ראציאנאליזם און עמפיריציזם: די סייענטיפישע רעוואלוציע (די וועלט, ו')

יוסקע ווארטעמאן

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 4, 2025
מעסעדזשעס
48
רעאקציע ראטע
461
פונקטן
53
די וועלט, דער מענטש און אידישקייט, ו' - ראציאנאליזם און עמפיריציזם: די סייענטיפישע רעוואלוציע

מען קען געפינען אלע פריערדיגע ארטיקלען אין דער סעריע דא.

אין א שטעטעלע ערגעץ וואו אין פראנקרייך פונעם 17טן יארהונדערט זיצט זיך רענע דעקארט ביי זיין שרייבטישל און פרובירט אויסצוארבעטן די געזעצן פון נאטור פון ערשטע פרינציפן. דער יונגער רענע האט שוין אפגעווארן דעם עפיסטעמאלאגישן שיעבוד צו די פארהייליגטע אויטאריטעטן און ער לאזט זיך ארויס אויפצואווייזן אז דעם אמת קען מען אנטדעקן מיטן כח פונעם ריינעם שכל, אן קיין פריערדיגע הנחות, נאר באזירט אויף אייזן־פעסטע, אומ'פקפוק'בארע לאגישע יסודות. אין זיינע פארשונגען רעוואלוציאנירט ער דאס פעלד פון מאטעמאטיק דורכן פאראייניגן געאמעטריע און אלגעברא, און ער גרינדעט די מאדערנע פילאזאפיע, באפריייט פון דער מיטלעלטערישער סכאָלאַסטיק. דאס איז דער ראציאנאליזם.

ראציאנאליזם איז דער געדאנק אז דער מענטש קען אויסארבעטן און אנטדעקן די אמתן פון עקזיסטענץ מיטן ריינעם שכל, אן דארפן צוקומען צו סיי וועלכע אויטאריטעטן. דער ראציאנאליזם האט באפרייט די מענטשהייט פון דער אונטערטעניגונג צו פארהייליגטע אויטאריטעטן, ערלויבנדיג פאר מער פרייהייט פון געדאנק, און פאדערנדיג אז אמונות און פראפאזיציעס מוזן ווערן בארעכטיגט דורכן שכל און קענען זיך נישט סתם אנהענגען אין וואס פריערדיגע האבן געזאגט אן באווייזן.

דעקארט'ס ראציאנאליזם האט אויפגעשלאסן ביי דער מענטשהייט איר כוח־המחשבה און באלד האבן אלערליי פילאזאפן און דענקער זיך גענומען צו דער ארבעט פון זיך אומקערן צו די יסודות און הנחות וואס מען האט ביז אהער אנגענומען מיט אמונה־פשוטה, זיי צו בודק זיין, מערער זיין און פרובירן אוועקצושטעלן נייע יסודות אויף זיכערע און סטאבילערע שכל'דיגע גרונדן. אינעם פעלד פון עטיק, האט ברוך שפינאזא אויפגעבויט א חריפישע סיסטעם וואס זאל האבן אוועקגעשטעלט חובת האדם בעולמו אויף ריין לאגישע גרונדן, אן דארפן צוקומען צו רעליגיעזער און טראדיציאנעלער דאגמע. שפינאזא האט אויך איינגעפלאנצט די ערשטע קערנדלעך פון חקר־המקרא – דער קריטישער אנאליז פונעם תנ"ך – צו וועלכן מיר וועלן זיך נאך אומקערן און צוקונפטיגע ארטיקלען.

ווי אומגעהויער גרויס עס זענען געווען די דערפאלגן פונעם ראציאנאליזם אינעם געביט פון פילאזאפיע, זענען זיינע הצלחות אבער געווען פיל באשיידענער ווען עס האט זיך געהאנדלט מיט נאטור־וויסנשאפט. פיל פון די ראציאנאליסטן האבן פיבערהאפטיג געארבעט אויף עלעגאנטע און אמביציעזע טעאריעס וואס זאלן באשרייבן די געזעצן פון נאטור, אבער ווייניג האבן געפירט צו טיפערן פארשטאנד אדער צו עפעס פראדוקטיוו און נוצליך. דווקא די פארשער וואס האבן זיך ווייניגער אפגעגעבן מיט אבסטראקטע חקירות און ארומנעמיגע טעאריעס, נאר האבן זיך פארקאטשעט די ארבל און זיך געלאזט צוהערן צו וואס די נאטור זעלבסט האט צו זאגן, דורך פיזישע אבסערוואציעס און עמפירישע עקספערימענטן, דווקא זיי האבן געמאכט באדייטנדע פארשריט אין אויפשליסן די סודות פון נאטור.

יאהאן קעפלער, דער דייטשער אסטראנאם און מאטעמאטיקער פונעם 17טן יארהונדערט, האט אבסערווירט אז די ארביטן פון די פלאנעטן ארום דער זון פאלגן נאך געוויסע מאטעמאטישע געזעצן, הגם אז ער האט נישט פארשטאנען די סיבה דערצו. גאַלילעאָ האט עמפיריש עקספערימענטירט מיט, און באשריבן, דאס התנהגות פון קערפערשאפטן אין באוועגונג, צי ווען זיי פאלן, וויגן זיך, אדער ווערן פארשנעלערט. דאס האט דאן ערלויבט פאר ניוטאנען צו אויפקומען מיט דער קרוין פון דער מעכאנישער פיזיק, מיט זיינע געזעצן פון באוועגונג און פון אוניווערסאלער שווערקראפט, וואס פאראייניגן קעפלער'ס געזעצן פון די הימלישע קערפערשאפטן מיט גאלילעא'ס געזעצן פון ערדישער באוועגונג אין איין עלעגאנטער טעאריע.

די דאזיגע באאיינדרוקנדע דערגרייכונגען אין נאטור־וויסנשאפט האבן קלאר אוועקגעשטעלט די יתרונות פונעם עמפיריציזם איבערן ראציאנאליזם. בניגוד צום ראציאנאליזם, טענה'ט דער עמפיריציזם אז די פאקטן פון עקזיסטענץ קען מען נישט אנטדעקן בלויזן מיטן ריינעם, אבסטראקטן כח השכל, פון לאגישע פרינציפן. נאר מען מוז עפענען די אויגן און באטראכטן די וועלט. מען מוז עקספערימענטירן און אבסערווירן רעאליטעט און לאזן די פיזישע פאקטן רעדן פאר זיך. עס איז נישט די וועלט וואס מוז זיך בייגן צו אונזערע טעאריעס, נאר אונזערע טעאריעס וואס מוזן זיך צופאסן צו די פאקטן פון עקזיסטענץ.

אט די פילאזאפיע האט איניציאירט די סייענטיפישע רעוואלוציע. נאטור־וויסנשאפט וואס איז ביז אהער געווען פאררעכנט אלס א סארט פילאזאפיע – נאטורליכע־פילאזאפיע – איז יעצט געווארן איר אייגן פעלד: סייענס. סייענטיסטן האבן שוין נישט פרובירט צו אויפקומען מיט גראנדיעזע פילאזאפישע טעאריעס, נאר האבן זיך גענומען צו די לאבאראטאריעס, וואו זיי האבן אונטערגעווארפן זייערע השערות צו שטרענגע טעסטן און עקספערימענטן, צו באשטעטיגן די וואס שטימען מיט די עמפירישע רעזולטאטן, און אפצואווארפן אדער איבערארבעטן די וואס שטימען נישט.

די הצלחות פון דער סייענטיפישער רעוואלוציע זענען געווען באלדיגע און ווייט־גרייכנדע. איבער די פאלגנע פאר יארהונדערטער, האט די מענטשהייט געמאכט אומגעהויערער און גיכער פארשריט אין פארשטיין זיין וועלט, אויף א פארנעם וואס איז געווען אומבאגרייפבאר ביז אהער. דער מענטש האט אנטדעקט דעם מהות פון ליכט, עלעקטרא־מאגנעטיזם, דעם אטאם, כעמיע, ביאלאגיע, מעדעצין, וואס האט אים דאן ערלויבט צו מאניפולירן די וועלט פאר זיינע באדערפענישן, דורך איינשפאנען די מקורות פון ענערגיע אים צו ערמעגליכן צו אויספירן פעולות אויף א פיל גרעסערן און שנעלערן פארנעם ווי וואס וואלט געווען מעגליך מיט זיינע מוסקלען אליין. דאס רעדט מען פארשטייט זיך פון דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע, וואס האט אונז געגעבן פאבריקן, מאס־פראדוקציע, אן עקאנאמיע פון שפע, און די אלע עלעקטרישע באקוועמליכקייטן צו וואס אונז זענען געווארן צוגעוואוינט כאילו ס'קומט אזוי נאטורליך, ווי עראפלאנען, קאמיוניקאציע, דער אינטערנעט, מאדערנע מעדעצין אא"וו.

אבער די סייענטיפישע מעטאדע האט אונז נישט געגעבן בלויז טעכנאלאגיע און אוטיליטארישע וויסנשאפט. זי האט אונז אויך באשאנקן מיט א וועלטבאנעם, א טיפערן פארשטאנד פון עקזיסטענץ, א שילדערונג איבער וויאזוי די וועלט פירט זיך, די כחות פון נאטור, און וויאזוי דער יקום האט זיך אנטוויקלט ביז אהער. מיר וועלן זיך נאך אומקערן אין די קומענדיגע ארטיקלען אנצורירן אביסל אט דעם וועלטבאנעם און וואס עס האט אונז צו לערנען. אבער דא ווילן מיר נאר אנמערקן אז בעת די חרדישע וועלט איז גרייט אנצונעמען די טעכנאלאגישע פראדוקטן פון דער סייענטיפישער מעטאדע, און פריידט זיך מיט איר פארשריט אין פארגרינגערן און פארלענגערן דאס לעבן, ווארפט זי אבער גענצליך אפ איר וועלטבאנעם – דעם זעלבן וועלטבאנעם וואס האט גורם געווען אט דעם פארשריט און וואס איז אינגאנצן אומאפטיילבאר פון אים.

מיר וועלן זיך נאך אומקערן צו אט דער היפאקריטישקייט אין אונזערע קומענדיגע שריפטן. אבער צום ערשט איז כדאי זיך צו פארהאלטן נאך אביסל לענגער צו באקומען א טיפערן פארשטאנד איבער דער סייענטיפישער מעטאדע און דאס וואס מאכט איר אזא מאכטפול געצייג אויף זיך צו דערגרינטעווען צום אמת: פאראויסזאגונגען און פאַלסיפיצירונג. איבער דעם, אין קומענדיגן ארטיקל.​
 
"הקב"ה אסתכל באורייתא וברא עלמא"
שטעלט זיך פאר אז איינער פארקויפט אייך א וואשמאשין און די אינסטרוקציעס פון די פאבריקאנט זאגן אז איר מאטאר איז אין אן אנדער פלאץ ווי די אמת, די יאר פון פאבריקאציע איז עטליכע טויזנט יאר פריער. און ווארנט אייך אז אויב איר ווייכט אפ פון די כּללים און פון וואס מען לערנט צווישן די שורות און איז נישט קלאר געשריבן, וועט דער קונה געהאלטן ווערן פאראנטווארטלעך...
 
@יוסקע ווארטעמאן דו ווייסט מן הסתם אליין נישט ווי סאך די אויפטוה פון דיינע סעריעס זענען.

יהי רצון שיתהדר ויתעלה ויתהלל חותמו דקודשא ברוך הוא בעולמינו לעילא מן כל אמונתא טפילתא ושקרתא, מנהגתא ושטותא, דאמירן בעלמא ואמרו אמן!
-

וכאן המקום להעיר, מ'קען טראכטן ווי א דענקער בנוגע זאכן וואס פארלאנגן ראציאנאליזם, און זיין א מאמין ביי זאכן וואס פארלאנגן ספיריטואלעטעיט. (בקי ברצוא ושוב...)

ספיריטואלעטעיט און רעליגיעזע מנהגים דינען א ציהל, זיי פיהלן אהן א לאך. די סובקאנשעס פונעם מענטש דארף נישט קיין לאגיק און מאטאמאטיק, ס'טראכט אנדערש!

ווארף נישט אוועק דיין ספיריטואלעטעיט מיט לאגיק פונקט ווי דו בויעסט נישט קיין עראפלאן מיט ספיריטואלעטעיט!

אז כ'גיי דיר אויפווייזן אז ס'נישט דא קיין חיוב צו זיין בשלום מיט זיך אליין מיינט נאך נישט אז ס'איז נישט א גוטער וועג פון לעבן.

ועיין כאן
 
איך האף צוצוקומען דערצו אין דער סעריע, נאר ס'דא אסאך נאך צוצוקומען ביז דאן. די סעריע הייסט "די וועלט, דער מענטש און אידישקייט ". מיר האלטן נאך ביי "דער וועלט". דיין נקודה באלאנגט צו "דעם מענטש און אידישקייט". איך מיין אז ס'איז כדאי צו בעסער ארויסהאבן די וועלט און ערשט דאן קען מען מאכן די ריכטיגע אפשאצונג איבער דער פלאץ פונעם מענטש און אידישקייט אין איר.
 
וויסנשאַפֿט האָט געלייזט אַ סך פּראָבלעמען אין דער וועלט, אָבער רובֿ מענטשן לעבן נאָך אַלץ אין ליידן, צי אַ ביסל צי אַ סך, און אין סוף שטאַרבן זיי ווי חיות.

עס זענען דאָ זאַכן וואָס וויסנשאַפֿט האָט נאָר ערגער געמאַכט, זי באַהויפּטעט אַז דער מענטש איז טאַקע אַ סאָפיסטיקירטער אַפֿע, אַז דער מענטש האָט נישט קיין נשמה, נאָר אַ קאָמפּיוטער אין מוח וואָס אַקטיוויזירט זיינע תאוות און געפילן, און באַהויפּטעט אַז דער ציל פֿון לעבן איז צו הנאה האָבן (און אויב דו ביסט געבוירן געוואָרן מיט שלעכט מזל?) און צו לאָזן אַ שפּור אויף דער וועלט (נאָך טויט, וועמען אינטערעסירט עס).

רעליגיע און אינטואיציע גייען אַרײַן אין די לעכער און ווילן גלויבן אין אַ לאַנגער טראַדיציע וואָס איז טויזנטער יאָרן אַלט. דאָס גיט דעם מענטש אַ גרויסן באַדײַט אין לעבן און טויט.

ווען וויסנשאפט קען לייזן אלע פראבלעמען, וואלטן מיר געהאלטן א זיצונג פון אלע רבנים, און גענומען עצה וואס צו טון...
 
ס'איז נאך איינס פון די וואונדער פון וויסנשאפט אז מיר קענען קארעספאנדירן צוזאמען פון איבער דער גארער וועלט ועגן תּורה און וויסנשאַפֿט... להגדיל תורה ולהאדירה.

אבער די רבנים האבן שוין געזאגט אז ס'איז פארבאטן צו ניצן דאס אינטערנעט נאר פארן צוועק פון מאכן א פרנסה אדער פארן טיילן זייערע בילדער...
 
די וועלט, דער מענטש און אידישקייט, ו' - ראציאנאליזם און עמפיריציזם: די סייענטיפישע רעוואלוציע

מען קען געפינען אלע פריערדיגע ארטיקלען אין דער סעריע דא.

אין א שטעטעלע ערגעץ וואו אין פראנקרייך פונעם 17טן יארהונדערט זיצט זיך רענע דעקארט ביי זיין שרייבטישל און פרובירט אויסצוארבעטן די געזעצן פון נאטור פון ערשטע פרינציפן. דער יונגער רענע האט שוין אפגעווארן דעם עפיסטעמאלאגישן שיעבוד צו די פארהייליגטע אויטאריטעטן און ער לאזט זיך ארויס אויפצואווייזן אז דעם אמת קען מען אנטדעקן מיטן כח פונעם ריינעם שכל, אן קיין פריערדיגע הנחות, נאר באזירט אויף אייזן־פעסטע, אומ'פקפוק'בארע לאגישע יסודות. אין זיינע פארשונגען רעוואלוציאנירט ער דאס פעלד פון מאטעמאטיק דורכן פאראייניגן געאמעטריע און אלגעברא, און ער גרינדעט די מאדערנע פילאזאפיע, באפריייט פון דער מיטלעלטערישער סכאָלאַסטיק. דאס איז דער ראציאנאליזם.

ראציאנאליזם איז דער געדאנק אז דער מענטש קען אויסארבעטן און אנטדעקן די אמתן פון עקזיסטענץ מיטן ריינעם שכל, אן דארפן צוקומען צו סיי וועלכע אויטאריטעטן. דער ראציאנאליזם האט באפרייט די מענטשהייט פון דער אונטערטעניגונג צו פארהייליגטע אויטאריטעטן, ערלויבנדיג פאר מער פרייהייט פון געדאנק, און פאדערנדיג אז אמונות און פראפאזיציעס מוזן ווערן בארעכטיגט דורכן שכל און קענען זיך נישט סתם אנהענגען אין וואס פריערדיגע האבן געזאגט אן באווייזן.

דעקארט'ס ראציאנאליזם האט אויפגעשלאסן ביי דער מענטשהייט איר כוח־המחשבה און באלד האבן אלערליי פילאזאפן און דענקער זיך גענומען צו דער ארבעט פון זיך אומקערן צו די יסודות און הנחות וואס מען האט ביז אהער אנגענומען מיט אמונה־פשוטה, זיי צו בודק זיין, מערער זיין און פרובירן אוועקצושטעלן נייע יסודות אויף זיכערע און סטאבילערע שכל'דיגע גרונדן. אינעם פעלד פון עטיק, האט ברוך שפינאזא אויפגעבויט א חריפישע סיסטעם וואס זאל האבן אוועקגעשטעלט חובת האדם בעולמו אויף ריין לאגישע גרונדן, אן דארפן צוקומען צו רעליגיעזער און טראדיציאנעלער דאגמע. שפינאזא האט אויך איינגעפלאנצט די ערשטע קערנדלעך פון חקר־המקרא – דער קריטישער אנאליז פונעם תנ"ך – צו וועלכן מיר וועלן זיך נאך אומקערן און צוקונפטיגע ארטיקלען.

ווי אומגעהויער גרויס עס זענען געווען די דערפאלגן פונעם ראציאנאליזם אינעם געביט פון פילאזאפיע, זענען זיינע הצלחות אבער געווען פיל באשיידענער ווען עס האט זיך געהאנדלט מיט נאטור־וויסנשאפט. פיל פון די ראציאנאליסטן האבן פיבערהאפטיג געארבעט אויף עלעגאנטע און אמביציעזע טעאריעס וואס זאלן באשרייבן די געזעצן פון נאטור, אבער ווייניג האבן געפירט צו טיפערן פארשטאנד אדער צו עפעס פראדוקטיוו און נוצליך. דווקא די פארשער וואס האבן זיך ווייניגער אפגעגעבן מיט אבסטראקטע חקירות און ארומנעמיגע טעאריעס, נאר האבן זיך פארקאטשעט די ארבל און זיך געלאזט צוהערן צו וואס די נאטור זעלבסט האט צו זאגן, דורך פיזישע אבסערוואציעס און עמפירישע עקספערימענטן, דווקא זיי האבן געמאכט באדייטנדע פארשריט אין אויפשליסן די סודות פון נאטור.

יאהאן קעפלער, דער דייטשער אסטראנאם און מאטעמאטיקער פונעם 17טן יארהונדערט, האט אבסערווירט אז די ארביטן פון די פלאנעטן ארום דער זון פאלגן נאך געוויסע מאטעמאטישע געזעצן, הגם אז ער האט נישט פארשטאנען די סיבה דערצו. גאַלילעאָ האט עמפיריש עקספערימענטירט מיט, און באשריבן, דאס התנהגות פון קערפערשאפטן אין באוועגונג, צי ווען זיי פאלן, וויגן זיך, אדער ווערן פארשנעלערט. דאס האט דאן ערלויבט פאר ניוטאנען צו אויפקומען מיט דער קרוין פון דער מעכאנישער פיזיק, מיט זיינע געזעצן פון באוועגונג און פון אוניווערסאלער שווערקראפט, וואס פאראייניגן קעפלער'ס געזעצן פון די הימלישע קערפערשאפטן מיט גאלילעא'ס געזעצן פון ערדישער באוועגונג אין איין עלעגאנטער טעאריע.

די דאזיגע באאיינדרוקנדע דערגרייכונגען אין נאטור־וויסנשאפט האבן קלאר אוועקגעשטעלט די יתרונות פונעם עמפיריציזם איבערן ראציאנאליזם. בניגוד צום ראציאנאליזם, טענה'ט דער עמפיריציזם אז די פאקטן פון עקזיסטענץ קען מען נישט אנטדעקן בלויזן מיטן ריינעם, אבסטראקטן כח השכל, פון לאגישע פרינציפן. נאר מען מוז עפענען די אויגן און באטראכטן די וועלט. מען מוז עקספערימענטירן און אבסערווירן רעאליטעט און לאזן די פיזישע פאקטן רעדן פאר זיך. עס איז נישט די וועלט וואס מוז זיך בייגן צו אונזערע טעאריעס, נאר אונזערע טעאריעס וואס מוזן זיך צופאסן צו די פאקטן פון עקזיסטענץ.

אט די פילאזאפיע האט איניציאירט די סייענטיפישע רעוואלוציע. נאטור־וויסנשאפט וואס איז ביז אהער געווען פאררעכנט אלס א סארט פילאזאפיע – נאטורליכע־פילאזאפיע – איז יעצט געווארן איר אייגן פעלד: סייענס. סייענטיסטן האבן שוין נישט פרובירט צו אויפקומען מיט גראנדיעזע פילאזאפישע טעאריעס, נאר האבן זיך גענומען צו די לאבאראטאריעס, וואו זיי האבן אונטערגעווארפן זייערע השערות צו שטרענגע טעסטן און עקספערימענטן, צו באשטעטיגן די וואס שטימען מיט די עמפירישע רעזולטאטן, און אפצואווארפן אדער איבערארבעטן די וואס שטימען נישט.

די הצלחות פון דער סייענטיפישער רעוואלוציע זענען געווען באלדיגע און ווייט־גרייכנדע. איבער די פאלגנע פאר יארהונדערטער, האט די מענטשהייט געמאכט אומגעהויערער און גיכער פארשריט אין פארשטיין זיין וועלט, אויף א פארנעם וואס איז געווען אומבאגרייפבאר ביז אהער. דער מענטש האט אנטדעקט דעם מהות פון ליכט, עלעקטרא־מאגנעטיזם, דעם אטאם, כעמיע, ביאלאגיע, מעדעצין, וואס האט אים דאן ערלויבט צו מאניפולירן די וועלט פאר זיינע באדערפענישן, דורך איינשפאנען די מקורות פון ענערגיע אים צו ערמעגליכן צו אויספירן פעולות אויף א פיל גרעסערן און שנעלערן פארנעם ווי וואס וואלט געווען מעגליך מיט זיינע מוסקלען אליין. דאס רעדט מען פארשטייט זיך פון דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע, וואס האט אונז געגעבן פאבריקן, מאס־פראדוקציע, אן עקאנאמיע פון שפע, און די אלע עלעקטרישע באקוועמליכקייטן צו וואס אונז זענען געווארן צוגעוואוינט כאילו ס'קומט אזוי נאטורליך, ווי עראפלאנען, קאמיוניקאציע, דער אינטערנעט, מאדערנע מעדעצין אא"וו.

אבער די סייענטיפישע מעטאדע האט אונז נישט געגעבן בלויז טעכנאלאגיע און אוטיליטארישע וויסנשאפט. זי האט אונז אויך באשאנקן מיט א וועלטבאנעם, א טיפערן פארשטאנד פון עקזיסטענץ, א שילדערונג איבער וויאזוי די וועלט פירט זיך, די כחות פון נאטור, און וויאזוי דער יקום האט זיך אנטוויקלט ביז אהער. מיר וועלן זיך נאך אומקערן אין די קומענדיגע ארטיקלען אנצורירן אביסל אט דעם וועלטבאנעם און וואס עס האט אונז צו לערנען. אבער דא ווילן מיר נאר אנמערקן אז בעת די חרדישע וועלט איז גרייט אנצונעמען די טעכנאלאגישע פראדוקטן פון דער סייענטיפישער מעטאדע, און פריידט זיך מיט איר פארשריט אין פארגרינגערן און פארלענגערן דאס לעבן, ווארפט זי אבער גענצליך אפ איר וועלטבאנעם – דעם זעלבן וועלטבאנעם וואס האט גורם געווען אט דעם פארשריט און וואס איז אינגאנצן אומאפטיילבאר פון אים.

מיר וועלן זיך נאך אומקערן צו אט דער היפאקריטישקייט אין אונזערע קומענדיגע שריפטן. אבער צום ערשט איז כדאי זיך צו פארהאלטן נאך אביסל לענגער צו באקומען א טיפערן פארשטאנד איבער דער סייענטיפישער מעטאדע און דאס וואס מאכט איר אזא מאכטפול געצייג אויף זיך צו דערגרינטעווען צום אמת: פאראויסזאגונגען און פאַלסיפיצירונג. איבער דעם, אין קומענדיגן ארטיקל.​
זאגסט גוטע זאכען , ראויין להעלות על שולחן מלכים - מאן מלכי רבנן - עס איז דא תורה ומדע .
מדע = סייענס = קומט צוזאם מיט תורה , עס איז
ידוע אז דער גר״א ווען ער איז
גיוועהן א גולה , ער האט גיפראוועט גלות און ער איז אהנגיקומען קיין ברלין האט ער זיך גיטראפן מיט רבי יעקב מעקלנבורג בעל הכתב והקבלה ( א מייסטער ווערק אויך מקרא) דערציילט אונז רבי יעקב אז ער האט דענסטמאהל שטודירט אין די אוניוועזיטעט ,און עס איז נולד גיווארן א מאטעמאטיש פראבלעם , וואס די פראפעסארן האבן נישט גיטראפן א סאלושען , און
ער האט עס פארגילייגט פאר די גר״א , און ער האט געקריגען א צופריעדענשטעלנד ביאור , וואס ער
האט איבער גיזאגט אין אקאדעמיע , אזש די סטודענטן און פראפעסארן, האבן גיבעהטן איינלאדן
די גר״א פאר א לעסען , ווען ער איז צוריק גיקומען
איז שוין דער גר״א גיוועהן אין דרויסן פון די שטאט,
ער האט עהם מער נישט גיזעהן , דער גר״א וואס
אלע שרייבען וועגן זיין דביקות אין תורה האט אויך
קונה גיוועהן מדע ,כאטש ער שימפט אויף די חכמת
פילוסופיה הארורה ( יורה דעה ) פון רמב״ם , ווי ער
האט גיהאלטן אז עס איז כנגד קבלה , אויף צווייט
ארט זאגט ער אויך, אז מען דארף די מדע לרקחות
ולטבחות, צו פארשטיין תורה , עס איז כעין סתירה
מוז מען זאגן אז עס מוז קומען, במדה ובמשקל
לפי דעתו הגדולה
על כל פנים סייענס איז גוט אין וויכטיג עס איז אויך
פון די נאטור - די טבע - וואס איז א בריאה פון א בורא עולמות ומלואו .
תורה איז די ״וועלטבאנעם״ פון די בורא
סייענס איז ״ווילטבאנעם״ פון די נברא
דברים נפרדים ואין מלכות נוגעת בחבירתה
 
עס איז
ידוע אז דער גר״א ווען ער איז
גיוועהן א גולה , ער האט גיפראוועט גלות און ער איז אהנגיקומען קיין ברלין האט ער זיך גיטראפן מיט רבי יעקב מעקלנבורג בעל הכתב והקבלה ( א מייסטער ווערק אויך מקרא) דערציילט אונז רבי יעקב אז ער האט דענסטמאהל שטודירט אין די אוניוועזיטעט ,און עס איז נולד גיווארן א מאטעמאטיש פראבלעם , וואס די פראפעסארן האבן נישט גיטראפן א סאלושען , און
ער האט עס פארגילייגט פאר די גר״א , און ער האט געקריגען א צופריעדענשטעלנד ביאור , וואס ער
האט איבער גיזאגט אין אקאדעמיע , אזש די סטודענטן און פראפעסארן, האבן גיבעהטן איינלאדן
די גר״א פאר א לעסען , ווען ער איז צוריק גיקומען
איז שוין דער גר״א גיוועהן אין דרויסן פון די שטאט,
ער האט עהם מער נישט גיזעהן
די מעשה איז אזוי גוט אז איך ווייס ניטאמאל צי ס'וואלט געווען נאך בעסער ווען ס'זאל ווען האבן פאסירט. כדאמרי אינשי, פארוואס לאזן דעם אמת שטיין אין וועג פון א גוטער מעשה?
 
לעצט רעדאגירט:

סי האט אמקור

"רבנו הגדול הגר"א מווילנא ז"ל [...] הוא אחד מיוחד בדורנו, שגם כל חכמי הגויים שבדורו הודו, שלא הגיעו לחכמתו והשכלתו בתכונה ובאלו המדעים, אף לקרסוליו. והוא ראה וידע והבין ספריהם וטענותיהם ומופתיהם.

ועכ"ז החזיק במעוזו, וחיזק בכמה מקומות בכתבים שלו כל דברי חז"ל. ואמר שנשתבשו כל הפילוסופים וחכמי התכונה, והאמין בכל דברי חז"ל כפשטם. ואמר שלא ידעו ולא הגיעו לקרסולי חכמנו הקדושים, בשום חכמה ומדע" (הגרי"א חבר, מגן וצינה פ"כ).

דאָס איז די מעלה פֿון דעם גרא, וואָס האָט געוואוסט אַלע וויסנשאַפֿטן און געמיינט אַז די וויסנשאַפֿטלער זענען נישט גערעכט און חז"ל ווייסן אַלץ.
און ווי באַקאַנט, ווען עס איז אַ סתירה צווישן דער תּורה און וויסנשאַפֿט, באַשליסן זיי זיך מיט זאָגן אַז "נשתנו הטבעיים".

מיר האַלטן זיך פֿאַר צו קלוג, ווי די חכמים האָבן געזאָגט "בעקבתא דמשיחא חוצפי יסגי".

דער גר"א איז געגאַנגען אין תמימות און אין דעם בריוו וואָס ער האָט געשיקט צו זיינע זין ווען ער איז געפאָרן קיין ארץ ישראל, האָט ער זיי נישט געשריבן אַז ער וועט זיי שיקן מתנות אָדער בילדער. נאָר ער האָט זיי דערשרעקט מיט וואָס משה ליאון האָט געפעלשט אין נאָמען פון רבי שמעון, כּדי זיי זאָלן זיין פֿאָרזיכטיק נישט צו זאָגן קיין איין אומנייטיקט וואָרט.

וכל כף הקלע, הכל בהבל פיו של דברים בטלים, ועל כל דיבור הבל צריך להתקלע מסוף העולם ועד סופו על אלו צריך לירד לשאול למטה הרבה מאד, ואי־אפשר לשער גודל היסורין והצרות שסובל בשביל דיבור אחד (זהר)

אמנם ר' משה ליאון עצמו חזר בו ובספר משכן העדות הסיק שאין כף הקלע כפשוטו אלא הוא רק דרך משל שלא תהיה לנפש מנוחה.
 
לעצט רעדאגירט:
סי האט אמקור

"רבנו הגדול הגר"א מווילנא ז"ל [...] הוא אחד מיוחד בדורנו, שגם כל חכמי הגויים שבדורו הודו, שלא הגיעו לחכמתו והשכלתו בתכונה ובאלו המדעים, אף לקרסוליו. והוא ראה וידע והבין ספריהם וטענותיהם ומופתיהם.

ועכ"ז החזיק במעוזו, וחיזק בכמה מקומות בכתבים שלו כל דברי חז"ל. ואמר שנשתבשו כל הפילוסופים וחכמי התכונה, והאמין בכל דברי חז"ל כפשטם. ואמר שלא ידעו ולא הגיעו לקרסולי חכמנו הקדושים, בשום חכמה ומדע" (הגרי"א חבר, מגן וצינה פ"כ).
ווייל ס'געשריבן אין גרויסע קידוש לבנה אותיות אין לשה"ק אין עפעס א ספר מיינט אז עס טאקע אמת און דער מקור איז ווארהאפטיג?
אדרבה אויב איז עס טאקע אזוי ווי דער ספר שרייבט אז

שגם כל חכמי הגויים שבדורו הודו, שלא הגיעו לחכמתו והשכלתו בתכונה ובאלו המדעים, אף לקרסוליו.
בינעך זיכער אז אין די ביכער פון אלע חכמים פון יענעם דור וואלט ווען געווען עפעס א שמועס וועגן דעם גר"א און זיין אויסטערלישע באקאנטשאפטן אין חכמות העולם
 
"רבנו הגדול הגר"א מווילנא ז"ל [...] הוא אחד מיוחד בדורנו, שגם כל חכמי הגויים שבדורו הודו, שלא הגיעו לחכמתו והשכלתו בתכונה ובאלו המדעים, אף לקרסוליו. והוא ראה וידע והבין ספריהם וטענותיהם ומופתיהם.
ווען מען איז אינגאנצן אומוויסנד קוקט אויס אז דער וואס קען אביסל מער איז א וועלטס-גאון. דעם גאון'ס באהאוונטקייט אין מאטעמאטיק איז געווען גאנץ א באשיידענער. בעת וואס מאטימאטיקער האבן שוין אוועקגעלייגט די יסודות פון נומער-טעאריע, זיך פארנומען מיט קאלקולוס פון וועריאציעס און מיט לייזן קאמפליצירטע דיפרענציאלע גלייכונגען, ווייסט נאך נישט דער גר"א צו ניצן אלגעברא אין זיין איל המשולש פאר פשוטע געאמעטרישע פראבלעמען, הגם אז אלגעברא איז שוין געווען אנטוויקלט פאר הונדערט יאר.

דער גר"א איז געווען א גאון אין תורה, מיט א קליין ביסל ידיעות אין וועלטליכע חכמות. זה הוא.
 
איז נישט איל משולש געבויט מער ווייניגער אויפן מאטעמאטיק בוך פון אוקליד? (עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ)
 
באמת נישט קיין באאיינדרוקספולער ספר. א גוטער סטודענט אין סיי וועלכער מיטלמעסיגער שולע אין דער מערב וועלט האט א העכערע ניווא מאטעמאטיק ווי וואס דער גר"א ווייזט ארויס אין דעם ספר. ווי געזאגט, ווייסט דער גר"א נישט אפילו צו ניצן אלגעברא, וואס איז שוין דאן געווען גוט באקאנט צווישן מאטעמאטיקער. אין א צייט פון אדוואנצירטע קאלקולוס און נומבער טעאריע, ווייסט דער גר"א צו שרייבן נאר פון טעאריעס וואס זענען שוין געווען באוואוסט פאר טויזנטער יארן זייט יוקליד. עס איז נישט פאראן קיין איין איינציגער מאטעמאטישער חידוש אין איל המשולש!
 
די גאנצע טענה׳ריי ארום די קענטעניס פון גר״א
איז שלא מן הענין , די מעשה איז נאר א ארויס
צוברענגען א פוינט , מען שרייבט ווי א גרויסער
מחדש, ווי אזוי מען באטראכט די וועלטבאנעם
על זה אנו דנין,די סייענס, איז די באנעם פון נברא
אונז זאגן מיר די תורה , איז די באנעם פון בורא
צוויי אנדערע וועלטן ,די זענען נישט קיין סתירה
און דארטן ווי סייענס ווייזט קלאהר א זאך אויף
אונזער וועלט, אוודאי דארף מען זיך רעכענען דער מיט , און אויב עס איז דא עפעס א קנאי׳שער לשון
וואס מאכט אוועק חכמת הטבע , אין חוששין לו .
הטעות מצויה , והאמת לעולם עומדת
 
@יוסקע ווארטעמאן דיינע ארטיקלען אין דעם סעריע זענען געוואלדיג.. אזש ס'נישטא וואס צוצולייגן, ס'קען זיך בלויז אויסווארטן צום קומענדיגן..

שטעל נאר קלאר אויב מעגליך וואס איז דיין ציל דערמיט? איז עס א טעזע וואס דו פלאנסט עווענטואל אויסצושפינען?! איז עס א וועלטבאנעם דיינע וואס דו ווילסט אונז אלע איבערצייגן?! איז עס סתם א מסודר'דיגע קאלעקציע פון געדאנקען וואס דו ווילסט מיטטיילן?! אדער קומט גאר א שפיץ - אזא כאפ - ביים ענדע?!

ס'שפירט זיך היבש סוביעקטיווע מאטריאל אין עסענס, אראפגעלייגט און געשריבן אויף זייער אן אביעקטיווע וועג. דאס איז וויאזוי איך זע עס.. מעגליך אלס א בוך/קונטרס'ל וואלט זיך עס אפי' בעסער אריינגעפאסט..
 
באמת איז דאס געדאנק טאקע צו זיין א ביכל. יעדער ארטיקל איז באמת א קאפיטל אין בוך. נאר וואס דען, אנשטאט זיצן און הארעווען אויף דעם אליין ביז עס ווערט א גרייטע זאך, געניס איך פונעם גלייכצייטיגן פידבעק פונעם ציבור, וואס אינפארמירט מיר איבער ווי אזוי אויסצושטעלן די קומענדיגע קאפיטלען.

לגבי דעם ציל אדער פראגראם פון דער סעריע, האב איך שוין געשריבן אין ערשטן ארטיקל, וזה לשוני:

אין דער סעריע האף איך אייך צו געבן א בליק אויף אן אלטערנאטיוון וועלט־באנעם, אוועקגעשטעלט אויף וויסנשאפטליכע און פילאזאפישע יסודות, וואס וועט אייך נישט נאר באקענען מיט דאס וואס עקזיסטירט פאקטיש, נאר וועט אויך עקספלארירן וואס מען קען טון מיט אט די ידיעות און וויאזוי מען קען זיי ניצן אויף צו פירן א געזונט לעבן באזירט אין רעאליטעט.

נאר איך האב אויך א שטיקל מעטאדאלאגיע וואס וועט האפנטליך קלארער ווערן ווי מיר מאכן פארשריט אין דער סעריע. אפשר קענסטו דאס אנרופן די "טעזע". איך שטעל אוועק אירע יסודות אין פערטן ארטיקל, וואס דער מוסר השכל איז:

מען קען נישט אפשאצן די ריכטיגקייט און איבערצייגונגס־כח פון א טענה אן זיך באציען צו אנדערע הנחות־קדומות און אמונות אינעם אייגענעם וועלטבאנעם. צי א הוכחה איז איבערצייגנד צי נישט ווענדט זיך אויף וועלכע אנדערע פראפאזיציעס דער מענטש איז מקבל און אויף וועלכע אנדערע עפיסטעמאלאגישע און אנטאלאגישע התחייבותן ער פארמאגט. דער מענטש וועט אייביג אפשאצן א נייע טענה און נייע ידיעות דורך זיך באציען צו זיינע עקזיסטירנדע אמונות. דערפאר קען מען נישט ערווארטן אז א מענטש זאל אפלאזן זיין גאנצן וועלטבאנעם - ספעציעל אזא וואס מען האט אים אריינגעבאקן פון קינדהייט אן און וועלכער זיין גאנצע סביבה נעמט אן בפשטות – דורך אינדיווידועלע הוכחות און אויפווייזן. אז א מענטש באמיט זיך נישט צו קענען־לערנען ברייטערע ידיעות און וועגן פון טראכטן אויסער די ענגע ראמען פון זיין דערצויגענעם וועלטבאנעם, וועלן אבסטראקטע הוכחות אים ווייניג וואס איבערצייגן. פארקערט, ער וועט גרינג טרעפן 'הוכחות' וואס וועלן אים קלאר איבערצייגן אז דווקא זיין וועג איז דער ריכטיגער, וואס באמת דאכט זיך עס אים נאר אז דאס איז אזא מכה־בפטיש'דיגע הוכחה וויבאלד ער איז גענצליך אומוויסנד איבער די רעלעוואנטע פאקטן.

כדי איבערצוצייגן דעם ליינער צו נעמען אין באטראכט דעם אלטערנאטיוון וועלטבאנעם וואס די סעריע שטעלט פאר, דארף איך נעמען די צייט אים פארצושטעלן און אויפבויען און מיטנעמען דעם ליינער אויף א רייזע לויט זיין טעמפא. די ארטיקלען בויען זיך צוביסליך אין ריכטונג פון געוויסע מסקנות, אבער כדי אנצוקומען אהין איז נאך דא אסאך ידיעות און פערספעקטיוון וואס מען דארף פארלייגן.
 
Back
Top