שבת getaway

טריפה'נע רעסטוראנטן

מקוה ישראל שול אין פילאדעלפיע. א צוויי שעה דרייוו בערך, איין גאס דערנעבן איז פארהאן א האטעל.
מקוה ישראל איז די עלטסטע קאנגרעגעשן און שול אין אמעריקע, א פארטעגעזישע קהילה מיט גאר א רייכע היסטאריע וועלכע ציהט נאך צוריק פון פאר די אמעריקאנער רעוועלוציע.
אינעם דערנעבענדיגן בית החיים ליגט איינע פון די גאר וויכטיגע אידישע פיגורן וועלכער האט געשפילט גאר א גרויסער ראללע אינעם אמעריקאנער רעוואלוציע ר' חיים סאלמאן ז"ל.
קענסטוך איינשרייבן אויב ווילסטו עסן דארט די סעודות, זיי וועלן דיר טשארדזשן א קליינע נישטיגע סומע אנטקעגן וואס דו גייסט באקומען דארט און די הערליכע עקספיריענס פון וועלכע דו און דיינע קינדער גייען דארט הנאה האבן.

אט איז א לינק.

https://www.google.com/url?sa=t&sou...wQFnoECFMQAQ&usg=AOvVaw3cBSWdUBsG-x9SJYzwlwik
דעס קען עפשר זיין גיט ?

עטליכע יאר צוריק זעמער געגאנגען צי פלארידע אין אראפגעפלאשט א שיינע פאר אלפים אין ווייניגער פון א וואך 🙈
מיין ווייב וויל איך זאל איר נעמען צי קאנקון פאר איר בעירטדעי אין עטליכע חדשים, זי וויל האבן א שיינע האטעל מיט א פרייוועט פול
זי וויל זייער שטארק ספענדן זי וויל דווקא נישט גיין צי א airbnb ווייל זי זאגט זי האטצעך אפגעבריט אלץ מיידל
און איך האלט נישט עס איז נארמאל צו ספענדן אזויפיל

מיין שאלה איז וואס איז נארמאל צי ספענדן אויב מען גייט פאר 4 טעג למשל
אויב איז עס נארמאל צי ספענדן אזויפיל און וויפיל גיי איך איין, זאל זיין אזוי > ווי מיין ניק זאגט
אויך אינז ווייסן נישט וויאזוי צי פלאנען אין ווי צי שפארן זי וויל אפילו נישט הערן פון זען ווי מען קען שאפן גיטע דיעלס פאר טיקעטס וכדומה
מיינע חברים קימען אן צי סאך מער זאכן פאר סאך ווייניגער געלט

און ווען איך זאג עס איר זאגט זי, וואס האב איך מיט זיי . 😬
 
לעצט רעדאגירט:
זי וויל זייער שטארק ספענדן
קוקט אויס ווי זי ארבייט נישט פאר די געלט, די ערשטע זאך דו זאלסט טוהן עמערדזשענסי נאכן פאר'ן פארן עני וואקאציע, שיק איר ארבייטן, זאל שוויצן פאר א דולר וועט זי ווערן דער זאל זיין אזוי דאן וועסטו קענען גיין רואיגערהייט לאקאל, זי וועט אפרישיעטן דעם מקוה ישראל שול אין פילאדעלפיע אויך פאר איר געבורטס טאג
 
וויכטיג!!!

איך זיך ווי כ'קען פארען מיט מיין ווייב נאך אויף די וואך שבת לכתחילה פון היינט דאנערשטאג ביז זינטאג אפ צי דריי שעה פון מאנסי
איך וויל מנין עסן קען איך נעמען אויך
PLEASE ANY LEADS
 
Sold out
לכתחילה א איר בי ענד בי עני פארשטיפטע געגענט
Ventnor city NJ
פארהאן דארט א פיינעם חב"ד
מיט א הערליכע ביעטש. די עיר בי ען בי'ס קענען זיין היפש טייער יעצט ווייל ס'איז א וואקאציע פלאץ און א ביעטש, אבער פרוביר עס אויס, אויב געלונגט עס דיר קען עס זיין גאר א הערליכער וואקאציע
 
און נארפולק דארף זיין א שטיקל ליטווישע כולל אין ישיבה.

אדער זוך אויף א חב"ד מיט שבת מנין אין שטיי איין אין א האטעל דערנעבן אדער א דירה.
אויך פארהאן דארט א חב"ד. די בעסטע איז אויב מ'רופט אריין דירעקט צו חבד
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ווי קען מען גיין בייקן מיטן ווייב נישט צו נאנט און נישט צו ווייט פון קרית יואל?
 
אז מען רעד שוין דא פין עיר בי ענד ביעס, וויל איך פרעיגן אזוי. איך האב אלעמאל געגליכן ענדערש א עיר בי ענד בי ווי האטעל ביי וויקעישאנס (רוב מאל, פארשטייט זיך ווענט זיך ווי א פלאץ) אפגערעד ווען מען פארט מיט די קינדער אדער נאך א משפחה איז עס ביליגער, אבער לעצטענס האט מיר א חבר מעורר געווען אז לכאורה דעיס איז אלעס פריוואטע הייזער אין קומט שוין מיט אינסטראקשענס פאר די וואס שטייען איין דארט אין די נומבער שלאס איז אלעמאל די זעלבע אין עס שטייט אויף די אינסטראקשענס סא לאמיר זאגען אז די דארפסט נישט מורא האבען פין די פארדינגער וואס קען זיין וואוינט די נעקסטע הויז צו דיר אין קען אריינוואקען אינמיטען די נאכט, דארף מען עכ"פ מורא האבען פין עני גוי וואס האט נאר אמאל געזעהן די נומבער אין קען זיך איינברעכען ביינאכט בשעת די ביסט ערגעץ אין מרחקים. אין זייט דעמאלט איז מיר אריין א פחד דאס לעצטע מאל כבין איינגעשטאנען אין א עיר בי ענד בי מיט מיין ווייב ביי נאכט יעדע קליינע נויז האב איך געפחדענט אז כקען מער נישט גיין... בינעך נייגעריג צו איינער האט אמאל געטראכט דערפון אדער האט א עצה דערצו.
 
אינטערעסאנט, איך בין שוין געווען אין מערערע עיר בּי ענד בּיס און קיינמאָל נישט געטראכט דערוועגן
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top