עטץ כאפטס, בעצם דאס אליינס אז שינאווער רב איז געפארן קיין ארץ ישראל און מיסד געווען א שיל אין די אנהייב תר׳ יארן איז שוין רעוועלוציאנעריש, וויפיל באקאנטע רבי׳ס פון יענע יארן קענט עטץ ציילן האבן געפאקט פעק און געפארן קיין ארץ ישראל און דארט אנגעווירטשאפט, דאס איז אין יענע יארן ווייט נישט געווען זעלבספארשטענדליך. דער קאליסקער מיטן וויטעפסקער, די תלמידי בעל שם, זענען פון א צווייטער מין, זיי האבן זיך ״אסימילירט״ מיט די ספרדים, לעלוב וואס איז נתיסד געווארן אין ארץ ישראל דורך ר׳ משה לעלובער 15 יאר פאר דער שינאווער האט געטון זיינס אין צפת, איז פארסאברעט געווארן, נישט אז איך אונטערשאץ זייער דורכברוך נאר מיין קוק ווינקל איז פון די חסידות׳ער וועלעכע זענען נישט געווארן אינדידזשינעס. אדרבה, טרעף מיר א גערער שטיבל, א בעלזער, א וויזניצער, פון יענע יארן (ס׳געווען עפעס קאסוב נאר שוין אביסל נאכן צאנזער קלויז). ס׳שוין יא געווען אין די בראשית יארן פון די באקאנטע כוללי גאליציע ואונגארן, נאר היבש איידער שטיבלעך פון חצרות איז געווארן א דבר נפוץ. מיט שינאווע האט זיך אנגעהויבן זייען די קערנער פאר א נייער סארט ישוב אין ארץ ישראל, די איבערפלאנצונג פון חצרות.
וויטעבסק און קאליסק זענען אוודאי גיוועהן , בדעתם
איינצופלאנצן ,א חסידות לדורות ,על דרך הבעש״ט
ווען זיי זענען אהנגיקומען אין מ״ם יאהרן ,איז ירושלים , גיוועהן פאר שלאסן פאר אשכנז׳ישע
יידן , ווייל דער ר׳ יהודה החסיד, און אברהם מלאך
וואס זענען געקומען א דור פריער , האבן זעך אהנגיבארגט פון אראבישע/ טערקישע בענק
צו בויען זייער שוהל די חורבת רבי יהודה , און זיי
האבן פושט רגל גיוועהן , איז דורך דעם סקאנדאל
האבן זיי- די אראה ער-פארבאטן פאר אן אשכנזי׳שער זיך צו באזעצן אין ירושלים
רבי מענדל פון וויטעבסק , און רבי אברהם פון קאליסק , און די גאנצע חבריא , מען זאגט 300
נפשות , האבן זיך באין בריאה גיצויגן אויף טבריה
און זיי האבן מייסד גיוועהן זייער יישוב
האבן זיי נאכדעם גיהאט א געלט פראבלעם
מהיכן ירק זה חי , עס איז דארט נישט גיוועהן קיין
עקאנאמיע , צו ברענגען כדי חיותם , איז פון מתחילה האט מען ארגאניזירט א פלוס פון סופארט
פון חוץ לארץ , וואס איז גיוועהן אהנגעפירט דורך
זיין תלמיד חבר , דער בעל התניא ,
וועלכער איז גיוועהן א אויסער גיוועהנליכער ארגענייזער , און עס איז גיוועהן א שפע לשם ולתפארת
ויבא גם השטן , עס האט ליידער אויסגיבראכן
א מחלוקת , פון א מיינונגס פארשידענהייט ,
וויל דער בעל התניא , האט אהנגיהויבן עקסטער
מיט אויפשטעלן די חב״ד חסידות , איז דאס גיוועהן
קעגן דעם רצון פון רבי אברהם ( נאך די פטירה פון רבי מענדל) און עס זענען געפלויגען שליחות און מכתבים , אלץ שארפער און שארפער , ביז עס האט
דערגרייכט צו פולשטעדיגער ספליט .
רבי אברהם , האט אבגיהאקט דאס גבאות פון
מעות ארץ ישראל פון דעם בעל התניא , ער האט
אהנגעקניפט באציאונגען מיט רבי מרדכי פון לעכוויץ
אלץ גבאי צדקה , אבער עס איז נישט גיוועהן קיין
פארגלייך אין די סכומים , וואס עס האט גיפלאסן
אין א קלענערן קומץ , און עס איז נישט גיוועהן כדי
סיפוקם וחיותם ,
זענען זיי גיוועהן בהכרח ,אהגיוואוזען זיך משדך
צוזיין מיט די דיירי ארץ ישראל אין גליל ,וואס זיי
זענען גיוועהן פון ספרד׳שן אפשטאם , און מיט א
עטליכע דורות , איז זייער אייגנארטיקייט בטל
גיווארן במיעוטם , צווישן די ספרדישע , ואין זכר
למו ,
צו דעם יסוד החסידות וואס די גרויסע לייבן
מוויטעבסק און קאליסק האבן מייסד גיוועהן
עס נסתרה והיא נעלמה , עס איז גארנישט געבליבן
דעס זאגן חז״ל
בא וראה כמה קשה המחלוקת