ארויסנעמען זאכן פון קאנטעקסט

איש מבקש

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יאנ. 9, 2025
מעסעדזשעס
1,327
רעאקציע ראטע
6,740
פונקטן
933
אין ליכט פון די לעצטיגע מצב אין א"י וועגן גיוס בני ישיבות, וויל איך מיטטיילן מיטן עולם עפעס וואס איך בין לעצטענס געוואר געווארן ווי אזוי מ'האט ארויסגענומען א זאך פון קאנטעקסט צי שטיפן א נאראטיוו,

אין די דאזיגע שנירל קען דינען אלס א פלאץ פאר יעדען וואס עפעס וואס שטימט אריין אין דעם קעפל.

לענין:

POV: די זיצט יעצט אין איחוד קאנטרי, אין מ'האלט 10 סקונדעס אריין אין בנציון לויב'ס דרשה, מ'האט אים גערופן צי רעדן וועגן די שרעקליכע גזירה פון גיוס בני הישיבות:

"די טמענע מדינה, וואס זייער גאנצע ציל איז אפצישמאדן כלל ישראל ל"ע, ווי אזוי טוען זיי עס? דורך די הימל שרייענדע גזירת הברת על הדת פון גיוס בני הישיבות, וואס דער טמעניאק, וואס איך וויל נישט ארויסזאגן זיין נאמען אין א מקום קדוש, האט עס אליינס געזאגט, אז די גיוס זאל זיין א שמעלץ טאפ, וואס אזוי וועט גארנישט בלייבן פון כלל ישראל"

עפעס אזוי, איך האף איך זאג עס גוט נאך,

יעצט די סטעיטמענט פון בן-גוריון איז אמת, אבער ס'איז ארויסגענומען פון קאנטעקסט פאר ווער ס'מאכט א טראפקי ריסערטש,

איך האב גראדע נישט געמאכט קיין ריסערטש, אין איך האב מיר געטענה'ט ווי א חכם מיט מיין חבר וועגן די גזירה אז ס'איז געפערליך, אין איך האב געניצט די בן-גוריון סטעיטמענט, זאגט ער מיר אז מ'האט מיר ליגנט געזאגט, ס'נישט געווען קיין מיטניג ווי אזוי מ'קען אפשמאדן כלל ישראל, און בן גוריון איז אויפגעקומען מיט א המצאה צי מאכן א גיוס חובה,

נאר וואס? די מדינה איז געגרינדעט געווארן דורך מענטשן פון אלע עקן פון די וועלט, מיט אסאך אנדערע קולטשערס אין שפראכן, האט ער געטראכט, ווי אזוי קען ער דא מאכן א לאנד מיט איין קולטשער? דורך גיוס..

יעצט, איך האלט נישט אז מ'רעדט דא פון צדיקים, אין לכאורה די יעצטיגע גזירה, קומט נישט פון זייער גרויסע ליבשאפט צי ערליכע אידן, נאר פארקערט..

ווי אזוי איך ווייס? ווייל ווען איך האב געזאגט פאר מיין חבר, אז אויב זיי זענען אזוי אימשילדיג, זיי דארפן פשוט נאך מענטשן אין די מיליטער, אין די ריזערווען וואס באשטייען פון טאטעס פון קינדער, מענטשן מיט דזשאבס, שרייען, "פארוואס דארפן אינז א גאנצען צייט גיין, ווען ס'זיצן דא בחורים אין ישיבות וואס שטיפן עניוועי די צייט?
אויב ס'ממש וועגן דעם, פארוואס פארלייגט מען זיך דוקא אויף די ישיבות? אויף די לינקע חברה אין תל אביב אין אנדערע פלעצער זעיט מען נישט אזא קרעק דאון?
אין מיין חבר האט געזאגט אז מיט דעם בין איך גערעכט, קען זיין ס'איז אויך א ליגנט, איך ווייס נישט...

אבער ס'מענט נישט אוועק פון די פאקט אז רוב זאכן וואס אינז זענען אויפגעוואקסן איז צווישן גאנצע ליגנטס, האלבע לינגנטס, ארויסגענעמען פון קאנטענט וכו..

הייבסט דיך אן טענהן מיט מענטשן, אין די הייבסט אן זאגן זאכן וואס מ'האט דיר אויסגעלערנט אלס פראוו,
זייער פיין אין וואול, אבער קענסט קיינמאל נישט וויסן ווען אין פראנט דיר גייט זיצן איינער וואס האט געמאכט א משהו ריסערטש, אין די וועסט ארויסגיין חוזק..
 
זייער קלאר @איש מבקש!
די ווארט קומט פון די אלע וואס גלייבן אז יעדע זאך וואס די 'מדינה' טוט, מיינען זיי אויסצושמד'ן כלל ישראל, דעמאלטס וועט יעדע זאך וואס זיי טוען זיין א גזירת שמד.
אזוי ווי מ'פארציילט פון בריסקער רב, וואס איז אמאל געגאנגען שפאצירן, און ער האט געזען אז מ'האט גערוקט א טרעפיק לייט פון איין פלאץ צום צווייטן, האט דער רב זיך געבייזערט אויף די מדינה, וואס האבן דאס דוקא געטון ווייל... האט אים איינער געפרעגט, סיריעסלי?! זיי האבן גערוקט א טרעפיק לייט נאר כדי צו אפצופירן כלל ישראל? האט דער רב געזאגט, יעדע זאך וואס זיי טוען איז אפצופירן כלל ישראל (אפי' שלא במודע, לכאורה) מ'דארף נאר טרעפן די סיבה פארדעם...

בנוגע בן גוריון, כ'האב אמאל געהאט א שמועס מיט א חשוב'ער סאטמארער חסיד, דעמאלטס איז ארויסגעקומען די פראטאקאלן פון די ישיבות הממשלה איבער פרשת יאסעלע שוכמאכער, אינמיטן די שמועס רעדט מען דארט איבער הרב דאמב פון לאנדאן, און פונעם סאטמאר רב, און בן גוריון וואונדערט זיך זייער שטארק, הלמאי די חברה האקן אזוי אויף די מדינה, ממש ער פארשטייט עס נישט, האב איך געפרעגט דעם חסיד, אויב האט בן גוריון געוואלט אויסשמד'ן כלל ישראל, וואס איז אים אזוי שווער צו פארשטיין אז די חרדי'שע אידן רעגן זיך אויף אים? האט מיר דער חסיד געזאגט, אז די אמת איז לכאורה אז בן גוריון האט טאקע נישט געוואלט (במודע) אפשמד'ן כלל ישראל, און אדרבה דאס איז געווען א חלק פון די נסיון ווייל מ'האט נישט געזען אויף אים אז ער וויל דא אפשמד'ן כלל ישראל, סך הכל האט מען געזען א שטאטסמאן וואס ארבעט פאר זיין לאנד.

יעצט, ס'איז באוואוסט די ווארט וואס מ'זאגט נאך פון בן גוריון אז אין אפאר יאר ארום וועלן די חרדים זיין נאר אין א מוזעאום, די ווארט האט נישט קיין מקור, אבער אזוי איז אנגענומען אין די חרדי'שע וועלט, כלומפר'שט מ'רודפ'ט אונז, וכו' וכו', לפי מה שנכתב למעלה, איז עס לכאורה שקר ווי עבודה זרה. ופשוט הוא.
 
יאפ הונדערט פראצענט גערעכט @כספי און @איש מבקש, דעיס איז ממש דבריו של טעם ומילים של חכמים, נאר צוצולייגן א נקודה ס'קען גאר זיין אז די סיבה פארוואס מ'האט אינז כל ימיו איינגערעדט די אויבענדערמאנטע שקרים איז פשוט געווען אז מען זאל נישט גיין אין מיליטער (צו ווייל די מאמע'ס האבן מורא געהאט, אדער וויבאלד מען דארף לערנען תורה, נישט קיין נפקא מינא וואס די סיבה איז) , און דערביי האט מען שוין געבויט א פזמון "אז וואס די מדינה טוט איז אינז אפצו'שמד'ן".
די אלע פזמונות און זיך אליין קלאפן - אז מען רודפט אינז איז נאר א קאווע"ר' א"פ פאר די ריכטיגע אמת'ע פאקטן.
 
אבער ס'מענט נישט אוועק פון די פאקט אז רוב זאכן וואס אינז זענען אויפגעוואקסן איז צווישן גאנצע ליגנטס, האלבע לינגנטס, ארויסגענעמען פון קאנטענט וכו..

הייבסט דיך אן טענהן מיט מענטשן, אין די הייבסט אן זאגן זאכן וואס מ'האט דיר אויסגעלערנט אלס פראוו,
זייער פיין אין וואול, אבער קענסט קיינמאל נישט וויסן ווען אין פראנט דיר גייט זיצן איינער וואס האט געמאכט א משהו ריסערטש, אין די וועסט ארויסגיין חוזק..
יעדע קולט האט א וועג פון סופרעסן אינפארמאציע, און ווי איך זאג אלעמאל די זעלבע מענטשן וואס גייען אין פייער אז די אמעריקאנע מידיא פארפירט זיי און זיי פארשטייען סך בעסער באגרייפן נישט די א'ב' פון וואס צו טוהן מיט די אינפארמאציע וואס זיי נעמען אריין אין זיך אויף זייערע אייגענע אינער פאליטיק, און פעקט טשעקן אדער לאדזשיקלי טשעלענשזשן איז נישט קיין ענין.

יא ס'איז א גרויסע סטעיטמענט אבער ווען דו וועסט ליינען פונקטליך וואס א קולט איז וועסטו פארשטיין וואס דא טוט זיך. זירא קריטיקל טינקינג סקילס!
 
פון די אנדערע זייט, דעס אז די רעגליעזע פארטייען ווילן אז חרדים זאלן 'אויך' גיין אין מיליטער, איז קלאר אז זייער ציל איז נישט אויסצו'שמד'ן ווייל זיי האלטן זיך אליינס אלץ שומרים תורה ומצוות.

אבער די פרייע, נישט קיין חילוק וואס זייערע כוונות זענען דא, איז כמעט בכור אז זיי קענען באשטיין (אין אלגעמיין) אז די חרדים זאלן פריי ווערן!

יא, אפי' בן גוריון האט אפשר נישט פארשטאנען וואס דאמב וויל פונקליך - ווייל ער האט זיך נישט געזעהן טוהן עפעס אויסצו'שמד'ן כלל ישראל, אבער האט לכאורה געקענט באשטיין.

פארוואס עכ''פ מיין איך אזוי, ווייל רוב פרייע אידן ווילען (עכ''פ אין הארץ) אז די פרומע זאלן פריי ווערן, כהיום זענען שוין דא אויסנאמען וואס זאגן אדרבה זאלן די פרומע בלייבן, אבער אין הארץ האלטן זיי לכאורה נישט אזוי, און דאס איז סתם אזוי א מיעוט, רוב פרייע זאגן אפי' בפה מלא, ופשוט, אז זיי זאלן וועלן אז די פרומע זאלן פריי ווערן.

וועגן דעם קוקט מען אלעס אזוי אהן, מ'האט אנגעקוקט בן גוריון ווי ער וויל אויס'שמד'ן כלל ישראל, ווייל אז ער וואס איז געווען א איד, האט אבער געהאלטן אז א איד דארף נישט זיין קיין שומתו''מ (עפ''ל), אזויווי ער איז נישט געווען, האט ער דאך געהאלטן אז די חרדים דארפן דאך אויך נישט זיין, אויב אזוי פארוואס זאלן זיי יא זיין.

פון דא נעמט זיך אז זיי ווילן אויס'שמד'ן, לענ''ד
(ולכן האלט איך פון סמוטריץ און בן גביר, הגם זיי זענען אביסל עקסטרעם - און עקסטרעם איז קיינמאל נישט גוט נישט קיין חילוק וועלכע וועג, אבער למעשה זענען זיי פארטייען וואס זענען אפציעל שומתו''מ זענען זיי די איינציגסטע וואס ווילן א מדינה, אבער פארשטיין אז מ'דארף זיין אן ערליכער איד, מ'דארף פאלגן די רבש''ע, און אפי' איך בין מיט זיי וואס נישט איינשטימיג מיט זייערע שיטות, אבער די סוף און די פונקט זענען די זעלבע - לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו!)
 
Back
Top