שערן די האר

איך האב גערעדט וועגן די טיכל, אבער ס׳קען גיין אויף ביידע.
 
באמת איז די שנירל דייקא נישט קיין הלכה שנירל
אבער אז דו שרייבסט, וועליך מגיב זיין

איר זענט נישט גערעכט!
ע''פ דין מעג מען טאקע גיין מיט אייגענע אויפגעדעקטע האר אינדערהיים (און אויכט אין חצר) אבער קרי''ש מעג מען נישט ליינען קעגן דעם

אמאל בימי חז''ל זענען די פרויען לכאורה אלע געגאנגען אויפגעדעקט אינדערהיים אבער דאך פאר קרי''ש האט מען געדארפט צידעקן
(אזוי איז לכאורה געווען ביז אסאך שפעטער,
די מג''א ערשט ברענגט די זוהר אז אפי' אינדערהיים זאל עס אייביג זיין צוגעדעקט
אפשערן איז שוין געווארן סאך שפעטער
בערך די צייט פון חתם סופר)
לויטן חתם סופר איז אסור מדינא דגמרא צו גיין אינדערהיים מיא אויפגעדעקטע האר או''ח סי' לו
 
לויטן חתם סופר איז אסור מדינא דגמרא צו גיין אינדערהיים מיא אויפגעדעקטע האר או''ח סי' לו
אויך לויטן חתם סופר איז טוישען א מסורה א איסור דאורייתא , מיט דעי אונגערישע רעטאריק דארף מען זיך נישט דערשרעקן אזויווי סאטמערע רב׳ס יהרג ועל יעבור׳ס
 
אויך לויטן חתם סופר איז טוישען א מסורה א איסור דאורייתא , מיט דעי אונגערישע רעטאריק דארף מען זיך נישט דערשרעקן אזויווי סאטמערע רב׳ס יהרג ועל יעבור׳ס
יאפ, און פארדעם גייען נאך אונגערישע אידענעס מיט א שירצל און טיכל לכבוד שבת.

1000303089.jpg

Traditional Hungarian costume I found online
 
I was never invovled in her tichel fashion so it would be funny to start now, my wife is comfortable with her shpitzel, she is not happy that she has to wear it but does not hate it either
גראדע קען א שפיצל זיין אמאל זייער שיין און הייס

איך רעד פון די שיינע קאלירטע טיכלעך
 
רוב חסידישע וואס האבן אויפגעהערט שערן גייען נישט די האר אויפגעדעקט אינדערהיים

@brooklyn11211 זאג פאר דיין ווייב צו פרעגן דיינע שנירן און טעכטער וואס שערן זיך נישט אדער וואס ווילן זיך נישט שערן וויאזוי עס צו טוהן
חוץ אויב די האר איז שוין ווייס און ס'ציהט דיר שוין נישט
 
צו די אלע וואס פרעגן פארוואס זאל איינער וועלן זיך נישט שערן, וואס גייט דיך אן וכו'
אויב דיין ווייב גייט מיט סיי וואס פאר א סארט שייטל, דאן האסטו די תירוץ.
מען טוט זיך אן מיט אן צווייטענס האר, צו פאלשע האר, וויבאלד מען וויל אז עס זאל אויסזעהן ווי האר, איז וואס איז די קשיא פארוואס זאל איינער וועלן די אייגענע האר.
 
איך וויל צולייגן איבער הלכות חציצה און אויב מען האט דאס שוין דערמאנט, בעט איך איבער למפרע.
די חילוק פון שערות הראש לשער הערוה, איז א די האר פון קאפ, וויבאלד עס איז מער און לענגער, קען עס זיך שנעלער פארקניפן. די ספרדים שניידן שׂער השׁער (ודו"ק) נישט וויבאלד עס קען זיך פארקניפן, נאר וויבאלד עס איז נישט שיין און (פאר געוויסע מענטשן) סעקסולי ריפאלסיוו (ווי די גמרא ברעגט שוין ארויס די שבח פון די בנות ציון, אז זיי האבן נישט קיין פוסי האר).

מען האט דערמאנט ליובאוויטש איז וויכטיג אנצומערקן אז בעפאר די גזירת המלבושים האבן זיי זיך יא געשוירן [וכן ראיתי בשם הרבנית א"ח האמרי אמת מגור לענין מנהג פולין, ווער עס קען באשטעטיגן זאל ביטע זיך אנריפן].
 
כ'ווייס נישט בפרטיות אודות ליובאוויטש, אבל ברור שהיה מנהג ישראל לגלח את שער הנשים והראי' מגזירת המלבושים שאסרוהו, ורבי שלמה קלוגער מזכירו.
 
כ'ווייס נישט בפרטיות אודות ליובאוויטש, אבל ברור שהיה מנהג ישראל לגלח את שער הנשים והראי' מגזירת המלבושים שאסרוהו, ורבי שלמה קלוגער מזכירו.
די שאלה איז ווען די מנהג איז נולד געווארן
און דורך וועמען....

בימי חז''ל און אזוי אויך די ראשונים, און די אחרונים ביז 200 יאר צוריק, האט זיך קיין שום ערליכע פרוי נישט געשוירן!

אז דו מחבר דערמאנט אין שו''ע אז פרויען טארן זיך נישט שערן, און נישט די רמ''א, אדער די ש''ך אדער די טו''ז, זאלן זאגן אז ס'איז יא דא וואס שערן זיך, און פראבירן צו פארענטפערן די מנהג,
מוז זיין אז דעמאלטס איז בכלל נישט געווען אזא זאך

די שאלה איז ווען ס'האט זיך אנגעהויבן
און װער ס'האט אזוי געשטערט די האר פון זיין פרוי....
 
א גוטע קשיא שאין עליה תשובה לכאורה
 
די שאלה איז ווען ס'האט זיך אנגעהויבן
און װער ס'האט אזוי געשטערט די האר פון זיין פרוי....
ווי איך פארשטיי עס, איז געווען א רב וואס זיין ווייב איז געווען א באהאלטענע לעזביען. זי האט פשוט געוואלט זיין מער מעסקולין סטייליש. פון דארט האט זיך עס ליידער דערקייקעלט...

סברא בעלמא הוא
 
לעצט רעדאגירט:
איך מאך דא אזא סאציאלאגישע אבזערוואציע:

ווייניג שנירלעך האלטן אן אזא לאנגע צייט, קומען אן צו צען בלעטער, האבן אזויפיל נייע ניקים וואס פיהלן באקוועם אריינצורעדן, און פילן אזוי געפיליש און פערזענליך אין די מעסעדשעס.

מיין מיינונג:
דאס איז פון די שטערקסטע זאכן וואס טוט ווייטאגן שטילערהייט, און איינע פון די ערשטע זאכן צו גיין ביי איינעם וואס האט די מעגליכקייט.

סיבות:

1. ס'איז זייער ווייטאגליך פארן פרוי, אפי' פרויען אינעם סיסטעם , וואס ווערן עווענטועל צוגעוואוינט דערצו, רעדן (ע'פ רוב) נאך יארן שפעטער צווישן חבר'טעס פון וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען און וויאזוי זיי האבן געפילט וכו', אזויווי מען רעדט פון א טראומא.

2. ס'איז פון די זאכן וואס מאכן די ווייניגסטע סענס פארן רוב המון עם... גלייב מיר אז רוב יונגערלייט קענען נישט מסביר זיין פארן ווייב פונקליך וואס די פראבלעם איז מיט האר. די וואס ווייסען עפעס מער ווייסן עפעס מיט "א חתם סופר... חציצה.... נישט פונקליך, אבער מיין מאמע וועט עס זייער באדערן..."

3. אפי' פאר די וואס נעמען אן בתמימות א מנהג ישראל תורה און ווייסן שוין יא די מקורות, ווייסן אז דאס האט פון די שוואכסטע מקורות רעלאטיוו צו אנדערע מנהגים. ער ווייסט אז רוב אידן גייען יא מיט האר. ער ווייסט (טיף אינעם באוואוסטזיין) אז מ'טרעפט עס נישט אין ערגעץ ביז אפאר הונדערט יאר צוריק. ער ווייסט אז קיינער (אפי' די היסטאריקער) ווייסן נישט פונקליך וויאזוי דאס האט זיך אנגעהויבן.

פרעגט אייך א פראגע, וועלכע נאך מנהג ווערט אינפארסירט אזויווי דעם, דורך די מאמע דירעקט קומען שניידן די טאכטער'ס האר? (עס פלעגט נישט זיין אזוי. פרעגט אייערע באבעס. )

שטעלט אייך פאר עס גייט צו אזוי: די פרוי זעצט זיך אראפ צו פרישטיק נאכ'ן שבה ברכות מיטן מאן. "יענקי ווילסט איך זאל אפשערן די האר? פאר דיר וועל איך עס טוהן, אויב ס'איז פאר דיר וויכטיג..."
קיינער וואלט מער נישט געוואוסט צו זאגן פון אזא מנהג.

והנראה לעניית דעתי כתבתי

הקטן שושני
דא האט איר א לינק צו א 2012 עסיי פיל מיט געפיהלן, געשריבן דורך פרידא וויזל, איבער שערן די האר.
Women shaving all their hair
 
וואס דען ווילסטו, בילדער...?
 
די שאלה איז ווען די מנהג איז נולד געווארן
און דורך וועמען....

בימי חז''ל און אזוי אויך די ראשונים, און די אחרונים ביז 200 יאר צוריק, האט זיך קיין שום ערליכע פרוי נישט געשוירן!

אז דו מחבר דערמאנט אין שו''ע אז פרויען טארן זיך נישט שערן, און נישט די רמ''א, אדער די ש''ך אדער די טו''ז, זאלן זאגן אז ס'איז יא דא וואס שערן זיך, און פראבירן צו פארענטפערן די מנהג,
מוז זיין אז דעמאלטס איז בכלל נישט געווען אזא זאך

די שאלה איז ווען ס'האט זיך אנגעהויבן
און װער ס'האט אזוי געשטערט די האר פון זיין פרוי....
למען הדיוק איז שוין געווען תקנות מיט איבער 400 יאר צירוק דורך די ועד ארבע ארצות, איבער איך שערן די האר.

כוועל נאך איין טאג עפענען אן אשכול איבער די גאנצע השתלשלות
 
למען הדיוק איז שוין געווען תקנות מיט איבער 400 יאר צירוק דורך די ועד ארבע ארצות, איבער איך שערן די האר.

כוועל נאך איין טאג עפענען אן אשכול איבער די גאנצע השתלשלות
דא א מקור דערויף?
 
Back
Top