- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2025
- מעסעדזשעס
- 214
- רעאקציע ראטע
- 1,123
- פונקטן
- 213
דו רירסט אן א ווייער מיט לעבעדיגע עלעקטריציטעט.הזאת נעמי? איז דאס דער עם חכם ונבון? אדער איז אידישקייט טאקע דאס זעלבע פלאטשיג ווי קריסטנטום?
אזאנע מעשיות איז געווען פון די התחלות וואס האט עווענטועל מיר געברענגט צו אנערקענען די פאלשקייט אין אונזערע גלויבונגען.
כ'בין אויפגעוואקסן מיט א מורא'דיגע זיכערקייט אין כלל ישראל'ס קלוגשאפט, און מעגליכקייט צו דערשנאפן דעם אמת, אבער נאך עטליכע אזעלכע סארט מעשיות האב מיך אויפגעוועקט פונעם פיינעם פאנטאזיע.
די וואס פארשטאפן דעם מח, וועלן קיינמאל נישט פארשטיין די וואס טראכטן יא.הער אויף ליינען די נאנסענס. פאר דיין אייגענע טובה…
'סטע געהערט אזוינס?
דאונט געט מי ראנג. איך ווייס אויך אז זוכן דעם אמת איז פארבינדן מיט א געוואלד פון מכאוב, אבער עס איז מיר ווערד די פרייז. מיין אייגענע טובה איז נישט לעבן אכציג יאר אין א שקר בלויז וויבאלד איך האב נישט געהאט די קוראזש צו טשאלענזשן מיינע בעליעפס.
זיי מיינען באמת אז ס'איז א סוויטש וואס מען קען זיך פשוט ארומשפילן דערמיט.
די רגע איינער האט אנערקענט אין דעם עולם השקר אין וואס מיר לעבן איז כמעט נישטא א וועג אויף צוריק.
ער קען לעבן א געמאכטע לעבן און איינרעדן זיינע ארומיגע (און פאר געוויסע ארבעט דאס), אבער באמת צוריק אנהייבן גלייבן אין זייערע שטותים איז כמעט ווי נישט מעגליך.
און אויב פעין איז די סיבה פארן אנערקענען אינעם אמת? איז וואס?אבער זי? ניין. איינער וואס זוכט דעם אמת, איז נעבעך טרעפט אין פעין…
יא, ס'איז אמת אז די וואס האבן הנאה פון זייער לעבן די וועלן בדרך כלל בלייבן אין סיי וועלכע סיסטעם וואס זיי געפינען זיך. אמת אדער שקר מאכט בכלל נישט אויס. מענטשן ווילן בס"ה לעבן גוט.
ווייטער איז טאקע דא אנדערע וואס לעבן יא אין פעין און פארט בלייבן זיי ווייל די פחד פון וואס טוט זיך אינדרויסן איז שטערקער ווי זייער פעין.
אבער וואס פארא מין סטופיד תירוץ איז דאס "דו טראכסט ווייל דו האסט פעין"..???
די פאקט איז אז ער טראכט און ער האט א לעגעטימער קשיא!
האסט א תירוץ אויף זיין קשיא? ניין? איז ער דאך גערעכט!
האלסט אז ס'קומט פון פעין? נו, נעם אוועק זיין פעין! קענסט נישט? וויש זיך אונטער און מאך צו דיין פיסק!