שערן די האר

אוודאי נישט, וואס מקור ווען מקור

עס איז דא א פארקערטע מקור, אלע פוסקים וואס זענען דן אין די נושאים און נעמען אן מיט אן פשטות אז מען שערט זיך נישט, שוין היבש נאכן ענדע פונעם וועד ארבע ארצות. אויב זאל זיין אזא תקנה ווער דען זאל וויסן דערפון אז נישט די פוסקי הלכה?

אפילו דער חתם סופר וואס איז שוין פיל שפעטער, רעדט נאר וועגן א כלה דוכט זיך, און ביי א כלה איז שוין יא דא פיל מיט מקורות וואס גייט שוין צוריק צו די ראשונים'ס צייטן דוכט זיך, אז נאך די חתונה פלעגט מען אביסל ארום שניידן די האר עס זאל נישט זיין צו לאנג און נישט ארויס שטעקן פונעם טיכל
 
דא א מקור דערויף?
סאיז נישטא קיין קלארע מקור, און סווערט בהחלט נישט דערמאנט אין די תקנות הוועד. אבער אין (שו"ת משנה הלכות חלק י"ב סימן צ"ה) דערמאנט ער עס. אין אונגארען און רוסלאנד איז עס נתפשט געווארען סאך שפעטער.
יש שאומרים אז סשטאמט פון ליטע ווי סאיז געווען שווערע מחלות. און אוודאי איז געווען פיל מיט מתנגדים במשך הזמן.
 
שו"ת משנה הלכות אלס א מקור פאר א תקנת ועד ד"א????

וואס ביז עם קיינער שרייבט עס נישט???

ווי ארבעט אזא זאך??
 
אפשר פאר דעם איז געווען אנגענומען צו רופן דעם ספר משַׁנֶה הלכות. חוץ פון דעם אז ער איז א היינטיגע שבהיינטיגע וואס ער דערמאנט עס סוף פון די תשובה מיט א אומקלארקייט, ממילא זעה איך עס פאר די פארקערטע פון א ראי'.
 
שו"ת משנה הלכות אלס א מקור פאר א תקנת ועד ד"א????

וואס ביז עם קיינער שרייבט עס נישט???

ווי ארבעט אזא זאך??
גערעכט.
זייער מאדנע, און נישט קראנט.
אבער סאיז ווערט צודערמאנען, לדעתי.
 
למען הדיוק איז שוין געווען תקנות מיט איבער 400 יאר צירוק דורך די ועד ארבע ארצות, איבער איך שערן די האר.

כוועל נאך איין טאג עפענען אן אשכול איבער די גאנצע השתלשלות
איך ווארט אויף דיין אשכול! (שנירל)

איך ווייס אז אזוי זאגט מען...
אבער פארוואס ווערט אזא מנהג נישט דערמאנט אין אפי' איין ספר פון מער ווי 250 יאר צוריק?
אויב מ'שערט זיך שוין 400 יאר...
 
גערעכט.
זייער מאדנע, און נישט קראנט.
אבער סאיז ווערט צודערמאנען, לדעתי.
דאכצעך אז קלויזענבורגער רב, הלברשטאם, נישט גלאזנער, שרייבט דאס ערגעץ. און דאס איז דער מקור פונעם משנה הלכות
 
איך קען א אינגערמאן א ת״ח מופלג א מרביץ תורה זיין ווייב גייט אינדערהיים (פארשטייט זיך נישט אין די שעות וואס די קינדער זענען אינדערהיים) מיט א חצי שיעור בגד וד״ל
וועגן די בגדים איז א שמועס פאר זיך.
מיין ווייב האלט די אישו מיט די קינדער, און טוישן קליידער דריי מאל א טאג, און אויך האבן א פראבלעם מיט עפענען די טיר פון די הויז, איז זייער שווער.
 
איך שוין אזויפיל מאל געטראכט, א שאד אז כ'האב נישט אינדזויט מיין וויב'ס האר די נאכט פון די חתונה.
נאכדעם טראכט איך, אז אויב וואלט דאס פאסירט, וואלט די שערן געוועהן אן עכטע טשעלענדז, א"כ נאך א מזל כ'האב עס נישט געטוהן.
 
איך פארשטיי אז ביי מראה מקום מיינסטו לשיטת ארטאדאקסישע יודען

אין שו"ע איז דא גאנצע פרטים ווי אזוי פונקט זיך מגלה זיין ביים גיין אין בית כסא, ווען זיי וואלטן גערן געקענט נוצן דיין ברייטע "נישט קיין שום פראבלעם ע"פ הלכה" און פארמיידן זייערע ספיקות..

אינגאנצן "נאקעדיג". וואס דען...
דארט רעדט מען פון אפענע ביה"כ
א פארמאכטע שטוב דארף נישט זיין קיין פראבלעם.

ארום גיין די הויז נאקעט איז אפשר יא א פריצות שאלה.
 
מענין לענין (קומט אפשר אין מאחורי) אודות גילוח שער הערווה אצל האשה או האיש עי' פה. ער איז דער אנאנימער מחבר (אונטערן נאמען אברהם שמואל) פונעם ספר 'לדעת לאהוב'

כ'ווייס נישט וואס ער רעדט דארט צאם.

ידוע שנהגו חלק מהנשים מעדות המזרח לגלח את שער הערווה לפני הטבילה במקווה. [על אף ששמעתי בשם הרב מרדכי אליהו וגם בשם הגר"ע יוסף שהם היו מוותרים על מנהג זה כיון שיש בו חוסר צניעות].
וואס איז די חוסר צניעות?

אויך שרייבט ער אז די שער הערוה ביי נשים איז צו באהיטן דאס פלאץ?
 
כ'ווייס נישט וואס ער רעדט דארט צאם.

וואס איז די חוסר צניעות?

אויך שרייבט ער אז די שער הערוה ביי נשים איז צו באהיטן דאס פלאץ?
און נאכמער וייל דארט איז אפילו איין פארקניפטע האר א חציצה
 
איך שוין אזויפיל מאל געטראכט, א שאד אז כ'האב נישט אינדזויט מיין וויב'ס האר די נאכט פון די חתונה.
נאכדעם טראכט איך, אז אויב וואלט דאס פאסירט, וואלט די שערן געוועהן אן עכטע טשעלענדז, א"כ נאך א מזל כ'האב עס נישט געטוהן.
קענסט איהר בעטן יעצט אויפצוהערן
 
דארט רעדט מען פון אפענע ביה"כ
א פארמאכטע שטוב דארף נישט זיין קיין פראבלעם.

ארום גיין די הויז נאקעט איז אפשר יא א פריצות שאלה.
מיין חתן רבי האט געזאגט אז אין שנה ראשונה איז די גאנצע הויז ווי די בעדרום און מ'קען ארומגיין וויאזוי מ'וויל, און מקיים זיין די הייליגע מצוה ווי מ'וויל (פארשטייט זיך אז נישט קעגן ספרים)

איך פראווע שוין אפאר יאר שנה ראשונה...
 
ספר תשובה מאהבה א תלמיד חתם סופר ברענגט די שערן ווען ער באשרייבטט די צוואת חס''ת אבער ער זאגט קלאר אז די סיבה איז ווייל די מקוואות בימים ההם זעהען געווען נידריגע וואסער און ''שמוציג'' על כן איז בעסער צו שערן ביידע טעמים זענען נישט נוגע היינט
 
ווי קען מען זעהן די צוואת חתם סופר?
קיינמאל נישט געוויסט אז ס'שטייט דארט אז מ'דארף זיך שערן
 
מיין חתן רבי האט געזאגט אז אין שנה ראשונה איז די גאנצע הויז ווי די בעדרום און מ'קען ארומגיין וויאזוי מ'וויל, און מקיים זיין די הייליגע מצוה ווי מ'וויל (פארשטייט זיך אז נישט קעגן ספרים)

איך פראווע שוין אפאר יאר שנה ראשונה...
איך האב נישט געהאט אזא גוטען חתן רבי .....
 
איך ווארט אויף דיין אשכול! (שנירל)

איך ווייס אז אזוי זאגט מען...
אבער פארוואס ווערט אזא מנהג נישט דערמאנט אין אפי' איין ספר פון מער ווי 250 יאר צוריק?
אויב מ'שערט זיך שוין 400 יאר...
אולי איז די 'מסורה' פון זיך שערן בערך אזוי ווי די 'מסורה' פון נישט לערנען לימודי חול...
 
Back
Top