ארטיסטן אין די קהילה

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
738
רעאקציע ראטע
1,966
פונקטן
223
איך האב באמערקט אז פון צווישן אלע מינע ארטיסטן, טרעפן זיך "שרייבער" דאס ווייניגסטע דאס אָרט אינצווישן די היימישע חרדישע קהילה אדער קהילות. רעד איך נישט פון סופרים תורניים; אויך רעד איך נישט פון שרייבערס וועלכע זענען מסכים זיך צענזורירן (דער בלאט, מאמענט) וואס לדעתי זענען דיע נישט עכטע ארטיסטן. איך רעד יעצט פון אלגעמיינע שרייבערס וועלכע גלייכן צו שרייבן איבער א רעינדזש פון נושאים איינגעשלאסן דברי חול.

למשל זינגערס, אפילו גאר מיט א גויאישן אווירה, טרעפן זיך שוין דאס פלאץ ביי אונז מער פון צוויי דעקעידס - א דור. למשל אנגעפאנגען מיט מיכאל, ליפא (פאר די גאר היימישע), שוועקי, ישי לפידות און בכלל דער מיאמי בּויס דזשאנרע.

מעלער און פעינטערס, אויך שוין 15, 20 יאר, מיט אזעלכע ווי וקסברגר, גדי פאללאק און די אלע קינדער קומיקס למיניהם. אפילו די משניותער און גמרות מיט די פאנני פיקטשערס (בבא מציעא לדוג') גייען אריין אין דעם כלל. הגם ס'וואלט סענס געמאכט אז פאר מעלער און פעינטער וואלט נאך שווערער געווען דאס ווערן אנגענומען ווי שרייבער היות זיי זענען אזוי וויזשואַל און דא מעגן זיי נישט מאַלעווען אדער פארבן אפילו א צורת אשה.

עקטערס האסטו די שלמה פערל פלעיס און שפעטער צירקוסען. דער פון חב"ד אין אר"י וואס פלעגט מאכן היימישע מאוויס (קאנטאניסטן). לעסט לעף און נאך אפאר קאמפאניס בדומה לזה, געדענק איך איז שוין געווען צובאקומען אויף די איזראעלי מארקעט 20, 30 יאר צוריק. פון גל פז און אנדערע.
היינט שוין דא אן אמעריקאנע פלעטבוש ווערסיע. געדענק איך איינמאל האב איך געוואטשט עפעס א מאווי וועגן דאקטורים וואס טשארדזשן צופיהל פאר אן אפעראציע - אן איבערמאכונג (אדער פלאיגאריזם) פון דענזל וואשינגטאנ'ס John Q מאווי. נאכדעם איז דא מנשה לוסטיג ועוד.

בילדער מאכערס און צילומים האסטו שוין פון 'דער בליק' אויסגאבע צייטן ווען זיי האבן געלייגט פיקטשערס פון רעבעס אין די בּעק. און נאכדעם כל העולם כולו און היינט אלע חאזעריי, נאכגעמאכט פון אים.

ווידאו האסטו שיזולי און בחצרות (סאמטינג לייק דעט האט עס געהייסן). אויך בחדרי. אפילו חיימאו האט א פלאץ.

פּאָדקעסטס איז שוין דא עי דײַם א דאזן.

עסן, איז דא א געוואלד. באמת קומט דאס די ערשטע פון די ליסט. :D

ס'איז מסתמא דא נאך סארט וואס כ'האב נאכנישט אויסגערעכנט. ווי שניצער, סקולפוטרירער, בדחנים\קאמידיענס און טאנצער.

אבער פארוואס זענען שרייבער, ספעציעל אין אידיש, די לעצטע אין די קיוּ? נאר אין 'כוואליעס' מעגן זיי לופטערן זייערע מיינונגען און מקריב זיין זייערער ארטווערק; איז עס אמת מיין אָבּזערוואַציע? איך וויל פארשטיין פארוואס? קומטס אריין מיט הסברים ביטע?
 
לעצט רעדאגירט:
אוי האסטו צוגערירט א נושא, יאפ איך טראג מיר שוין ארום די מחשבה זינט איך בין 14 יאר אלט.

דאס קומט מסתם צוליב ארטיסטן זענען געווענליך קעגנערס - קאנטראריענס, טייל פון זיין אן ארטיסט איז צו טשאלענדזשן די סטאטוס קווא, צו זאל עס זיין שלמה פערל מיט אויעפענען אידישע ענטערטעינמענט, צו שרייבן א בוך אויף א טעמע וואס קיינער האט זיך נאכנישט דערוואגט, צו זאל עס זיין ליפא שמעלצער וואס האט אריינגעברענגט די געדאנק אז א אידיש ליד מוז נישט זיין געבינדן צו ספירוטאלע "שבת איז שיין" "אוי רבש"ע זאל שוין זיין די גאולה" נאר געזונגען איבער וועלטליכע זאכן ווי לעבן פאר יענעם, די וועלט לויפט נאך געלט ביזן טויט, א קאווע איז א געמיש פון הייס קאלט, ביטער זיס, טרוקן נאס, גיין אויף א דייעט, אויסידי פון דעלוזיעס "דמיונות" ליריקס וואס גייען אריין אין א genre פון וועלטליכע פאלקסישע אדער פאפ מוזיק.

דאס קאכט אראפ צו א גרעסערע pandora's box אדער קאנע פון ווערים אז נערדס, טיפע טראכטער און דענקער, אפילו יונה לאנדא אדער יונה ראפאפארט, ווער רעדט נאך מענטשן וואס זייער אריאנטאציע טשאלענדזשט נארמאטיווטי ווי קוויר קולטור, זענען אין א אלטרא רעכטע קאמיוניטי ממש באטראכט ווי וואנזיניגע פון אפריקע און נישט נאר מ'קוקט זיי אראפ, נאר זייער גאנצע אידענטיטי איז א פראגע צייכן וויבאלד זיי זענען "נישט אין ליניע" פון די פארגרוילטע binary thinking וואס אמעריקע ליידט אויף דעם סתם אזוי און איז הונדערט מאל אמפליפייד אין די חרדישע קארידארן.

שרייבערס? איך וואלט געזאגט עס איז נישט אינגאנצן אמת און אויך נישט אינגאנצן פאלש, שמעון ראלניצקי האט יארן געהאט א פלאטפארמע וואס ער האט יא געלופטערט אסאך פון זיינע אמת'ע מיינונגען פון ץוואס די שרייבער פון די שורות איז היבש נשפע געווארן, די בלאט האט געהאט הערשל פריעדמאן, און די צייטונג אברהם פריעדמאן, אין א וועג האבן זיי יא געהאט א פלאטפארמע, ווייל אין זייער דזשענערעישן איז די גאנצע קאנצעפט פון ביינערי טינקינג אויף אזוי ווייט אז א אידיאט ווי א ראדיקאליסט ישעי ווייס זאגט שוין היינט אז א איד וואס איז א לינקער איז א רשע, האט קיינמאל נישט פארנומען קיין פלאץ ביי זיי... נאר ס'איז געווען א נארמאלע באלאנס. אבער, זיי האבן געצאלט א פרייז, שמעון האט מען אין די קולט שיער נישט געקענסלט און ער האט זיך געראטוועט, וויבאלד ער האט געהאט רובאשקין ארטיקלען (אויב געדענק איך גוט די צייטן) און ער האט זיך געקענט עטוואס דיפענדן אז ער זיין טאלאנט באשטייט נישט נאר פון באריכטן ווי שטארק ער האלט פון אבאמא... אבער היינט אבער איז טאקע אן אנדערע וועלט און ער ציטערט צו רעדן א ווארט... ער דארף דאך שוין באלד טוהן שידוכאאם... און די אויפגעקלערטע, אפילו די צענטער רעכטע וואס גייען נישט נאך אלעס מאגגאאאהה קענען ווערן בוזי מבוזה און ארויסגעווארפן פון שוהל'ן פארן אויסדריקן זייערע מיינונגען.

ביי עקטערס קענסטו דאס זייער אנזעהן, חיים יודל האפמאן וואס האט אמאל געעקט טראכט עס היינט איבער זיבעציג מאל, ס'פאסט שוין נישט און דירעקטארס סטרוגלען צו טרעפן טאלאנטן וואס זאלן אנהאלטן, וויבאלד ווען ס'קומט די שידוכים איז ערווארטעט א מידלייף קרייסיס און מ'ציטערט וויאזוי דער אנדערער מחותן וועט דזשאדזשן.

אונטערשטע שורה, מ'רעספעקטירט נישט דייווערסיטי! עס האט נישט מיט ארט צוטוהן עס האט מיט די פארמאכקייט בככליות. וויבאלד צו זיין א ליפא שמעלצער, צו דו ביזט א פען צו נישט, מוז מען איינזעהן אז עס נעמט א גאר אויפגעקלערטע מוח צו טוהן געוואגטע שריט צו זיין וואס ער איז, און אויב איז ער לאקי וועט מען אין 30 אדער 80 יאר פון יעצט איינזעהן אז ער איז טאקע געווען ahead of its time און גערעכט, אבער דאס צו שעצן און טאלערירן נעמט כאטש אפאר פראצענט פון די אפענע ארטיסטישע מוח.
 
לעצט רעדאגירט:
אויב מעג איך א טראפעלע פארקריכן: מיינד יו, פלעיס האט אמאל נישט געהאט דעם אקצעפטירונג, און אין די ערשטע 10-15 יאר איז עס געווען א ביליגע פארגרעבטע זאך, כ'האב אמאל געזעהן א ספר וואס האט צאמגענומען אלע קול קורא'ס און אין די 90ס פלעגט התאחדות הרבנים ארויסגעבן איסורים וויבאלד שלמה פערל פלעגט אוועקגעבן זיצן אין ברוקלין קאלעדזש פאר פרויען, אויבן אויף די מעזענין און די באלקאני, ביז די זיידענע העמעדל איז עס נאך אנגעגאנגען, ער האט געטענה'ט אז ער מאכט עס פאר ערוואקסענע און נישט פאר קינדער און בחורים, איך האב דורכגעלעבט די טשעינדש, אין מיינע צייטן א פלעי האט מען געדארפט פילן גילטי צו גיין ווייל די מנהל גייט דיר פארהאלטן און אפילו שלאגן, וואס הייסט ביזט געגאנגען צו א געאסר'טע זאך, ווער רעדט נאך אז עפעס א שייגעץ א אויסווארף ליפא שמעלצער גייט שפילן פאר פרויען...

עטליכע פלעיס וואס זענען דעמאלטס געמאכט געווארן פאר די גאס האט מען נאך נישט אפיצעל געלאזט יונגווארג גיין וויבאלד די הנהלות אליין האבן דאס נישט געזעהן פאסיג פאר קינדער. און ווער פון אונז זענען געגאנגען האבן זיך געהאלטן דאס מויל. איך געדענק ווי נעכטן ווי מיינע מנהלים פלעגן אראפרייסן פאר אונז די גאנצע עוויר, און די לצנות און אז ס'איז אזוי נישט גוט פאר די קאפ און מ'קען נישט לערנען נאדכדעם...

גיי זיי מסביר פאר א בחור'ל היינט וואס דאס מיינט אפילו... און וויפיל זיי נעמען עס פאר גרענטעד. ווען היינט איז ממש פארקערט, די עלטערן טוען א טובה פאר די קינדער אז זיי גייען אויך ווייל אסאך פון זיי האבן ממש נישט די געדולד און עס רעדט נישט צו זיי, נישט ווי די 90ס פריע 2000ס די זאך האט שיער נישט, נישט סורווייד


אויך, גיי זיי זיי מסביר אז אמאל האט א קינד זיך פארהערט א פרק משניות צו קענען "מיטקומען" צו א פלעי, אויב מ'וועט אויך זיין וואויל... עס איז נישט געווען פאר זיי! א פלעי היינט איז א קינדערישע נארישע סורקיס פון די לעצטע קומזיץ ניגונים וואס יעדער האט שוין אויסגעדראשן און ווערט כמו קאנצערט, מיט אפאר cheesy lines יא עס האט דראמא אהין און אהער איך מאך עס נישט אוועק, איך מאך אוועק אבער אז ס'איז שוין נישט וואס א פלעי אין די קאנטעקסט פון אן ארט פארמאט איז.

דאס אז זעמל קען ארויפקומען און מאכן א ביט פון שפילן ווי ער מאכט צונאר פון א צווייטער און ציט אים אראפ די הויזן און ער איז עס אליין, רעדן געדעכט, חוזק מאכן פון מענטשן וואס קענען נישט קיין גוטע ענגליש, חוזק געמאכט פון רבנים וואס פירן טיש אדער שנארן סתם די נאמען שטינקאוויטש ועוד. דאס הייסט ארט! דאס איז א ארגינעלע אקט, נישט זינגען בכל צער וצער ביי א פלעי וואס יעדער קען שוין...

די לעצטע מאל וואס איך געדענק אזא פענאמען איז געווען ביי די זיידענע העמעדל ווי די ישמאלים ציען ארויס יוסף פון גרוב, און אפצוחוזק'ן פון די שטינק וואס האט געהאנגען איבער די פלעי, און א דאנק אים פרעגט אים אבאא ווינקלער "אינגעלע, פון וועם באהאלסטו דיך דארט, פון דיין מנהל?"

דאס איז ארט, דאס הייסט עכטע קאמעדי!

ליפא האט אויף זיין תזכו למצות אזא ענליכס, ער רעכנט אויס אלע ארגענאזציע'ס און פשוט אריינצונעמען אפילו די וואס קיינער דארף זיי נישט אבער זיי האלטן זיך פאר א יש, איז ער צוריקגעפארן אין סטודיא נאר צוצשטיקלען "משמרת הצניעות" די געוואקטגייט, איז שוין נישט דא! קיינער טשעלענדזשט נישט היינט, אלעס גייט מיט די שטראם.

אויף אזוי ווייט אז אין א פאדקעסט מיט שמואלי אונגאר, זאגט א בארימטע בדחן וועלווי פעלדמאן אז די גוי וואס זאגט א דזשאוק אין א קלאב איז שוואכער צו זיינס א דזשאוק, ווייל ער רעדט פון סעקס און יעדער לאכט... ס'איז נישט קיין קוואליטי דזשאוק, איך האב אים געוואלט אראפלאזן אזא פראק די דפוק! סעקס קאמעדי ארבעט אסאך בעסער ווי דיינע "על טהרת הקודש ריין פון ניבל פה דזשאוקס"

און דו גייסט מיך אוודאי רופן העיטער... וואס נאך טוט זיך? נאו פראבלעם, אבער דערהער כאטש וואס איך זאג! you are missing the point ס'איז ארט! וואס מיינט ארט?

לאמיר מסביר זיין.
ארט איז פונקט פארקערט פון טהרת הקודש, פונקט פארקערט פון "וואטשן" נישט צו גיין אינדרויסן פון די "גדרים" פונקט פארקערט פון מוסר זאגן און דרשות און פארלערנען א שיעור די אלע זאכן פאלויען די זעלבע ריסטריקטיוו רולס, וואס האט זיך זיין פלאץ, דער בעל דרשן בויעט אויף א געוויסע בנין באזירט אויף אידישקייט וואס איז באזירט אויף רולס, די בעל מוסר בויט אויפן מסילת ישרים און די חפץ חיים, די מגיד שיעור ליטערלי לערנט פאר רולס, דינים אין גמ' שו"ע

וואס מיינט ליבערל ארטס?

libre נישט קיין לינקער, פריי! פריי פון רולס! דוקא נישט "אויסגעהאלטן" דוקא נישט "איידל" און דוקא נישט "סעיף דזשאוקס" וואס גייט נישט קיינעם אפענדן אדער מאכן אביסל אויף די עדזש. איך רעד נישט דוקא פון באליידיגן א יחיד, איך רעד חוזק מאכן פון עכטע סאושל אישאו'ס זאכן וואס מענטשן קענען רילעיטן צו, נישט נאכאמאל די זעלבע כאראקטער מיט די זייער עקסטרעמע ראצערישע מהוס מיט די געלע ציצית און צוקראכטע היט וואס קיינער קען נישט אזא מענטש...
סא אז דו טרעפסט פעלדמאן לאנגזאם פאני איז גוט פאר דיר, ס'איז אבער נישט ביי דעזיין די ארט ארטיקל, נאר צענזורירט און קינדעריש וויבאלד ווי מער צענזורירט, אלס ווייניגער פאני איז עס פאר דעם ערוואקסענעם מוח.

איך וויל נישט דא אראפרייסן פעלדמאן לאנגזאם פענס, איך זאג אבער אז ווער ס'וויל פילאסיפייזן אביסל (אזוי ווי מיר ארטיסטן טענדן צו טוהן) קען זיך אריינטוהן אין די יוונים וואס זיי האבן דא געוואלט, און מעגליך פארשטיין אז ארט, אפילו עס איז א נארישע מאווי, א סטענד אפ, צו א טרעק 5 ניגון, האט אין זיך די פאוער צו טוישן די טרעדזשעקטערי פון די פובליק דיסוקסיע און האט א שטארקע השפעה. ווי באקאנט גאר באקאנטע גרויסע קאמידיענס אין די וועלט האבן די נאמען קאמידיען אבער זענען ברייט באטראכט אלס philosophers in disguise
 
Back
Top