די אידישע חכמה און טפשות

עס איז נישט אזא פראבלעם,תוספות זאגט אז עס איז נישט מדוייק, אבער כך שיערו חכמים,אז מען זאל להלכה דן זיין כל שיש ברחבו טפח יש בהיקיפו שלשה טפחים, ווייל דער פסוק גיט די נומבערס,ביי
דעם ים שעשה שלמה לערנט מען אויס (א סמך )
אז פאר מעזשורמענטס אין די הלכה, נוצט דעם פארמולא, עס מוז נישט ממש שטימען מיט די מציאות פון מדידה אויף די האר , און דער אמת איז אז אלע שיעורי חכמים זענען אויף דעם אופן, ווי אזוי זיי האבן קובע גיוועהן - לדוגמא אז מען עסט א ככותבת אום יום כפור קומט מלקות , אדער בשוגג ברענגט ער קרבן חטאת , ווייל מען האט קובע אז בככותבת מייתבא דעתיה , אויב איז א משהו חסר איז ער פטור , אין מציאות איז דען אזוי, אז פונקט ביי דעם שיעור ווערט דער הונגעריגער בארוהיגט ?
שיעור סוכה פונקט שבעה טפחים , ווייל דענסטמאהל פאסט זיך אריין, זיין ראשו ורובו,
שיעור מקוה פונקט ארבעים סאה ווייל דענסטמאהל
קען זיין כל בשרו במים ,שיעור סילוק וסת נאך לידה
( לגבי וסת קבוע ) כ״ד חודש, שיעור מניקה לגבי מינקת חבירו כ״ד חודש , שיעור ביי ניטל הכבד אז עס זאל נישט זיין טריפה - וואס אינה יכולה לחיות -
איז כזית במקום חיותא , נאך און נאך , האט די הלכה קובע גיוועהן א שיעור , די תלמוד לערנט אז
שיעורים איז הלכה למשה מסיני , עס מוז נישט זיין
פונקטליך פעקטשועל , די הלכה איז נישט סייענס, איז דער כלל, כל שיש ברחבו טפח אויך א שיעור,
ולא קשה מידי .
דער רשב’א שרייבט לגבי קפילא אז טעם שאינו נרגש לרובבני אדם אינו טעם
דער שו”ע הרב ברענגט דאס לגבי פגימות ביי סכין של שחיטה.
דאס זעלבע ביי הרגשות.
אזוי אויך ביי פלעקן אויף אן אתרוג.
די תורה איז געגעבן געווארן פאר אלגעמיינע מענטשן.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
וועגן דעם ברענגט דאך די גמרא א פסוק, ווייל להלכה איז עס אזוי הגם ס'שטימט נישט אינגאנצן.
קוק אבער דארטן אין די גמרא אין עירובין יד וואס די גמרא פרעגט "והאיכא משהו" איז דאך משמע אז די גמרא פארשטייט אז די חשבון איז דוקא יא מדוקדק עיי"ש
 
קוק אבער דארטן אין די גמרא אין עירובין יד וואס די גמרא פרעגט "והאיכא משהו" איז דאך משמע אז די גמרא פארשטייט אז די חשבון איז דוקא יא מדוקדק עיי"ש
ביידעם כלל ,פון כל שיש ברחבו טפח יש בהיקפו
שלשה טפחים,איז דא נאך א סיבה , ווייל מען קען
נישט זאגן אין א נומבער די פונקטליכע שיעור , דער
רמב״ם איז דאס מסביר באריכות,און עס איז נישט
דא אן עקזעקט נומבער צו די פארמולא,פון פיי,בלשונם .
 
קוק אבער דארטן אין די גמרא אין עירובין יד וואס די גמרא פרעגט "והאיכא משהו" איז דאך משמע אז די גמרא פארשטייט אז די חשבון איז דוקא יא מדוקדק עיי"ש
יא,אין הכי נמי, תוספות איז טאקע מעיר אויף דעם
״והאיכא משהו״,אז דער חשבון איז דאך נישט מדוקדק, איז א תמיהה אויף די קושיא פון די גמרא,
אבער אויף דעם כלל פון דעם שיעור איז נישט דא קיין קושיא ווייל כך שיערו חכמים .
יישר כח הוא אשר דברנו .
 
Back
Top