אביסל די בעהיינד די סינס...
מיין חבר זאגט מיר נאכן טון בופאו. מ'זעהט אז אונז זענען די פראגראמער פון אונזער פערסעפשאן, אונז זיצן ביים קאמפיאטער און זענען מחליט ווי אזוי אונז גייען גלייבן, טראכטן, און שפירן.
א מענטש איז א חלק פון נאטור
נאטור איז מעססי אבער זי וואקסט און בליהט
אזוי אויך א מענטש, ער שיינט זיין 'מעסי זיך' און דארף נישט טוישן צו שיינען און בליהן.
א מענטש וויל געבן, ער נעמט בעצם נאר כדי צו געבן.
א מענטש קען בוחר זיין גוטס אין זיין לעבן.
א מענטש קען כאפן א גוטע אפאר טיעפע אטעמס און צוריק קומען צו זיך.
א מענטש וויל זיך טאקע נעמען אין דער האנט און טון וואס ער וויל.
ער דארף אבער וויסן (נישט פון שכל!) ווי אזוי מ'איז א הומען ביאינג.
איך טריי צו בוחר זיין נאכאמאל און נאכאמאל אין וואס איך וויל באמת.
כ'וויל זעהן זאכן מיט א גוטע אויג
כ'וויל טראסטן מיין אייגענעם הארץ
כ'וויל זיין זיך
כ'וויל געבן און געבן
כ'וויל זעהן ווי כ'קען טון בעסער און געשמאקער, אבער אהן גילט און סעלף דאוט. נאר מיט טראסט, ליבשאפט, און אקסעפטענס.
ס'איז מיין בחירה אלף אלפי פעמים בכל יום.
אנטשולדיגט אויב ס'קומט נישט ממש אריין אינעם שנירל, כ'פיהל ווי ס'קען אפשר אמאל געבן פאר א מענטש (יענער קען גאר זיין מיר אליין אין א שוואכע מינוט) א הכרה אין אונזער כוח!
אן הכרה זאג איך?
איז דען דא איין זאך אין דעם תגובה וואס איז אויפגעוויזן אדער אומאפפרעגבאר?
נאר איך טייל מיט אן עקספיריענס וואס איך האב נישט אלעמאל, אבער כ'וויל גלייבן אין דעם ווייל ס'מאכט מיר וואקסן און בליהן!
פליז ליין עס איבער צו הערן א צווייטער הומען'ס עקספיריענס. אויב אזא עקספיריענס מאכט דיר וואקסן - גיי מיט דעם! באשיין זיך און אלעס ארום!
יהי רצון אז אלעס וואס איך ריר אהן זאל ווערן שענער פון פריער