- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,261
- רעאקציע ראטע
- 4,146
פון ווי איז ער געקומען און צו ווי איז ער געגאנגעןעפענט מען אויף דעם גוגל הדור און דו פרעגסט אן די שאלה ווער איז דאס דער בעש"ט וועט ער די אין די זייט ווי דער ערשטע באוואוסטע רעזאלטאטן קומען ארויף א וויקיפידיע לינק וואס שרייבט די פאלגענדע ווערטער.
איבער געטייטשט אויף אידיש ווארט ביי ווארט
איבערבליק
ישראל בן אליעזר, באקאנט אלס דער בעש״ט – וואס איז א קיצור פון בעל שם טוב – איז געווען א יודישער צדיק, מגיד און רוחני-היילער, וואס ווערט געהאלטן אלס דער גרינדער פון חסידות.
א „בעל שם טוב“ מיינט איינער וואס איז באוואוסט צו טון נפלאות דורך נוצן דעם הייליגן נאָמען פונעם אייבערשטן.
געבוירן: כ"ה אב תס״ח – אוגוסט 25, 1698 – אין דער שטאט אָקאָפּי, אוקראַינע (לפי שיטות חב"ד) סתם דער וועלט האט אנגענומען אז ער איז געבוירן געוורן אין יאר ת"ס (1700) עס איז נישט גענצליך קלאר וועלעכער דאטום איז דער ריכטיגער.
א לעגענדע איז דא אין זיין געבארט אז ער איז געבוירן געווארן צו זיינע עלטערן ווען זיי זענען געווען גאר אלט. קרוב אדער אריבער די הונדערט יאר אלט. (ווי אזוי, איך ווייס נישט) א מעשה מיט א מופת.
אלץ קינד זייענדיג א יתום גאר אינג האט ער געהאט זייער אינטערסאנטע התנהגתער וואס מאכט נישט קיין סענס, געזעצן אליינס אין די וועלדער ארום די שטאט שעות ארוכות און אסאך מאל אדורך געשלאפן די נעכט אין די וועלדער ארום. מען פלעגט איהם דארפן גיין זוכן אז ער זאל ח"ו נישט אויסגיין, אדער געשעדיגט ווערן אין וואלד.
עס איז אזוי אנגעגאנגען בוז מען האט איהם געלאזט ווערן פאראיינזאמט (מען האט שוין נישט געהאט קיין געדולד איהם נאך צו לויפן) און צוריק געצויגען נישט האבענדיג צו טוהן מיט קיינע מענטשען יענע יארן און זיך פארדווייקעט אין זיך און אזוי איז ער אנגעגאנגען ביז ער ער איז נתגלה געווארן. (אויסער די פאר אפיזאדןוואס עס דא פון איהם ווען ער איז געווען א מלמד פאר פרנסה.
ניפטר געווארן: סיון תקס״א – מאי 1760 אין דער שטאט מעזיבוזש, אוקראַינע (אין עלטער פון 61 יאר)
ווייב: חנה
קינדער: אדל בת בעש״ט און צבי פון פּינסק
עלטערן: שרה און אליעזר
באהאלטן (מקבר) געווארן: אינעם אלטן ייִדישן בית החיים אין מעזיבוזש
וואונדער איבער וואונדער ווען מען ליינט גוט וואס ער שרייבט דא אין די פאר קורצע אויסזענדע ווי סתם פשוטע רייד צו מסבירן ווער עס איז געווען דער בעש"ט שרייבט ער אזוי
1. מגיד רוחני א היילער
2. וואס ווערט געהאלטן אלץ די גרינדער פון חסידות
3. בעל שם טוב מיינט איינער וואס איז באוואוסט צו טוהן וואונדער דורך ניצן שמות הקדושים
און דאן גייט ער אריין אין זיי ביאגראפיע קורצליך. לאמיר זיך אריין לייגען אין די דריי פאקטארן וואס ער ברענגט צו. פון ווי קומט דאס, וואס איז דאס, ווער איז דאס געווען און וויאזוי איז דאס געשעהן "לאמיר זעהן וואס איז געשעהן.
איז א מלאך געקומען צו פליען קיין איראפ און פרעגט די ליטוואקעס ווער עס וויל נעמען די תורת החסידות און עס וועט קומען מיט אסאך גוטע זאכן היילן מופסים ניצען דעם שם פאר צוועקן וואס וועט ארויס העלפן דעם אידנטום. זאגן זיי טענק יו מיר דארפן דאס נישט מיר ווילן דאס נישט דאס איז אנטקעגן די תורה.
לאמיר נישט פארקריכן, לאמיר צוריק גיין אין א סדר. עס איז אוגוסט 1698 און ערגעץ ווי אין אייראפע ווערט געבוירן א שטערן ביי דאס פארפאלק אליעזר און שרה א קליין בעבי א נאמען געגעבן ישראל. ליידער ליידער איז דאס שרה נעקד געווארן גלייך די געבורט פון דעם אינגעלע ישראל און ניטאמאל האט זי זוכה געזעהן איהם ווערן א יאר אלט און זי איז שוין פון די וועלט געווען פארביי.
בדרך אגב מען ווייסט אזוי ווייניג פון זיין געבורטס שטאט אז עס איז דא כמה וכמה היסטאריקער וואס קריגען זיך ווי ער איז געבורין געווארן, ווען ער איז געבוירן, און די שטאט אין וואס ער איז געבוירן געווארן.
דער באקאנטער היסטאריקער משה רוסמאן האט הוכחות אז ער איז געבוירן געווארן אין די שטאט אקאף וואס דאס איז נעבן קאמעניץ ערגעץ. זיין בר פלוגתא מר. אידל זאגט אז יא עס איז דא ארכיוון אז ער האט דארט געוואוינט אבער דאס אז ער איז דארט געבוירן איז דירעקט נישט קלאר. נאר ער האלט גאר אז דער ישראל בעש"ט איז גאר געבוירן געואארן ביי דעם גרעניץ שטאט מאלדאווא ווי עס ווערט דערמאנט אין דעם ספר שבחי הבעל שם טוב. דער געגנט איז געווען דרום פונעם פרוט טייך, אויפן גרעניץ צווישן די אטאמאנישע חסות מדינה מאלדאווע און דעם פּאדאליער טעריטאריע פון דער פויליש־ליטווישער רעפובליק.
דארטן, אין די מיסטישע בערג פון מזרח־קארפאטן, האבן זיך אפגעשיידט נזירים און מיסטיקער וואס מ'האט גערופן “סיחאסטרים”. אינעם זעלבן געגנט האבן אויך געוווינט עטנישע גרופּעס ווי די טשאנגאועס און הוצולן, וועלכע האבן געמישט זייער קריסטלעכע גלויבן מיט עלטערע שאמאנישע מסורות.
דער בעש"ט האט חתונה געהאט אינגערהייט מיט א מיידל פון אקאפּ, און איז געווארן דער אפיציעלער שמש אין דעם שטאטישן בית מדרש. אבער זיין פרוי איז נפטר געווארן נאך א קורצער צײט נאך די חתונה און האט נאך פון איר נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.
נאך דעם ווי דער בעש״ט איז געבליבן א אלמן, האט ער זיך אריבערגעצויגן צו א שטעטל בראדי, ווואו ער האט דארט געדינט ווי א מלמד תינוקות, און אויך אלס בורר אין בעלי דין.
דא ערגעץ איז ר' ישראל געווען אלט בערך 14-15 יאר אלט און עס האט זיך אנטוויקעלט אן אינטערסאנטער אפיזאוד אין זיין לעבן. עס איז געווען א איד וואס מען האט גערופן אדם בעל שם וואס האט געשקיט זיין זוהן קיין בראדי (אדער איז עס געווען נאך בעפאר בראידי אין אקאף) מיט א בינטעל פון כתבים אן ווארענענדיג דעם זוהן אז ער זאל בשו"א אריין קוקען אין די בלעטער וואס יער שיקט מיט איהם צו דעם בחור (אינגערמאן) ישראל בן אלעזער ווייל די כתבים באלאנגען פאר איהם און דאס איז פאר זיין נפש און קיינער אויסער ער טאר קיין אויג נישט אויף די כתבים לייגן.
אנקומענדיג אין שטאט איז בכלל נישט איינגעפאלן אז מען רעדט פון דעם פשוטן שמש פון ביהמ"ד און ער האט גע זוכט און געזוכט דעם ריכטיגען ישראל בן אליעזר וועם זיין טאטע האט געמיינט. נאכן באטראכטן דעם ישראל פאר א לענגערע וויילע זיך אויפהאלטענגיג אין אקאף האט ער יא געזעהן אז דער ישראל איז א נשמה וואס איז נישט קיין פשוטע זאך. אולי האט זיין טאטע יא געמיינט דעם (נישט) פשוטער שמש. איז איהם בייגעפאלן א געדאנק צו נעמען איין בלעטעל פון די כתבים און עס אנידער לייגען פאר איהם צו באמערקן, און ער האט אזוי זיך צוגעקוקט פון דערווייטנס וואס עס גייט פאסירן ווען דער ר' ישראל דער שמש וועט באמערקן דעם בלאט. אזוי קוקענדיג פון די זייט מערקט ער אז יא ר' ישראל האט געלייגט זיין האנט דעראויף און פארטיפט זיך טיף אין די בלעטער און ווערט פארקאכט. מן הסתם איז דאס יא דער וועמען דער פאטער האט געמיינט. איז ער צו איהם געגאנגען און געגעבען דעם גאנצען פעקל כתבים זאגענדיג מיין םאטער אדם בעל שם האט עס פאר דיר געשיקט.
ווער איז דאס דער אדם בעל שם ?
דער פּערזאָן רבי אדם איז א טעמע וואס נעמט ארומגענומען פארשידענע פארשער און ריסערטש. דער חוקר ש. א. הוראדעצקי האט אפגעלייקנט דעם מעשה לגמרי, זאגנדיג אז ס׳איז אוממעגלעך אז א איד אין יענע צייטן מיט וואס ר' ישראל בש"ט זאל זיך מתייחס זיין זאל הייסן מיט א ריין פּוילישן נאמען ווי “אָדאַם”.
רב ראובן מרגליות האָט פּראבירט צו אידענטיפיצירן רבי אדם אלס רבי אברהם דוד משה פון ראהאטין, וואס לויט עדות פון זײנע אייניקלעך, איז טאקע גערופן געווארן "אָד"ם" – אַ ראשי תיבות פון זײן נאמען.
דער פּראפעסאר גרשום שלום האט, אין א פלפול, געוואלט זאגן אז רבי אדם איז געוועזן רבי השל צורף פון ווילנע – לויט אים א שבתאי (שבתי צבי'ניק), און די "כתבים" זענען געווען שבתאיתישע שריפטן.
פרופ' חנא שמרוק האט טאקע געטראפן אז אין פראג איז געווען א מקובל מיטן נאמען רבי אדם, און מעשיות וועגן אים זענען געווען דעם מדובר פון דעם ציבור. מען האט אויך געטראפן א קונטרס פון דער 17טער יארהונדערט וועגן אים, און צוויי פון זיינע מעשיות זענען אַריין אין שבחי הבעש״ט.
אין בראדי האט ער חתונה געהאַט מיט חנה בת אפרים – א שוועסטער פון דעם באקאנטן רבי אברהם גרשון פון קיטוב. נאכן חתונה האט ער זיך באַזעצט נעבן קיטוב און במשך עטלעכע יאר זיך אפגעזונדערט אין א בערגיגער געגנט צווישן קיטוב און קאסאוו.
רבי אברהם גרשון, דער שוואגער, האט נישט געזען דעם שידוך אין א גוטן אויג, און ער האט בשו"א נישט געוואלט אז דער שידוך צווישען זיין שוועסטער און דער ישראל זאל ווערן, ווייל אין יענע צייט האט ישראל געשעמט צו זיין ווי א פּשוטער מענטש און אויך עטטואס מיסטיש משוגע אן לערנען, און טאקע דערפאר האט ער מחליט געווען צו פארלאזן דעם שטאט.
למעשה איז די שידוך יא געשעהן (איך ווייס נישט ווי אזוי און וואס האט געשטופט דעם שידוך, וועלן מיר טרעפן אינפארמאציע וועלן מיר עס צו ברענגען) און ישראל און חנה האבן זיך דאן באזעצט אין דעם פריערדערמאנטן בערגיגער געגנט, און זיך פארדינט זייער פרנסה דורך אויסגראבן צעמענט (ליים). דארט האבן זיי למז"ט געהאט צוויי קינדער: א זון צבי און א טאכטער אדל.
זעהט אויס די צעמענט ביזנעס איז נישט געווען אזא גאנגבארע אייטעם, איז אין די יארן דערויף איז דער בעש״ט געווען אויף נסיעות פֿון איין ארט צום צווייטן, און זיך פארדינט בעיקר ווי הילף־מלמד. שפעטער איז ער אריבער קיין טלוסט. ווען ער איז געווארן בסה"כ געווען 36 יאר אלט, האט ער זיך מגלה געווען אלץ א בעל שם און זיך אנטפלעקט אלס רוחניותדיגער מענטש מיט ספעציעלע כוחות.
לויט דער חסידישער מסורה איז עס געווען אחיה השילוני, וועלכער האט אים געלערנט תורת הנסתר און אים אנגעוויזן אז דער צײַט איז שוין געקומען ער זאל זיך מגלה זיין פארן עולם. (מער דעטאלן איבער דעם בקרוב)
דער בעש"ט – זיין השפּעה, לעבן אין מעזיבוזש און די לעצטע יארן
דער בעל־שם־טוב האט בעיקר געפראוועט אין די שטאט פאדאליע – אַ געגנט אין דרום פּוילן, וואס היינטצוטאג איז דאס טיף אין צענטראל אוקראַינע. אין יענע תקופה האט זיך צווישן די אידן אין מזרח־אייראפּע שטארק פארשפרייט דאס ענין פון עוסק זיין אין קבלה. די מקורות פון דעם אויפבליהן זענען געווען די משיחיסטישע תנועת־שבתאות (שבתי צבי) און די תורת האר"י, וואס איז דאן אריין אין מזרח־אייראפּע.
בשעתו איז דער בעש"ט גערופן געווארן "רבי ישראל בעל שם", וואס האט געדארפט צו ווייזן אויף זײן תפקיד – א מין רוחניותדיגער היילער וואס האט געהאלפן מענטשן דורך שמות, קבלה מעשית, השבעות און קמיעות. ער האט געוואנדערט פון איין שטעטל צום אנדערן, צו טרעפן און קאנווינסען די מענטשהייט און זיי מושך צו זיין צום דרך החסידות. ס׳ווערט געזאגט אז ער האט געהאלפן דעם כלל־ישראל דורך זיינע רוחניותדיגע כוחות אין פארשידענע שווערע צייטן, און שווערערע גזירות.
אין יאר ה'ת"ק (1740) האט ער זיך אריבער געצויגן קיין מעזיבוזש – א הויפּט־שטאט אין פאדאליע – וואו ער האט געוואוינט ביז זײן פּטירה. עס האבן נישט עקזיסטירט קיין קלארע היסטארישע באשרייבונגען וועגן אים, אויסער זײן מציבה און זאכן וואס זענען געשריבן געווארן דורך זיינע תלמידים. אבער אין 1980'ער יארן האט דער היסטאריקער משה רוסמן געפונען אין די ארכיוון פון מעזיבוזש די ווערטער “בעל שם, דוקטור” אויף א ליסטע פון מענטשן וואס זענען געווען פּטור פון טעקסעס. און אין יענעם דאקומענט ווערט אויך דערמאנט אנדערע פיגורן וואס שטייען אין שבחי הבעש"ט. דער נאמען “בעל שם” קומט דארט פאר ביז צום יאר 1760.
שריפטן פון בעש״ט – וואס איז פארבליבן
פון דעם בעש״ט זעלבסט איז נישט געבליבן קיין שום חיבור אדער כתב יד. דער איינציגער בריוו וואו זײן חתימה פארפיגט, איז דער בריוו וואס ער האט געשיקט צו רבי יעקב יוסף מפולנאה. דער בריוו איז געדרוקט געווארן אין שבחי הבעש"ט מיט אסאך גרייזן, און דער אריגינעלער דערפון איז געפונען געווארן אין דעם ארכיון פון דער ליובאַוויטשער רבי. דער ערשטער דרוק איז געווען אין התמים אין ווארשע תרצ"ו, מיט אן אילוסטראציע פונעם אריגינעלן בריוו.
נאך א טייל איינצלנע איגרות פונעם בעש"ט זענען במשך די צייט ארויסגעגעבן געווארן אין פארשידענע ערטער. די מערסט באקאנטע פון זיי איז געדרוקט אויפן סוף פון ספר בן פורת יוסף, (פונעם זעלבן תלמוד ר' יעקב יוסף) און אינעווייניג שיינט ארויס א טיפע בילד פון דעם בעש"ט און זײן גייסט.
(צופעליג: דאס בילד וואס מ׳ניצט אין ספרים אלס די "בילד" פונעם בעש"ט איז בכלל נישט פון אים.)
די "גניזת חרסון" – געפונען און טשעלענדזשט
אין יאר תרע"ט איז געפונען געווארן די באקאנטע “גניזת חרסון”, וואס האט אנטהאלטן הונדערטער בריוון פונעם בעש"ט און זײנע תלמידים. אין חב״ד איז די גניזה אנגענומען געווארן מיט גרויסע חשיבות, כאטש מ'רעדט פון העתקים און נישט אריגינעלן קוועלער.
דער מאָדערנער חקירה־וועלט, מצד שני, האט באשטעטיגט אז די גניזה איז פאלש. אבער לעצטנס זענען דא מיינונגען, אז אין דער גניזה זיינען טאקע דא אמתע דוקומענטן – נאר ס׳האט זיך אַריינגעמישט פאַרשידענע פאלטשע שריפטן פון פאלקסיפיצירער, וועלכע האבן צוגעגעבן בלאזעראציע צו די ארגינעלע בריוון.

לעצט רעדאגירט: