און פראקטישער וויזיע. דאס טוען מיר כדי צו פארשטערקערן די טשאנסן אז אייער אויסוואהל איז געבויט על אדני יסוד און אז מיר קריגן ארויס די בעסטע פון אייערע פרי מחשבתכם, א מיינונג וואס טראגט געוויכט און אחריות.

דערפאר וועט אייער אויסוואהל באשטעטיגט ווערן דורך אפשרייבן א שטיקל מגילה, צוטיילט אין דריי אויספילונג פעלדער, ווי פאלגנד:
  1. פארוואס איז דאס א גוטער אויסוואהל? (דוגמא פאר ענטפערס: ס׳זעהט אויס די מערסט אויספירבאר ווייל… ! ס׳זעהט אויס אממעסטנס פאסיג פאר אונזער עולם ווייל… ! עס אדרעסירט אמבעסטנס די סיבות פארוואס מיר ווילן שאפן דעם באוועגונג…).
  2. גיב א קירצע שטאפל נאך שטאפל פלאן ווי עס קען אויסגעפירט ווערן פראקטיש.
  3. וויאזוי זעהט איר אייער אייסוואהל אין א ווייטערדיגער עתיד? (צ.ב.ש. קענט איר ניצן די פאלגענדע קריטעריען פאר א שטאנהאפטיגע ארגאניזאציע: ראטירונג, מאטיוואציע, וואוקס).
אייערע ענטפערס דארפן געשיקט ווערן צו אונזער אימעיל, געשריבן לויט די דריי געפאדערטע פעלדער בכתב. געדענקט, מיר ליינען נישט קיין קאמענטארן דא, בלויז געשיקטע אימעילס לויט די פארשריפטן.

אייערע תשובות וועלן צאמגענומען ווערן ווי די תבואה פונעם עומר. און מיטן גרעסטן רעספעקט קאמפרעסט ווערן אין אנציקלאפעדיע שפראך ווי ציגל אין א בנין, תשובות מיט ענדליכע תוכן וועלן איידל צונויפגעפלאכטן ווערן מיט שפירן פון די ארגינעלע נואנסן, דאס טוען מיר כדי דער עולם זאל קענען זעהן יעדם׳ס תשובה בשפה ברורה קירץ און שארף קלירין לעניים.. געדענקט, בלויז תשובות וועלעכע קומען נאך די געפאדערטע קריטעריע וועלן ארויף געלייגט ווערן אין פובליק.

די ענדגילטיגע ריכוז פון תשובות אויף יעדער פראגע בויגן רעכנט זיך צו פארענפנטליך ווערן וועכנטליך אנגעהויבן פיר וואכן אריין אין דעם פראגע בויגן סעזאן, דאס הייסט יעדער פראגע בויגן מיט זיין נושא קריגט פיר וואכן צייט פאר ענטפערס.

אייער קול וועט געהערט ווערן, שפילן א שליסל ראלע אין די אבני יסוד, און איר וועט זיין צופרידן. גרייט אייך אין וועג אריין

פאלגט נאך א קומענדיגער מודעה בקרוב
 
לעצט רעדאגירט:
טרעטן מיר צו צום ערשטן פראגע אין די סעריע: פון די פארשידענע ערשטע קאמענטארן וואס מיר האבן ערהאלטן שטעלט זיך ארויס אז עס וואלט געווען נישט מער ווי רעכט אז דער סאמע ערשטער נושא זאל באהאנדלען דער יסודות׳דיגער פראגע: ״ווער זענען מיר אלץ א פאראייניגטער קהילה?״. (מיר האבן געשריבן אין איילעניש, ווייל מיר האבן געוואלט אניאגן דאס צו ארויף שטעלן היינט פרייטאג, ואתכם הסליחה פאר טייל אומגעשלייפטע שורות דא).

שאלה פון דער וואך:

ווער זענען מיר?

1. לייכטע חסידים (Hasidic light)!

הסבר:
וואס עס פאראייניגט אונז איז דער פאקט אז מיר זענען חסידים אדער שטאמען פון חסידים, נאר דארפן מער ספעיס ווי דער טיפישער פאלגזאמער חסיד, מיר טראכטן ברייט, מיר ערלויבן זיך ארויס גיין פון די אפעציעלע גדרים און השקפות, מיר טאלערירן א פיל ברייטערער רעינדזש פון פרומקייט.

וואס דאס מיינט פאר אונז פראקטיש גערעדט:
אונזערע יסודות זענען די זעלבע ווי די היימישע יסודות נאר אויף א פיל לייכטערער פארנעם, פשוט א מער באקוועמערער און צוגענגליכער צוגאנג. דאס וועט מיינען בויגזאמקייט אין ענינים וואס אונזערע עולם איז דש בעקיביו, אזויווי לבוש,

דאס מיינט אז מיר זענען נישט:
סתם קאלטע אפיקורסים, סתם lose faith fluent אן א באזיס.

2. א אוניווערסיאלער סופארט גרופע

הסבר:
הגם אונזער בעיסליין איז אידן פון היימישן אפשטאם, איז אונזער צענטער-פונקט דער גלאבאלער רעיון פון מענטשליכע בליאונג, מיר זעהן זיך אוניווערסאל אין מהות. אונזער שלאג ווארט איז: מיר האבן נישט קיין שום אגענדע און ציל, מער, ווי נעמען מענטשן אן קיין ציל און זיי ברענגען דעם ציל!!!

וויאזוי דרוקט זיך עס אויס פראקטיש:
אלע סארט השקפות און אפילו גלויבנס ווערן טאלערירט כל זמן עס דינט אונזער ציל, נאר היות ס׳איז א אידיש רעדנדע גרופע דארף עס רעספעקטירן די יסודות פון אירע עטנישע געוואוינהייטן.

מיר זענען נישט:
בלינדע שבטישע ריטואל פראקטיצירערס וואס קענען נישט ארויס קריכן פון זייער נעסט, און פארנאכלעסיגט און פארזעהט דעם טיפער נפשיתדיגע וואוילזיין, די וועלט איז ברייטער פון שטעטעלישע ריטואלן.

3. ניאו משכילים

הסבר:
אונזער צענטער-פונקט איז ״השכלה״, דהיינו שקידה אין ספרי חכמה וספרי קדמונינו מיט אן איטעלקטואלער בליק -ווייל מיר קאנעקטן צו אונזער פאלקס חי הרוח, דברי חכמים וחכמה פון אונזערע פארגייער, ווייל אונזערע ספרים זענען אונז נאנט צום הארץ, אונזער בלעינקעט, מיר איינערקענען דאס רוח חיים וואס זיי גיבן. אונז זעמער א גרופע וואו בעלי מחשבה און אינטעליגענץ טרעפן א זיכערער ווינקל, א אפענער אידענטיפיקאציע, מיט די עלעמענטן פון א קהילה לעבן.

וואס דאס מיינט פראקטיש גערעדט:
מיר לערנען, פילעווען זיך, גיבן לעקציעס, אין ספרי מחשבה, ימי עולם, פאלקלאר, פון דא קאנעקט מען, און דאס איז אונזער היים פון וואו מיר פארברייטערן אונזער ידועות אויך אויף ארויס.

וואס מיר זענען נישט:
הידעניסטישע גראביאנען אן קולטוריעזע פארפליכטונגען; גלייכגילטיג און אפגעפרעמדט צו אונזער דורות לאנגער חי רוח און אוצר הספרים.

4. שלומי אמוני ישראל מיט א שיטא פון קירוב

הסבר:
אונזער יסוד איז א דרך אין עבודת השם, פונקט ווי די הייליגסטע אידן אין די שיכטן, נאר אונז האבן מיר א מהלך געבויט אויף אילנות גדולים אז לא ידח ממנו נידח, בדומה צו חב״ד, אדער אנדערע וואס טוען אין קירוב אן ערווארטונגען ווי הרב שנעבאלג, כי אנשים אחים אנחנו, א אידיש קינד איז נישט קיין ראזשינקע.

וויאזוי עס פאררופט זיך פראקטיש:
מיר רירן זיך נישט אן הוראת הרבנים, אדער בירור הלכה על בריו, אונזערע בתי מדרשים, מוסדות, פארט אך ורק על דרך ישראל סבא, נאר בהוראת גדולי ישראל נעמט אונזער דרך אריין א פארשטאנד און סענסיווקייט צו א מער יוצא דופן׳דיגע שיכט פון אידישע נשמות.

וואס מיר זענען נישט:
א גרופע פורקי עול וואס בויט זיך אן אייגענער אידישקייט און אידאלאגיע לויט די אייגענע בויך

5. לאווערס

הסבר:
אידישקייט צו נישט, אהבה איז די יסוד, מיר האגן, מיר ליבן דאס מענטשהייט, טאלערירן אלץ, ווייל כולנו בני איש אחד, מיר זענען אלע א טייל פון דעם הייליגן ספיסיס וואס הייסט הומאן ביאינג, געגועים איז אונזער טאג טעגליכער געשפרעך.

וויאזוי עס פארופט זיך פראקטיש:
שפעקולאציעס זענען איבריג, מיט ליבע קומט מען אן ווייט, מיט אהבה וועט מען אלץ געווינען

וואס מיר זענען נישט:
מענטשן מיט טויזנט חומות המובדלים, דזשאדזשמענט ווי אן איבערגעיוירענער טייג, עשרה יוחסין פון פסולים, מיט חשבונות גג על גג אין שפיץ פון א פיוריסטישער אליטע, לאז די ווארימע וויבראציע באנעמעם דיינע גלידער און זאכן וועלן געשעהן.

6. ספירוטיאליסטן

הסבר:
הגם וואס אונזער לוח השנה גייט לויט אונזער רעליגיעזע געוואוינהייטן זענען מיר איבער אלעמען ספיריטואליסטן. אונזער צענטער-פונקט איז ״קאנעקשן״, א כסדר׳דיגער פארבינדונג מיט א טיפער דימענסיע. א מצב פון השתפכות, דביקות און אלצדינג ״טריפי״. דאס קען זיין אין פארעם פון מזרח׳דיגע יאגא ווי ״אינער ווארק״ און ״סעלף ריאלייזעישן״, אדער אין פארעם פון שאמאנישע ריטואלן, און באן פייערן. אז ספר יצירה, זוהר און חסידות האט וואס צו פארקויפן אין דעם פעלד, בי מיי געסט, און אפשר אויך ethical spirituality ווי נאווהארדאק, דער עיקר מען איז אויף א קאנסטענט טריפ. אונזער גלויבונגס נערוו איז פיטער ווייעך, מיר גלויבן אין אלצדינג, מיר קאנעקטן צו אלצדינג גייסטליך, פון היימישע סגולות ביז שאמאנישע עבודה זרות.

וואס מיר זענען נישט:
אפטייט ראציאנאליסטן, השקפה חברה, און אבסעסיווע הלכה׳יסטן וועלעכע מוזן הרג׳ענען יעדעס ביסל לחלוחית מיט זמנים און הלכה קאודס.

7. פארביסענע שונאי הדת

הסבר:
מיר האבן געזעהן וואס א רשעות דת קען ברענגען און דאס איז אונזער פאוקוס, ראטעווען אונזערע חברה אוועק צושטיין פון די חברה און פון זייערע גיפטיגע מהלכים און אנהייבן לעבן א ציוויליזירטער לעבן

אין פראקטישן אויסדרוק:
מיר פירן זיך אידיש מיט א שטארק רעפארמירנדער גייסט, מיר זענען נישט דערקעגן דאס אנבאלאנגען זיך צו אונזער אפשטאם, אבער אלץ וואס רירט אן דת און חרדיזם, הס מלהזכיר, מיר זענען בשיטה דערקעגן. בנוסף טוען מיר געבן לעקציעס דעם עולם אויפצוקלערן די שעדליכקייט פון דת, די היפאקריטיע פון רבנים, און די טפשות אין זייערע ספרים און מנהגים, כדי עס זאל אונז אונזער עולם זיין גרינגער זיך צו באפרייען פון דעם איינגעבוירענעם מחשבה נעץ.

וואס מיר זענען נישט:
רעליגיעז; אפילו ברידערליך מיטן חרדישן געמיינדע.

8. א געמיש פון עטליכע אדער אלע אויבנדערמאנטע

פארמיר דיין אייגענער הייבריט.

9. עפעס אנדערש אינגאנצן

לאז דיך הערן

אונזער אימעיל אדרעס איז:
[email protected]
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top