- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,398
- רעאקציע ראטע
- 4,713
- פונקטן
- 443
דער אנהייב: דער מאן וואס האט געפירט די מאשינעריי פון טויט
די הערצער פאלט איין פאר שרעק פאר די וואס זענען געווען אין קריגס צייטן ביי די האלקאוסט און עס איבערגעלעבעט הערענדיג דעם פארשאלטענעם נאמען אייכמאן ווערט ארויס געזאגט פונעם מויל.
אדאלף אייכמאן איז נישט געווען קיין סאלדאט וואס האט זיך איבער געגעבן זיין לעבן פאר דעם דייטשען רייך אויפן פראנט און געהאט שאנסען צו ווערן געכאפט מיט א קויל אין קאף קעמפענדיג, נאר ער איז געווען אריין געטינקען אין גאר א צווייטער נושא פארן רייך. זיצענדיג אין זיין שיינעם ביורא אין בערלין ווען הונדערטער טויזענטער אינגע דייטשע זעלנער קעמפן אזוי ביטערליך מיט זייער לייב און לעבן, אין די קעלטן און אין די היצען. זיצט ער זיך אויף זיין לעדערנעם שטיל ארום זיין מאהאגעני דעסק מיט סטים אדער עיר קאנדישאן און האט הנאה פון דעם טעמפעראטור, און ארבעט אויס פלענער ווי אזוי צו פטור ווערן פון די אומ-ריינער ראסע וואס פלאגט דעם אייראפישען קאנטינענט.
פון דעם אפיס ווי עס זיצט דער ראדאלף אייכמאן ווערן געשיקט באנען פון און צו אלע עקן פון אייראפע צו איין ציהל אומ-קום, צו איז עס אוישוויץ טרעבלינקע מיידאנעק אלעס מיינט איין ווארט אומ-קום די קאנציטראציע לאגערן זענען געווען געבויעט און פראדאצירט פאר איין איינציגער צוועק א פירמע וואס פראדאצירט טויט אויף אן אסעמבלי ליין.
אייכמאנ'ס דזשאב איז געווען צוויי פאכיג. איינס מאכן זיכער די אלע וואס בלאנגען צו די נישט ריינע ראסע זאלן אנקומען אין די קאנציטראציע לאגערן, און די צווייטע אז איינמאל זיי זענען אין די לאגערן זאלן זיי אומ-קומען און בשו"א ארויס פון דארט לעבעדיג.
לאקמאטיווען מיט הונדערטער וואגען צוגעטשעפעט צו איר שיסט ארויס רויעך אויף די שינעס וואס צוען זיך פון אלע זייטן אייראפע צו דעם בלויז איין איינציגע ציהל, און ווי א יעדעס באן זאל זיך אפשטעלן און אפנעמען זייערע פסאנדזשירן, ווערט געפירט ביי דעם איין איינציגער מענטש אדאלף אייכמאן. 6 מיליאן אידן זענען פון זיינע פלענער אומ-געברענגט געווארן אין א תקופה פון 5 א האלב יאר. דאס דארף א שטארקע ארגאנאזאציע דאס קומט נישט אן לייכט. און דערפאר האט ער טאקע אונטער זיך געהאט דעם גאנצען עס עס איהם צו באדינען און אויס פאלגן זיינע באפעלן.
די קראמאטאריומס שלינגען איין א יעדעס איינציגע טאג טויזענטער מענער פרויען און קליינע קינדער אונטער אירע טירן ווי קיינער קומט נישט ארויס פון דארט לעבעדיג, און דאן ווערן די גופים פארברענט אין זייערער אויווענעס ווייל קיין צייט צו באגראבען אזויפיהל גופים איז נישטא. גאנצע זעקס מיליאן אין צאהל. ווען די מלחמה איז געווען פארביי האט ער מיט זיינע פאפירן פארברענט ולא יזכר, ולא יפקד.
אדאלף אייכמאן דער כלב איז געבארן געווארן אין יארע 1906 אין א קליין שטעטעלע וואס הייסט סאליגען געפונט זיך אין דייטשלאנד. א מיטל קאלסיגער משפחה מאן, נישט קיין גרויסער אינפלואציענער, אדער קליגער, אדער א גביר איז דער אייכמאן געווען. א פשוטער פראסטער פארמער וואס האט גפארמט פאר די דייטשע אגריקולטור צווישען די צוויי וועלטס קריגן.
דער אדאלף אליינס אויך נישט קיין גרויסער מר-ורב-אשי, א פארקויפער, א קליינער קלערק סארט אויף ארבייט האט ער געטוהן. ווען ער איז געקומען אין זיינע בחורישע יארן (נישט געווען קיין ספעציעלער געלערנטער מאן, זיך נישט אנגעשטרענגט אין די שולע צו שטייגן עפעס, קיינער האט פון איהם קיינמאל גארנישט פארלאנג צו ווערן סיי וואספארא פראפעסער, אדער דאקטאר, לויער וכדו') קיין גרויסע שאיפות אין זיין לעבן האט ער אויך נישט געהאט. זייענדיג א קליינער קלירק איז ער מיט זיך געווען ציפרידן מיט וואס ער האט, און מיט וואס ער איז.
1932 עס בודזשעוועט אינטערסאנטע נאצישע ווינטען. די קליינע קאקערס קענען זיך הייבן די קעפ עס איז א נייער וועלט, ווער עס וויל דזשוינען דעם נאצי פארטיי באקומט אטענטשען. ער איז ווערט מער וויפיהל ער איז באמת, דאס מאכט דעם מענטש וועלן באלאנגען צו אזא פארטיי, מען האלט פון מיר, איך בין יא עפעס ווערד. קאנטערערי צו מיין ביז איצטיגער ביליוו. אהער מיט דען פארטיי דא וועל איך זיין א מיטגליד א מענטש א יש נישט סתם אן אפגעריסענער שלאק, א באדינער אין א קליין געוועלב.
אבער דאס גייט נישט אן קיין פרייז, צו זיין א מיטגליד אין די נאצי פארטיי מוז מען האבן געוויסע קוואליפיקאציעס, און אויב האט מען עס נישט קען מען עס זיך ערווארבן אין די פראסעס. ראסישע ריינקייט, ווער עס איז נישט פון די ריינע ראסע האט נישט קיין זכות קיום, און טאר נישט לעבן. א שאד די לופט פאר א נישט ריינע ראסע'ס לינגען. ווי אזוי קען א ריינער ארישער אטאמען די זעלבע לופט ווי א שמוציגער ראסע אטעמט. דערפאר דארף א יעדעס איינציגע נישט ריינער ראסע אפשטאמיגער מדורי דורות ווערן אפגערייניגט פונעם ערד קיגל כדי זיי זאלן זיך נישט ווייטער פארמערן. דאס וועלט זאל נאר האבן מענטשען פון די ריינע ראסע.
אט די שיטה האט געמוזט זיין די איינציגסטער שיטה וואס א מיטגליד אין די פארטיי האט געמוזט מיט אלע רמ"ח איברים און שס"ה גידין פראטעקטן. אט די אידילאגיע, ווי שטערקער א מיטגליד האט געשטיצט די אידילאגיע, אלץ אן העכערע פאזיציע אין די פארטיי האט דער אורח באזעצט.
אדאלף אייכמאן האט זיך צו דעם פארטיי מיט די אידילאגיע שטארק צוגעכאפט און ער האט גדזשוינט די עס עס וואס איז ווי דער איליטע גרופע וואס איז געווען דער ארעם פון היטלער.
ערגעץ ווי אין די יארן פון 1935 - 1937 האט אדאלף אייכמאן זך ארויף געדראפעוועט אויף די לייטער צום פון די אידישע אפטיילוונג ווי אזוי צו לעזן דעם סעקט פון י אום-ריינער ראסע און דאס איז געווארן זיין אויפגאבע. אין די יארן פון 1937 ביז בערך 1941 האט דער פלאן געלויטע דזשאסט צו פיזיש פארטרייבן אלע אידישע ראסע האלטער ארויס פון די גרעניצען ווי דער דייטש הערשט. אבער דאן איז געקומען אין די שפעיטע 1941 אנהייב 1942 דער וואנסע קאנפארענץ ווי מען האט ביי דעם קאנפערענץ מפקיר געווען אידיש בלוט, ווי אויך אלע אנדערע אומ-ריינע ראסישע בלוט. דער פלאן האט זיך אינגאנצען געביטן עס איז געווארן א פלאן פון להשמיד להרוג ולאבד מנער ועד זקן, טף ונשים. און דאן האט אייכמאן באקומען אן אפיציעלער פאזיציע דער ארכטעקט פון די מאסן מארדעריי מאשין.
ער איז נישט געווען דער שיסער, אדער דער שלעגער. ער איז געווען דער קאלטער ביוראקראט וואס האט ארויס געגעבן די ארדערס און געאבאכט אויף די ארדענונג פון זיינע באפעלן צו ווערן אויסגעפירט מיט דעם דייטשען פינקלישקייט.
זיין פלעינע פשוטער אפיס ארבעט האט געמיינט פאר דעם גאנצע אומ-ריינער ראסע זייער גהינם. ער האט געמאכט זיכער אז די נומערן וועלן שטימען און די לאגערן זענען אפעקטיוו און די מאשינערי פון טויט ארבעט אן קיין רוה, טאג און נאכט אן קיין אפשטעל.
צו פארשטיין ווי עס איז געשעהן די אלע טדזשענדזשעס און ווי אזוי מען איז אונגעקומען צו דער מצב איז דער זאך אזוי. די נאציס האבן פאר-וואט-עווער-ריזען געגלייבט אין די ראיינע ראסן, דאס אידישע ראסע איז א סכנה פאר זייער עקזיסטענץ, די סארט ראסע איז נישט מער ווי א קאץ וואס שלעפט מיט זיך רעיביס, און עס מוז גיין פון דער וועלט, אז נישט וועט דאס גאנצע וועלט ווערן אנגשטעקט מיט די סכנהדיגע ראסע.
און א פראפאגאנדע מאשין איז אויף דעם געבויעט געווארן, וואס איז ארויס פון אלע פראפארציעס. ווי מען איז געשטאנען, און ווי מען איז געגאנגען, איז דאס געווען די איינציגע זאך וואס מען האט געזעהן. אלע קארטאנען זענען געווען צו חוזקן דעם איד, אין א יעדעס טיאטער האט געשפילט קאמעדיס אנטקעגן דעם איד. ווי מען שטייט און ווי מען גייט האט מען נאר דאס געזעהן פאר די אויגן.
דייטשלאנד איז דאן געווען אין זייער א צוזאמ-געבראכענע מצב. עני בלעים וואס מען האט די מצב געקענט בלעימען איז געווען עקסעפטעבעל, לכאו' איז דאס די סיבה פארוואס דאס איגענט האט דאס שטארק געקויפט פארשטייט זיך אז די עלטערע זענען נישט קיין שטארקע אידן פריינט אויכעט נישט, און עס איז קיינעם נישט אנגעגאנגען אז דאס איז וואס מען האלט און כראקטעזירט די אידן מיט, ווי איינער זאגט, הו קעירס.
די סארט פראפאגאמדע איז אנגעגאנגען בערך 5-6 יאר אדער אפי' מער. פון ווען דער היטלער האט איבער גענומען די פירערשאפט פון דייטשלאנד, האט ער דאן איינגעפירט די נירענבערגער געזעצען וואס איז געווען בלויז מיט דעם איין איינציגער ציהל, דייטשלאנד זאל ווערן אידן פריי. די בירגליכער רעכטן האט מען פון זיי גלייך אנטבלויזט. זייערער הייזער, פארמעגן, זייער האב און גוטס איז געווארן הפקר לכל הרוצה. ווען דער קריג האט אויס געבראכן אין יאר 1939 און דער היטלער האט איינגענומען פראנקרייך, טשעכסאלאוואקיי, און פוילן האט ער דארט אויך איינגעפירט אט די סטאטוס פון ראסע, ספעציעל איבער די אידן.
די ערשטע מהלך צו-צוזאם נעמען די אידן. מען האט אויף געשטעלט געטאס אין די גרעסערע שטעט ווי לאדזש, קראקא, ווארשע, און נאך אנדערע גרעסערע שטעיט, אלע אידן פון די גאנצע שטאט האבן זיך געדארפט אריין קוועטשען אין די אפגעשטימטע גאסן פון די געטאס וואס איז געווענליך געהאלטן געווארן איבער א האלב מיליאן נפשות. אין געווענליכע צייטן וואלטן דארט געוואוינט נישט מער ווי טויזענט צו צוויי טויזענט נפשות. דאס האט געהאט צוויי באדייטן, איינס צו דערמאלאזירן דעם איד, און צווייטנס פון א צוזמגענומענע ארט איז זיי גרינגער צו טרענספארטירן, און דערפאטירן צו די טויט פעקטאריס.
אין די תקופה זענען מעטשען געפאלן ווי די פליגען פון קרענק, און הינגער. און אויך האט מען פראדוצירט אזאנע געזעצן וואס עס איז נישט געווען מעגליך איינצוהאלטן, און אויב האט מען געכאפט איינעם פארלעצן איז ער גלייך אויפן ארט געשאסן געווארן אן קיין שום הירינג.
דערנאך זענען געקומען די דעפארטאציעס באנען האבן געטראגן גאנצע משפחות צו די טויט לאגערן. אין אוישוויץ, טרעבלינקא, סאביבאר, און מיידאנעק זענען געווען גאז קאמערן, וואס האבן געקענט דערמארדן טויזנטער מענטשן אין איין טאג. די וואס זענען נישט גלײך געשיקט געווארן צו די קאמערן, זענען געווארן געצוואונגען צו שקלאפן אין אומבאשרייבליכע באדינגונגען, ביז זיי זענען געשטארבן פון הונגער, קרענק, אדער אויסגעמאטערונג.
די חורבן איז געווען נישט נאר אַ מארד פון מענטשן עס איז געווען א פּרואוו צו פארניכטן א גאנצער קולטור, א פאלק מיט זיין שפראַך, זיין תורה, און זיין לעבן. גאנצע קהילות זענען אויסגעראטן געווארן פון די שטעטלעך אין פוילן ביז די גרויסע שטעט ווי ווילנע ווארשע, און אלע אנדערע. די נאציס האבן געגנבעט נישט נאר די לעבנס, נאר אויך די זכרונות, די ספרים, די שילן, און די האפענונגען פון א דור.
אייכמאן איז געווען דער וואס האט געמאכט דאס אלץ מעגליך. ער האט געארבעט מיט א קאלטער פינקטלעכקייט, ווי א בוכהאַלטער וואס פירט א רעדזשיסטער. ער האט געשיקט באַריכטן אויף די פּראגרעס פון די דעפּארטאציעס, געמאכט זיכער אז די באנען זענען אנגעקומען אין צייט, ווי אויך געפירט די לאגערן ווי א מעניופעקטערינג פירמע. זיין ראלע איז געווען אזוי וויכטיג, אז אפילו ווען די מלחמה איז געווען כמעט געווען פארלוירן, האט ער ווײטער געשיקט באנען צו די לאגערן, ווי ער וואלט געוואלט פארענדיגן די ארבעט ביז דער לעצטער מאמענט.
אין יאר 1945 אנהייב יאר די מלחמה אין אייראפע הייבט זיך אן דרייען אויף צוריק צו וועגס די איליאירטע הייבן אן מאכן פארשריט. פאריז איז באפרייט פון אונטער די שווערע לאפעס פונעם דייטש וואס האט פארקנעכטעט גאנץ פראנקרייך אונטער זייערע שטיוועל, צוביסלאך הייבט זיך אן די פראנטן צו ריקן ווייטער צו מזרח, מערב, דרום, און צפון. די אליערטע פון אלע פיר זייטן הייבן אן שטיקען דעם דייטש צוריק אריין קיין דייטשלאנד, און טיפער אריין צו בערלין.
וואס די אלירטע האבן געטראפן אינטערוועגנס אין אייראפע האט זיי ממש געשאקט צו די קאור, נישט גלייבענדיג וואס זיי זעהן מיט זייערע אויגן, איבעראל ווי זיי האבן געקוקט.
ווען די אַלירטע האָבן אין 1945 אַריינגעבראכן אין דייטשלאַנד, און די נאַצישע רייך איז צעפאלן, האט אייכמאַן געוואוסט אז זיין נאמען איז אויף דער ליסטע פון די מערסט געזוכטע פאַרברעכער. ער איז אנטלאפן פֿון א געפאנגענע־לאגער מיט דער הילף פון "אדעסא," א געהיימע נעץ וואס האט געהאלפן נאצישע פאַרברעכער אנטלויפן פון גערעכטיקייט. ער איז געפארן קיין איטאליע, וואו ער האט באקומען פאלשע דאקומענטן פון א קאטוילישע פּריסטן, און אין 1950 איז ער אנגעקומען קיין ארגענטינע.
ארגענטינע, אונטער דער רעגירונג פון חואן פּערון, איז געווען א בארימטער מקום־מקלט פאר נאציס. דארט האט אייכמאן גענומען דעם נאמען "ריקארדא קלעמענט," זיך באזעצט אין בוענאס איירעס, און אנגעהויבן אַ ניי לעבן. ער האט געארבעט ווי אַ פארמאַן אין א מערסעדעס־בענץ פאבריק (פארבריק איז דאך געווען זיין עקספיריענס), געוואוינט אין א באַשיידענעם הויז אויף גאריבאלדי גאס, און געפירט א משפּחה־לעבן מיט זיין ווייב און קינדער. אויף דער אויסזען איז ער געווען א פּשוטער מענטש, אבער דערינען האט ער געטראגן דעם שווערע זינד פון דעם חורבן וואס איז נישט פארמשטפט געווארן אויפ-דערווייל. (ווי דער ארטיקעל האלט, איז ער נאך נישט פארמשפט געווארן. כהיום איז ער שוין א געהאנגענער)

לעצט רעדאגירט: