שעסלעך (סקיר"ט בלע"ז)

איז דא איינער וואס האלט אז שווארץ איז שענער??
פרויען וואס זענען איבערוואגיג זענען שענער מיט שווארץ.
ווי טונקעלער און לענגער גיט עס זיי א סקיני'ער לאאק.
איך האב ערגעץ בילדער איךל וועל עס אויפזוכען, לכאורה גייסטו מודה זיין.
 
איך ווייס נישט ווער זיי זענען.
עס קומט פון פאליש די אשכול פון היימישע קאפלעך
זאג דו די חילוק צעווישן די ערשטע און די צווייטע.
אפשר איז עס נאכאלטס שענער, אבער האסט א הבנה פארוואס געוויסע גייע בלייבן מיט די שוווארצע טונקעלע קאליר
 
בייגעלייגטע פיילס

  • 1.5.webp
    1.5.webp
    51.6 KB · געזען: 126
  • 1.1.webp
    1.1.webp
    165.3 KB · געזען: 123
ועוד
 
בייגעלייגטע פיילס

  • 1.2.webp
    1.2.webp
    34 KB · געזען: 123
  • 1.4.webp
    1.4.webp
    81.4 KB · געזען: 119
  • 1.3.webp
    1.3.webp
    109.5 KB · געזען: 123
ועוד יש לומר.
כידוע לכל אז די לבוש פון א אשת חיל / אשה צנועה איז באדעקט אין גאס אין אנטפלעקט אין שטוב.
לכן אין גאס גייט זי א צפיצל מיט שווארצע שעסל
אין שטוב מיט שיינע שייטל און קאלירטע סקירט.
(הלואי)
 
איך ווייס נישט ווער זיי זענען.
עס קומט פון פאליש די אשכול פון היימישע קאפלעך
זאג דו די חילוק צעווישן די ערשטע און די צווייטע.
אפשר איז עס נאכאלטס שענער, אבער האסט א הבנה פארוואס געוויסע גייע בלייבן מיט די שוווארצע טונקעלע קאליר
יא ביסט גערעכט,
אבער איך רעד ווען די תירוץ איז נישט גילטיג..
(ווי קען מען זען די בילדער?)
 
אבער אזוי ווי די אשכול איז איינגעשלאפן, קוקט אויס ווי דר'עולם האט מער נישט וואס צוצולייגן, גיימיר יעצט זיך נעמען צום קאליר.

אין אונזער היימישע קאמיונעטי איז דא אזא אומאפציעלע ראל אז די סקורט מוז זיין שווארץ, 75% קרית יואלע פרויען וועלן נישט אנטון עפעס אנדערש, איך ברעך מיך קאפ צו פארשטיין פון ווי דעיס קומט, אין וועלכע צניעות צעטיל שטייט דעיס, ווען מיט די אייגענע הענט לאזט מען ארויס א געלעגנהייט צו מאכן די פרויען אויסזען אסאך שענער במלוא מובן המילה,
איך מיין אז קיינער האלט נישט אז א שווארץ איז די שענסטע קאליר פאר א פרוי זיך אנצוטון, נו אויב אזוי לאמיר הערן וואס איז שיין און מיט וואס גייען אייערע ווייבער, און וואס קען טון איינער וואס ביי זיי גייט מען בלויז שווארץ?
כ'האב אמאהל געפרעגט מיין ווייב פארוואס זי בלייבט ביי שווארצע סקירטס, זאגט זי אז ווען מ'פאנגט אן מיט קאלירטע סקירטס מוז די גאנצע געקליידעכץ קלאפן מיטן סטייל, און ס'איז פשוט נישט געמאכט פאר די זעלבע סארט פרוי.
 
נישט ממש אמת
 
א קליגע יודענע. א פיינע תירוץ זיך ארויסצודרייען
 
Back
Top