רויז פיבער אנאנימעס

כלבין דחציפין

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2025
מעסעדזשעס
27
רעאקציע ראטע
191
אין א דור וואס פאר א יעדע מיחוש אמת׳ע צו איינגערעדטע איז שוין דא ארגענעזאציעס, צוועלף שטאפל פראגראמען, אטעמען סעסיעס און סאפארט גרופעס.
איז נישט מער ווי יושר אז מיר רויז-מיטגעמאכטע זאלן עפענען א סאפארט גרופע.
חברה האלט ענק שטארק שעמטס ענק נישט לאז די האפטשוס אויפשוידערן דעם בית מדרש מיט א שטאלץ, בלאזט אייער נאז אזש דער בעל תוקע זאל פילן ווי א בעטא-זכר, לאז דיין טרערן גיסן אז זאלסט האבן קרעדיט פארן אריז״ל׳ס יום כיפור קוואטא.
ווען מען פילט אז סאיז כלו כלו כל הקיצין זאל מען זאגט דריי מאל בשם ומלכות פ*ק ש*ט ד*מיט.
א חבר האט מיר לעצטנס געזאגט אז דאס וואס איך האפטשו אזוי סאך ווייזט אז איך גיי נישט אין שאוער (לגמרי נישט אמת, אבער עם עקש תתפתל). האב איך עם געזאגט אז דאס וואס ער האט רויטע האר ווייזט אז ער איז א ממזר, פון ווי נעמסטו עס איז ער געווארען אינגאנצען אויפגערעגט, איך האב עס געהערט פון יענער וואס האט דיך געזאגט אז האפטשוס איז א סימן אז מען גייט נישט אין שויער.
לאמיר זיך אינאיינעם מחזק זיין, יעדן טאג ביי ציילן ספירה האב איך אינזין היום שמונה ימים שהם שבוע אחד ויום אחד לאלערג׳יס. און טאקע וועגן דעם מאכט מען שבועות א פארטי וויבאלד די אלערג׳יס ענדיגט זיך בערך דעמאלטס.
א פרייליכן ספרינג.
 
Back
Top