ס'איז אינטרעסאנט ווי ריקי רעדט אגאנצע צייט געהעריג אידיש און אידישע ענגליש און ברענגט נישט ארויס קיין העיט
וורס פרידא וואס ווארפט כמעט נישט אריין קיין אידיש און ס'זעהט זיך אהן אסאך ווייטאג
אויך וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן מער איבער איהר פראסעס פון א כלה ווערן חתונה האבן און נאכדעם סלאולי אפפארן אדער טשוזן איהר אייגענע מהלך
אויב דו ביזט גערעכט, איז דא א פשוט׳ע הסבר וואס מ׳קען געבן דערויף
פרידא איז א מאמע פון א טינעידש קינד (גארנישט גרינג צו זיין א single mom). דערצו דארף זי ארייברענגען גענוג פרנסה זיי ביידע אויפצוהאלטן, זי איז אן Entrepreneur און האט מסתם אסך דאגות אויפ׳ן קאפ
און אויב האסטו געליינט אדער געהערט וואס זי האט געשריבן וועגן איר
גט (נישט קיין פשוט׳ע איבערלעבעניש ווען מ׳האט שוין א קינד & מ׳האט זיך ליב איינע די אנדערע, נאר די איינציגע פראבלעם איז רעליגיע)
דערצו, אויב ווייסטו אביסל פון איר פארגאנגענהייט, די רדיפות פון ועד הצניעות ווען זי איז נאך געווען אן איינוואוינער אין קרית יואל (דאכצעך זי האט
געשריבן דערוועגן אין איר בלאָג: ״שפיצל שטרומפקינד״ אבער כ׳ווייס נישט אויב מ׳קען עס נאך זעהן דארט -אפשר האט מען נאר צוטריט צו אירע cartoons ווען מ׳צאלט אויף איר Patreon) ווי אויך די miscarriage און די טראומא וויאזוי מ׳האט זיך אויפגעפירט מיט איר, איז שוין גארנישט קיין חידוש
ווען דו פארגלייכסט צו ריקי וואס האט איר גאנצע לעבן פאַר זיך, נישט משעובד צו קיין מאן און האט נישט קיין פליכטן פון האדעווען קינדער, זי קען רוהיג pursue her dream און איר קאריערע האט לעצטנס אנגעהויבן בליהען- פארוואס זאל זי נישט זיין אויפגעלייגט (אוודאי איז זי אדורך דאס גיהנים אלס קינד און אסך היילונג געמוזט דורכגיין ביז זי האט דערלעבט זיך צו זעהן דא, אבער זי איז פריי פון פרידא׳ס דאגות)