שיניעווער רב - א רעוועלוציאנער?

לפי מיטב ידיעתי יא, סתם פאר אינטערסאנטקייט ר‘ גרשון קיטובער דער בעש”ט‘ס שוואגער האט זיך אנגעטוהן די ספרדישע יוניפארם צי קענען וואוינען אין ירושלים
ריכטיג
ער האט אויך געוואוינט אין חברון א תקופה
ער האט זיך משדך געוועהן מיט די ספרדים, עס איז כמעט נישט געוועהן קיין אשכנזים...
 
היוצא מכל זה, כ׳האב מיך אימזינסט געפרייט, איך קען צוריק אהיים גיין… שינעווער רב איז כנראה יא געווען א חלק פון די רוטינע, און נישט א פענסטערל צום עקזאטיקא, צום ישועת השם, צו ניי און אבאנטורלוסטיגקייט
דאס ביסל האפענונג איז מיר אויך צורינען…
 
לעצט רעדאגירט:
ר‘ אברהם המלאך איז נישט געווען אין אר‘‘י איי געס די מיינסט דעם קאליסקער
ברם טעות הוא
איך האב גימיינט חיים מלאך ער האט סיך צוגישטעלט צו די עולים אויף ארץ ישראל בשנת ת״ס בערך
זיי זענען גיקומען מיט צויי שיפן, אהנגעפירט דורך
ר׳ יהודה חסיד ( נישט צו פארמישן מיט רבינו יהודה
החסיד פון גי גדולי ראשוני אשכנז ) א קבוצה פון יידן
מיט א ברען , אז מען גייט ברענגען משיח , דער ר׳ יהודה איז גיוועהן סתם א פרומער , און ער האט גישאפט געלט פאר די נסיעה און עליה פון הנגיד
אופנהיימר , (א נאהנטער קרוב פון רבי דוד אופנהיימר , בעל נשאל דוד , און רב אין פראג)
עכ״פ זיי זענען קוים אהנגיקומען , איז דער ר׳ יהודה
חסיד גישטרבן , אין חיים מלאך האט איבעגענומען
הנהגה … ער איז גיוועהן אן ענערגישער מאן , א איש המעש , און ער איז אויך גיוועהן א מאמין אין די
משיחיות פון שבתי צבי ,
עס זענען געקומען בריוון פון חוץ לארץ פון די וואס
האבן איהם גיקענט פון פריער , אז דער חיים מלאך
איז א שבתי צבי׳ניק אז מען זאל עהם מרחק זיין
די בעלי מכתבים קעגן עהם ,זענען גיוועהן, פון רבי
אברהם ברודא , און רבי דוד אופנהיימר
אבער דער מלאך האט זיך פרטיידיגט , ער האט זיך
תולה גיוועהן אין דעם ספרדישן רב אין אמסטרדם
רבי שלמה אאיליון , ( ער האט אויך פארטיידיגט
נחמיה חיון , מיט זיין מפעלות אלהים , וועם דער
חכם צבי האט אהנגירודפט )
איז למעשה האט ער אויפגיבויעט א שוהל אין
ירושלים , וואס ווערט אהנגירופן חורבת רבי יהודה
חסיד - אדער סתם , די חורבה שוהל , צו פיינענסן
האט ער גיבארגט און צום סוף אהנגיזעצט , איז
דאס גיוועהן דער גורם אז די אראבער האבן נישט
ערלויבט פאר עטליכע דורות אשכנז יידן זיך צו באזעצן אין ירושלים , דענסטמאהל איז דער גאנצער
יישוב גיוועהן בין החומות .
כהיום האט מען דעם שוהל איבער גיבויעט און
עס שטייט ,און ווערט שטארק באנוצט לשם ולתפארת
 
היוצא מכל זה, כ׳האב מיך אימזינסט געפרייט, איך קען צוריק אהיים גיין… שינעווער רב איז כנראה יא געווען א חלק פון די רוטינע, און נישט א פענסטערל צום עקזאטיקא, צום ישועת השם, צו ניי און אבאנטורלוסטיגקייט
דאס ביסל האפענונג איז מיר אויך צורינען…
מען קען זאגן פשוט , שיניווער רב איז גיוועהן
א שלחן ערוך ייד , דארט שטייט אין הלכות שבת
אז צו קויפן אן אחוזת קרקע אין ארץ ישראל , איז
ממש א מצוה , כותבים אונו אפילו בשבת
אפילו שבת מעג מען שרייבן א שטר צו קויפן
א קרקע און ארץ ישראל - א גוי שרייבט -
האט ער גיוואלט מקיים זיין די מצוה פון יישוב
ארץ ישראל אויף אזא אופן
 
ווי שיין דאס שנירל האט זיך אנטוויקלט, חברה קומען דא מיט גאלדענע ידועות און צום ענין, דאס קען מען נישט סתם אזוי נאשן פון געוועב, דאס מוז מען זיין א ידען צו קענען
 
Back
Top