- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 184
- רעאקציע ראטע
- 1,454
- פונקטן
- 213
אויב ס׳דא עפעס וואס כ׳קען נישט משיג זיין, איז קאמפן און מלחמה. איך ווייס נישט צו זיי זענען בראוו, אדער אפשר פשוט נאריש. ווייל פארוואס זאל א לעבעדיגער יונגער מענטש מסכים זיין זיך צו לאזן אין א קאמפ ווי ער קען פערטיגן דערמיט זיין לעבן, אדער ארויס א צוקלאטשעטער??? און פאר וואס, פאר וועמען? א מדינה? וואס איז דאס בכלל מדינה, מוטער לאנד? גיבט זי דיר פויגל מילעך? זארגט זי זיך באמת פאר דיר ווי א מוטער אין דיינע טאג טעגליכע ראנגלענישן? אדער איז עס גאר א דמיון וואס מ׳האט אונז אריינגעזעצט אין קאפ אריין און מ׳נעמט עס ערנסט מעשה עולם גולם???
מילא קעמפסט פאר דיין משפחה, פאר ווירדן, נו פארשטיי איך כאטש אז אן דעם איז דאך לעבן נישט קיין לעבן. פארשטיי איך נאר נישט, פארוואס איך, פארוואס נישט יענער, און אז איך פאל א פגר איז דאך גארנישט דא? קאפוט איז קאפוט! זאל איך הייסט עס קעמפן אז דו און אנדערע - חוץ איך - זאלן שפעטער עסן די קרעמיש קוכן על מי מנוחות און זינגען מה ידידות?…
על כל פנים גייט מיר די גאנצע זאך נישט אריין אין קאפ, אזא פאטריאטישקייט, א היץ, א לעבן ביזן טויט אריין אט דאס הייסט געלעבט…, ביז צום לעצטן קוגל קאמפן, א לוסט, אייפער, א מיסיע, א צוזאמענארבעט, א שגעון…
אבער רופט מיך עגאיסט, אויסניצער, אבער א מודה על האמת וועל איך זיין אז איך בין מכיר טובה גאר שטארק די וואס זענען מוכן ומזומן צו טון די שמוציגער ארבעט פאר מיינעט וועגן, צו ס׳לייגט זיך אויפן שכל צו נישט, רוף זיי משוגעים, ווייל ווי זאגט דער רמב״ם, לולי המשוגעים לא היה קיום בעולם, און אט זענען זיי, משוגעים לאותו דבר, און קאמפן פאר א לאנד וואס גיט מיר דאס געפיל פון זיכערקייט, א מדינה וואס העלפט מיר פאנטאזירן מיט נחת רוח אם אשכחך אין פארנט פון א מאלעריי פון ירושלים
שכח אייך סאלדאטן וואס איר טוט זאכן וואס איך בלויז אין א חלום אזא וואלט זיך שוין באפישט אין די הויזן פאר פחד